עברית
Library

ער"ה

345

במחשכים הושיבני"לג], וואָס מלכותו ית' איז פאַרבונדן און ווערט נתגלה בשלימותה דורך דוד מלכא משיחא (וואָס ענינו איז ספירת המלכותלד).

דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז שטייענדיק איצטער אין די לעצטע רגעים פאַר דער גאולה (לויט אַלע סימנים, כנ"ללה) — דאַרף דער דין אין די טעג (ימי הדין) ברענגען דער עיקר ושלימות פון "והצילו" — די גאולה האמיתית והשלימה.

ותיכף ומיד ממש — ניט אַריינגייענדיק אין אַ שקו"ט בזה — ס'איז אויף דעם קיין צייט ניטאָ, וואָרום מ'דאַרף גלייך גיין מקבל פנים זיין די גאולה האמיתית והשלימה און דוד מלכא משיחא, און כ"ק מו"ח אדמו"ר בראשנו — איז פאַרשטאַנדיק, אַז מיט יעדער רגע שנעלער וואָס מ'פאַרענדיקט די ענינים שקודם לזה, איז דאָס אַ רגע פריער פון דער גאולה האמיתית והשלימה.

ד. ולהוסיף, אַז די שייכות פון "והצילו" בראש השנה מיט דער גאולה איז אויך מודגש אין דער פרשה פון דער וואָך — פ' וילך וואָס קומט בהמשך צו פ' נצבים:

שטייענדיק "נצבים. . לפני ה' אלקיכם", באופן פון "נצב מלך" (כנ"ל ס"ב) — האָבן אידן בכח אַז באַ זיי זאָל דערנאָך גלייך ווערן "וילך" — לכל לראש די הליכה פון גלות אין גאולה, וואָס דאָס איז כולל די הליכה פון ארצות הגלות אין ארץ הגאולה (ארץ ישראל), ובפרט ווי זי ווערט תיכף ומיד אין אַ מצב פון "כל יושבי' עלי'", און דערנאָך אין גאולה עצמה — "וילך", "ילכו מחיל אל חיל", ביז "יראה אל אלקים בציון"לו.

און עס ווערט באַ יעדער אידן "היום מלאו ימי ושנותי" (כדברי משה בהמשך צו "וילך משה"לז) — אַז יעדער איד האָט ימים ושנים מלאים בתורה ומצוות, און דער כח אויף דעם באַקומט ער פון דעם וואָס אַזוי איז געווען באַ משה רבינו, און דערפון ווערט עס נמשך אין יעדער אידן דורך בחי' משה שבו וואָס פועל'ט אויף אים ביז אין מעשה בפועל (ווי דער אַלטער רבי איז מבאר אין תניאלח, ובתוספות ביאורים בזה פון דעם צמח­צדק).

ה. די שייכות הנ"ל פון יום הדין ראש השנה מיט "והצילו העדה", כולל ובעיקר די גאולה — הויבט זיך שוין אָן אין ערב ראש השנה, וואָס אַן ערב והכנה איז אַ מעין פון דעם וואָס דאָס גרייט צו. ועאכו"כ בנוגע צו ערב ראש השנה, וואָס דעמולט האָט מען שוין דעם "והצילו העדה" פון ראש השנה — ווי דער פס"ד הנ"ל

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-758w78ba

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources