עברית
Library

ער"ה

347

רוח נשמה חי'), ביז דעם שם החמישי — יחידה, ביז דער עצם הנשמה (וואָס "חמשה שמות נקראו לה"מז),

אַזוי אויך י"ל בנוגע צו משיח — אַז נוסף צו גילוי פון שמו של משיח, ביז ווי ער איז פאַרבונדן מיט יחידה (יחידה הכלליתמח), האָט מען אויך די עצמות פון משיח צדקנו, וואָס דאָס איז איין זאַך מיט עצמות א"סמט, און דעריבער איז דער גילוי פון משיח (בערב ראש השנה) פאַרבונדן מיט קבלת מלכותו ית' בראש השנהנ כנ"ל, און דער גילוי פון ענין המלכות ("נצב מלך") אין יעדער אידן, כמובן אויך פון פס"ד הטור בנוגע צו ערב ר"ה כנ"ל.

[ולהעיר אַז דער טור איז דער יסוד פון בית יוסף, וועלכער איז דער יסוד פון שולחן ערוך בית יוסף, וואָס ער איז דער יסוד פון דעם אַלטן רבין'ס שולחן ערוך, אויף וועלכן עס זיינען פאַראַן כמה תשובות וביאורים פון צ"צ].

ז. ויש לקשר זה מיט דעם ענין פון "וילך משה" (די הליכה פון גלות אין גאולה כנ"ל ס"ד) — ע"פ המדובר לאחרונהנא די ראשי­תיבות [וואָס איז נוגע במיוחד צו חסידי חב"ד, און דורך זיי — צו כלל ישראל בכל הדורות] פון "מיד" — "מיד הן נגאלין"נב — משה, ישראל (הבעש"ט), דוד (מלכא משיחא):

די אַלע דריי (משה, ישראל הבעש"ט און דוד מלכא משיחא) זיינען פאַרבונדן מיט "מיד הן נגאלין": משה הוא גואל ראשון הוא גואל אחרוןנג. ישראל הבעש"ט — ווי משיח האָט אים געענטפערט אויף זיין שאלה "אימתי אתי מר" — "כשיפוצו מעינותיך (פון בעש"ט) חוצה"נד. און דוד מלכא משיחא — וואָס דורך אים קומט די גאולה האמיתית והשלימה בפועל.

און אין דעם וואָרט "מיד" שטייען אַלע דריי צוזאַמען אין אַן איין און איינציקן וואָרט, און אַ וואָרט וואָס פירושו איז "מיד" (גלייך), אין איין און איינציקער רגע — באַווייזט דאָס אַז אַלע דריי זיינען אַן איין און איינציקע נקודה: די נקודה פון גאולה מיד.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-ct49w4v6

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources