Likkutei Sichos
Tetzaveh 2
179תצוה2
א. בסיום הסדרה — וואו עס רעדט זיך וועגן דעם מזבח הפּנימי, און דער פּסוק זאָגט „קודש קדשים הוא לה'" — שטעלט זיך רש"י אויף „קודש קדשים הוא"א און איז מפרש: „המזבח מקודש לדברים הללו בלבד ולא לעבודה אחרת".
בפשטות לערנט מען די רש"י, אַז רש"י וויל דאָ באַוואָרענען; דער מזבח הזהב איז דאָך געשטאַנען אין היכלב און ניט אין קדשי קדשים, און ממילא איז אויך זיין קדושה ניט געווען די קדושה פון קדשי קדשים — איז ווי זאָגט מען אויפן מזבח „קדש קדשים"ג?
דערפאַר לערנט רש"י „המזבח מקודש לדברים הללו", אַז קדש קדשים מיינט ניט אַז דער מזבח האָט די קדושה פון קדש קדשים, נאָר דער פּירוש איז: „קודש", אַז די קדושה פון מזבח איז — פאַר די „קדשים" וואָס ווערן אויסגערעכנט פריער אין פּרשה.
היות ווי עס שטעלט זיך אָבער דערויף די שאלה; וואָס איז דער חידוש אין דעם; דאָס איז דאָך מובן מעצמו אַז דער מזבח איז מקודש צו ברענגען אויף אים די קרבנות וועלכע מ'דאַרף אויף אים מקריב זיין? דעריבער איז רש"י מוסיף „בלבד, ולא לעבודה אחרת", אַז מיט „קודש קדשים" מיינט ניט דער פּסוק צו זאָגן דעם חיוב וואָס אין דעם, נאָר די שלילה, אַז ער איז מקודש נאָר פאַר די קדשים, און ניט פאַר אַן אַנדער עבודה.
ואעפּ"י אַז אויך אין דעם איז קיין חידוש ניטאָ; אויך דאָס געפינט מען שוין פריערד — און בפירוש: „לא תעלו עליו קטרת זרה וגו'" — פונדעסטוועגן חזר'ט עס איבער דער פּסוק נאָכאַמאָל, בכדי צו מוסיף זיין נאָך אַן עשה אויף דעם וואָס וועט מקריב זיין אויפן מזבח הפּנימי אַנדערע קרבנות, אַז ער זאָל עובר זיין ניט בלויז אויפן לאו „לא תעלו גו'", נאָר אויך אויף נאָך אַ ציווי (אויף דער עשה „קדש קדשים", לאו הבא מכלל עשהה עשה).
ב. לויט דעם פּירוש איז אָבער ניט מובן ;
א) פון דעם לשון הפּסוק „קדש קדשים הוא לה'" איז משמע, אַז אויך דער וואָרט „קדשים" באַציט זיך צום מזבח אַליין (אַז דער מזבח איז קדש קדשים צום אויבערשטן), אָבער לויט רש"י'ס פּירוש „קדש — קדשים", אַז דער מזבח איז מקודש צו „קדשים", איז דאָך ניט גלאַטיק דער סיום הכתוב „לה'"?
ב) וויבאַלד אַז מיט זיין פּירוש „המזבח מקודש כו'" איז רש"י מפרש די ווערטער „קדש קדשים", אַז דער180מזבח איז מקודש בלויז פאַר די קדשים וואָס שטייען פריער — האָט דאָך רש"י געדאַרפט שרייבן „המזבח מקודש לקדשים הללו כו'", פאַרוואָס איז ער משנה און זאָגט „לדברים הללו"?
ג) רש"י'ס חידוש איז דאָך בלויז בנוגע צום פּירוש פון „קדש קדשים", אָבער אַז אָט־די ווערטער באַציען זיך צים מזבח — וועגן וועמען עס רעדט די גאַנצע פּרשה — איז דאָך אַ דבר הפּשוט. האָט ער לכאורה געדאַרפט מפרש זיין בלויז דעם מיין פון „קדש קדשים" („מקודש לדברים הללו כו'") — אָבער רש"י זאָגט „החבח מקודש כו'". וואָס איז ער מוסיף מיטן וואָרט „המזבח"?
ג. בנוגע צו דער דריטער שאלה, האָט מען געקענט לכאורה פאַרענטפערן ;
עס זיינען פאַראַן מפרשים0) וואָס לערנען אַז „קדש קדשים הוא לה'" גייט ניט אויפן מזבח, נאָר אויף אהרן; התחלת הפּסוק איז דאָך „וכפּר אהרן גו'", און אויף אים (אויף אהרן) איז ער מסיים „קדש קדשים הוא לה'". און ווי עס שטייט אין דברי הימיםג „ויבדל אהרן להקדישו קדש קדשים".
קען מען אָבער ניט זאָגן אַז רש"י'ס כוונה מיטן „המזבח", איז צו שולל זיין אָט־דעם פּירוש — וויילט
א) לפי פשוטו של מקרא איז מובן אויך אָן רש"י'ס פּירוש אַז „קדש קדשים גו'" גייט אויפן מזבח און ניט אויף אהרן, וואָרום די גאַנצע פּרשהי רעדט דאָ וועגן דעם מזבחיא, ניט וועגן אהרן. און „וכפּר אהרן גו'", איז דאָ בלויז אַ פּרט אין דיני מזבח — האָט דאָך ניט קיין אָרט אין פּשוטו של מקרא אַז די תורה זאָל דאָ, אין פּרשת המזבח, מבאר זיין די מעלה פון אהרןיט.
ב) ווען רש"י זאָגט „מקודש לדברים הללו כו'" — אויך אָן דעם וואָרט „המזבח", ווייס מען שוין ממילא אַז „קדש קדשים" גייט אויפן מזבח און ניט אויף אהרן, איז דאָך הדרא קושיא לדוכתא; וואָס איז רש"י אויסן מיטן צוגעבן דעם וואָרט „המזבח"?
ד. נוסף צו די דיוקים הנ"ל וואָס בפּירוש רש"י דאָ אויפן אָרט, איז דאָ אויך שווער פין אַנדערע ערטער;
דער לשון „קדש קדשים" שטייט שוין פריער אין דער סדרהיג בשייכות צום מזבח החיצון (וואָס זיין קדושה איז, כמובן, אַ קלענערע ווי די קדושה פון מזבח הפּנימי), און דאָך שטעלט זיך דאָרט181ניט רש"י צו מפרש זיין דעם לשון „קדש קדשים".
און אַפילו אַז מען וועט בדוחק איינלערנען אַז רש"י מיט זיין פּירוש דאָרט „ומה היא קדושתו — כל הנוגע במזבח יקדש סו'", מיינט צו מפרש זיין אויך דעם לשון „קדש קדשים" — אַז דער „קדש" (קדושה) פון מזבח איז פאַר „קדשים", ד. ה. צו הייליק מאַכן „כל הנוגע גו'"יד
— איז אָבער ווייטער אין פּ' במדבר *יא, זאָגט רש"י בפשטות אַז אַלע כלי המשכן (וואָס זיינען געווען במשא בני קהת), אַריינגערעכנט אויך „המזבחות" (מזבח הפּנימי און מזבח החיצון), הייסן „קדש הקדשים" המקודש בכולן (וואָס דער טעם דערפון איז פאַרשטאַנדיק; מצד דעם וואָס זיי זיינען הייליקער פון די יריעות און קרשים וכו' — די משא פון בני גרשון און בני מררי).
איז דאָך ניט מובן; וואָס קוועטשט רש"י'ן דער לשון „קדש קדשים" פון אונזער פּסוק וואָס שטייט ביי מזבח הפּנימי, בשעת אַז דער לשון שטייט שוין אפילו ביים מזבח החיצון? אויך: באַ ביידן קען מען דאָך טייטשן מקודש פון די יריעות כו'יג?
וואָס רש"י'ן איז שווער אין „קדש קדשים הוא"* פון אונזער פּסוק איז (ניט ווי אַזוי ס'איז שייך צו זאָגן אויפן מזבח „קדש קדשים", נאָר אדרבה) ; צוליב וואָס דאַרף דער פּסוק זאָגן אַז ער איז „קדש קדשים" — דאָס איז דאָך מובן מעצמו, ובמכש"כ פון מזבח החיצון?
אין אויף דעם ענטפערט רש"י, אַז מיט די ווערטער „קדש קדשים" גיט דער פסיק אַ טעם אויף דעם איסור „לא תעלו גו'"; וויבאַלד אַז ער איז „קדש קדשים" (צווישן „קדשים" גופא איז ער „קדש" — ער איז הייליקער פון אַנדערע קדשים, אַפילו פון דעם מזבח החיצון), דעריבער איז ער מקודש נאָר „לדברים הללו" (קטרת און מתן דמים פון חטאת הכפּורים) אין מען טאָר ניט טאָן אויף אים קיין אַנדער עבודה, בכדי ניט צו מוריד זיין אים פון זיין קדושה.
און דערפאַר זאָגט רש"י „לדברים הללו" און ניט „לקדשים הללו" — ווייל דער וואָרט „קדשים" פון פּסוק באַציט זיך (ניט אויף קטרת און מתן דמים ווי מ'קען לערנען בהשקפה ראשונה, נאָר) אויפן מחבח, אַז ער איז „קדש קדשים".
און דערפאַר זאָגט רש"י „המזבח מקודש כו'", בכדי צו מדגיש זיין דעם חידוש וואָס דער פּסוק טוט אויף מיט זיין געבן דעם טעם „קדש קדשים" אויפן איסור „לא תעלו גו'" ; דאָס איז ניט אַ טעם בעלמא, נאָר דער טעם איז אויך אַ גדר אין דעם איסור „לא תעלו", אַז182ער איז פאַרבונדן (ניט מיט דער העלאה פון קטרת זרה, עולה א.אַ.וו., נאָר) מיט קדושת המזבח *טו ; מען טאָר ניט מוריד זיין דעם מזבח פון זיין קדושה.
ו. אין רש"י זיינען דאָך פאַראַן אויך „ענינים מופלאים"טז, אויך פון אַנדערע חלקים שבתורה — זעט מען עס דאָ, ווי דורך רש"י'ס פירוש „המזבח מקודש כו'" ווערט פאַרענטפערט אַ קשיא אין חלק ההלכה שבתורה. ובהקדים ;
דער לאו „לא תוכל לאכול בשעריך מעשר דגנך תירושך ויצהרך"יז ווערט גערעכנט אין מנין המצות פאַר דריי באַזונדערע לאויןיח: מען טאָר ניט עסן חוץ לירושלים — מעשר שני של דגן; מעשר שני של תירוש; און מעשר שני של יצהר, און ווען איינער עסט מעשר שני פון דגן, תירוש און יצהר (חוץ לירושלים), קומט אים דריי מאָל מלקותי.
אַנדערש איז דער לאו „את כספּך לא תתן לו בנשך ובמרבית לא תתן אכלך"0), וואָס ער ווערט גערעכנטכא במנין המצות נאָר פאַר איין לאו (און ווען ער וואָלט ניט געווען קיין „לאו שניתן להשבון" און עס וואָלט אויף אים געקומט מלקותכב — וואָלט געקומט אויף אים בלויז איין מאָל מלקותכג).
183ולכאורה, אדרבה ; ביי „מעשר דגנך תירושך ויצהרך" שטייט בלויז איין מאָל „לא"; און ביי נשך ותרבית שטייט צוויי מאָל „לא" („את כספך לא תתן לו בנשך ובמרבית לא תתן אכלך"), היינט פאַרוואָס ווערט ער גערעכנט בלויז ווי אין לאו? — שטייט דער טעם דערויףכד; ווייל „אי אתה מוצא נשך בלא תרבית ולא תרבית בלא נשך" זיינען נשך ותרבית איין עניןלג, ובמילא זיינען די צוויי אזהרות (די צוויי מאָל „לא") איין ציווי, נאָר דער זעלבער ציווי ווערט איבערגע'חזר'ט צוויי מאָל לחיזוק העניןכ. און ווי דער כלללז ביי „לא תעשה" (ועד"ז ביי מצות עשה) אַז ווען איין און דער זעלבער איסור שטייט אין תורה כמה פּעמים, כאָטש אַז ביים עובר זיין אויף אים איז מען עובר „על אזהרות רבות", רעכנט ער זיך (במנין המצות) פאַר איין לאו, ווייל ס'איז דער זעלבער ענין.
ז. קען מען דערויף לכאורה פרעגן; אמת טאַקע אַז „נשך" און „תרבית", וויבאַלד זיי קענען ניט זיין איינער אָן דעם אַנדערן, זיינען זיי „חדא מילתא" — וויבאַלד אָבער אַז דער פּסוק רעכנט אויס אויך די פּרטים האסורים בנשך ותרבית און זיי זיינען פאַרשידן — „כספך" און „אכלך" — אויף כסף ואוכל איז דאָך ניט שייך צו זאָגן „אי אתה מוצא זה בלא זה" — דאַרף דאָך דער איסור פון נשך ותרבית איינגעטיילט ווערן אין צוויי לאוין; איין לאו אויף כסף און איין לאו אויף אוכל — ווי דאָס איז ביים איסור „לא תוכל לאכול בשעריך מעשר דגנך תירושך ויצהרך" וואָס רעכנט זיך פאַר דריי לאוין, אויף דגן, אויף תירוש און אויף יצהר?
איז די הסברה אין דעם;
דער איסור „לא תוכל לאכול בשעריך גו'" איז (ניט אויף דער כללות הפּעולה פון אכילת מעשר שני חוץ לחומה, נאָר) אויף אכילת מעשר דגן, מעשר תירוש און מעשר יצהר. [וכדמוכח פון דעם וואָס דער פּסוק רעכנט אויס „דגנך תירושך ויצהרך" און ער איז זיי ניט כולל צוזאַמען מיטן לשון „לא תוכל לאכלם"כח] און דערפאַר זיינען זיי דריי באַזונדערע לאויןכט.
משא"כ דער איסור „את כספך לא תתן לו בנשך ובמרבית לא תתן אכלך" איז ניט אויף דער הלואה פון כסף און אוכל [וואָרום מיט „את כספך לא תתן לו בנשך" ווערט דאָך געמיינט ניט בלויז כסף, און מיט „במרבית לא תתן אכלך" ווערט דאָך געמיינט ניט בלויז אוכל, נאָר ביידע מיינען „כל דבר"ל], נאָר184דער איסור איז אויף דער כללות ההלואה בריביתלא. און וויבאַלד אַז אין דער פּעולה האסורה פון הלואה בריבית איז דאָך קיין נפקא מינה ניט צי זי קומט דורך כסף, דורך אוכל אָדער דורך כל דבר, רעכנט מען עס דעריבער פאַר איין לאולח.
ח. עפּ"י כל הנ"ל האָט לכאורה געדאַרפט אויסקומען לגבי דעם איסור „לא תעלו עליו קטורת זרה ועילה ומנחה ונסך לא תסכו עליו", וואָס דער פּסוק זאָגט ניט דעם איסור אין אַן אופן כללי „לא תעלו עליו קרבן זר", נאָר ער איז מפרט פּרטים: קטורת, עולה, מנחה און נסך — אַז מען זאָל דאָס איינטיילן אין פירמג באַזונדערע לאוין (בדוגמת מעשר דגנך, תירושך און יצהרך).
און אפילו אַז מען וועט שוין זאָגן בנוגע צו די ערשטע דריי פּרטים, אַז היות ווי זיי גייען אַלע אַריין אין „לא תעלו עליו", איז דער איסור דערביי די כללות הפּעולה פון העלאה על המזבח און *) ניט די העלאה פון קטורת, פון עולה און פון מנחה
— איז דאָך אָבער בנוגע צו „נסך", וואָס ער גייט ניט אַריין אין „לא תעלו" נאָר מען זאָגט אויף עם באַזונדער „לא תסכו עליו"לד, דאַרף דאָך אַ ודאי אויסקומען לכאורה אַז ער איז אַ באַזונדער לאו; איין לאו — העלאה על המזבח און אַ צווייטער לאו — ניסוך על המזבח [ובלשון המנחת חינוךלג ; אכילת מזבח און שתיית מזבח],
און לפּועל זעען מיר, אַז אַלע מוני המצות — דער רמב"םל, דער סמ"גלז, (וכן משמע דעת הרמב"ןלח) — רעכענען עס פאַר איין לאולט?
איז די קשיא פרעגט דער מנחת חי־185נוך * און בלייבט ביי אַ „צע"ג". אָבער לויט פּירוש רט"י „המזבח מקודש כי'" ווערט עס פאַרענטפערט בפּשטות;
ווי געזאָגט, לערנט רש"י אַז דער פּסוק גופא איז מסביר דעם טעם האיסור פין „לא תעלו גו' לא תסכו גי'", אַז דאָס איז ווייל דער מזבח איז „קודש קדשים", ער איז „מקודש לדברים הללו בלבד ולא לעבודה אחרת", איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז דער איסור דאָ באַשטייט [ניט אין די פּרטים — פון קטורת עולה ומנחה און נסך, אָדער אַפילו אין די פּרטים פון אכילת מזבח און שתיית מזבח — נאָר] וואָס מען טוט אויף אים אַן ענין צו וואָס ער איז ניט מקודש. אין וויבאַלד אַז אין דער פּעולה האסורה פון טאָן אויף אים אַן „עבודה אחרת" איז דאָך ניטאָ קיין נפקא מינה צי זי ווערט געטאָן דורך קטורת צי דורך נסך, רעכנט מען עס דעריבער פאַר איין לאו 11 (בדוגמת דעם איסור פון הלואה בריבית).
ועפּי"ז יובן וואָס דעם איסור „ולא לעבודה אחרת" זאָגט דער פּסוק ניט בפירוש, נאָר ער זאָגט עס אין די ווערטער „קודש קדשים" וואָס פין דעם לערנט מען אָפּ — לפּרש"י — „ולא לעבודה אחרת" אין אַן איפן פון „מכלליא הן אתה שהמע לאו":
וואָלט דער גדר האיסור געווען דאָס וואָס מען טאָר ניט טאָן אויף אים קיין אַנדערע עבודות, איז דאָ אַן אָרט צו זאָגן, אַז יעדער עבודה איז אַ באַזונדער איסור ; וויבאַלד אָבער אַז דער גדר האיסור באַשטייט אין ניט משנה זיין דעם הן — דעם מזבח פון דעם וואָס ער איז „מקודש לדברים הללו בלבד", איז דאָך קיין נפקא מינה ניט דורך וועלכער עבודה מען איז מוריד דעם מזבח מקדושתומח.
פון די ענינים פון „יינה של תורה"יח וואָס אין אונזער פּירש"י;
דער חילוק צווישן מזבח הפּנימי און מזבח החיצון איז מבואר אין חסידותמד, אַז מזבח החיצון איז בחי' מלכות דאצילות ווי זי קומט אַראָפּ אין עולמות בי"ע, וואָס דערפאַר איז ער געשטאַנען ניט אין היכל נאָר אין חצר (און אין בית המקדש — אין דער עזרה). און מזבח הפּנימי איז בחי' תפארת דאצילות וואָס איז העכער פין צו יורד זיין אין בי"ע, אין דערפאַר איז דער מזבח געווען אין היכל.
און דאָס איז אויך דער טעם וואָס אויפן מזבח החיצון האָט מען מקריב געווען קרבנות און אויפן מזבח הפּנימי186האָט מען בלויז מקטיר געווען קטורת (און קיין קרבנות האָט מען אויף אים ניט געטאָרט מקריב זיין), ווייל קרבנות איז דער ענין פון בירורים, וואָס דאָס איז שייך נאָר אין עולמות בי"ע (ווייל דאָרט איז דאָ די מציאות פון רע — דאַרף מען דעריבער מברר זיין דעם טוב פון דעם רע), אָבער אין אצילות איז ניט שייך קיין בירורים, ווייל דאָרט איז „לא יגורך רע"מה. אין וואָס איז יע באַשטאַנען די עבודה אויפן מזבח הפּנימי — אין קטורת וואָס ענינו איז (ניט בירורים, נאָר) התקשרות, מלשון „בחד קטירא אתקטרנא"מ — אויף צו מוסיף זיין אין דער התקשרות צום אויבערשטן.
און אַזוי איז אויך אין די צוויי מדריגות פון „מזבח החיצון" און „מזבח הפּנימי" שבאדם [וואָס אַלע ענינים פון משכן און מקדש זיינען אויך פאַראַן בנפש האדםמז] ; מזבח החיצון איז בחי' חיצוניוות הלבמה און דאָרט איז שייך (און עס דאַרף זיין) די עבודה פון בירורים. משא"כ מזבח הפנימי איז בחי' פנימיות הלבמו, וואו ס'איז ניט שייך דער ענין הבירורים, און די עבודה שמצד פּנימיות הלב איז — פאַרבינדן זיך טיפער מיטן אויבערשטן.
יו"ד. אין איינפאַכע אותיות הייסט עס; אַ איד, אַ נשמה בגוף, דאַרף זיך דאָך עוסק זיין ניט נאָר אין לימוד התורה וקיום המצות נאָר אויך אין דברי רשות ווי אכילה ושתי', אָבער די דברי הרשות דאַרפן זיין ווי די משנהמט זאָגט „וכל מעשיך יהיו לשם שמים" אָדער נאָך העכערל — „בכללא דרכיך דעהו".
קען מען דאָך מיינען, אַז וויבאַלד אויך די דברי הרשות טוט ער „לשם שמים" (וואָס די אמיתית הפּירוש פון „לשם שמים" איז, אַז זיין כוונה אין טאָן די דברי הרשות איז אינגאַנצן לשם שמים אין ביי אים זיינען אין דעם ניט אַריינגעמישט קיין שום אַנדערע כוונות), און עאכו"כ ווען אין די דברי הרשות גופאנב איז ביי אים דאָ דער „דעהו" (ידיעת אלקות) מעג ער במילא שוין טאָן די ענינים הגשמיים אויך בפּנימיות הלב — זאָגט מען אויף דעם, אַז נאָך אַלעם דעם, וויבאַלד זיי זיינען פאָרט „מעשיך" און „דרכיך" (מעשי187ודרכי האדם), דאַרפן זיי דערפאַר געטאָן ווערן „בלא לב ולב"לג, ניט מיט ביידע מדריגות שבלב — חיצוניות הלב און פּנימיות הלב — נאָר בלויז מיט חיצוניות הלב: פּנימיות הלב דאַרף מען נוצן נאָר אויף ענינים פון קדושהלד.
און דאָ איז רש"י מוסיף אַז דער גדר האיסור פון „לא תעלו עליו עולה ומנחה גו'", וואָס אין עבודה רוחנית בנפש האדם מיינט עס אַז מען טאָר ניט נוצן פּנימיות הלב אויף עניני העולם, איז — „המזבח מקודש לדברים הללו בלבד (ובמילא) ולא לעבודה אחרת". אַז די עניני העולם (אפילו ווען זיי זיינען „לשם שמים" און אַפילו באופן פון „דעהו"), דאַרפן זיין אַזוי „ווייט" פון פּנימיות הלב, ביז אַז מען זאָל זיי גאָרניט דאַרפן שולל זיין — ע"ד ווי מ'דאַרף ניט שולל זיין אַז אַ חכמה קען מען ניט אָנטאַפּן מיט די הענטלג (וואָס דער עצם שולל זיין אַ געוויסע זאַך, דאָס גופא ווייזט דאָך אַז די זאַך האָט עפּעס יע אַ שייכות נאָר מ'דאַרף זי שולל זייןל), נאָר אַז זיי זאָלן ממילא זיין מושלל פון פּנימיות הלב: דורך דעם וואָס די פּנימיות זיינע איז „מקודש לדברים הללו בלבד", ער איז פאַראיינציקט מיט תורה ומצות בתכלית היחוד (אין אַן אופן פון „בלבד") — איז ער ממילא ניט שייך צו עפּעס אַנדערש — אַפילו ניט צו אַ זאַך וואָס רופט זיך „עבודה" — ווייל דאָס איז אַן „עבודה אחרת".
יא. עפּ"י הנ"ל איז אויך פאַרשטאַנדיק דער טעם — בפּנימיות הענינים — וואָס די צוויי אזהרות „לא תעלו עליו גו'" און „לא תסכו עליו" ווערן גערעכנט במנין המצות פאַר איין לאו — כאָטש (מצד חומר האיסורלז) „חלקן הכתוב לעבור עליו בשני לאוין":
די התחלקות אין מצות, דאָס וואָס זיי זיינען במנין תרי"ג, איז אין דער דרגא פון מצות ווי זיי ווערן נמשך
וואָס דאַן זיינען זיי „ארחות הוי'"נה לשון רבים — „תרי"ג ארחין". אַנדערש איז ווי מצות זיינען מצד המצווה, בעל הרצון, דאָרט זיינען זיי „אורח צדיקים"ל לשון יחיד — „חד ארחא"ל.
עס זיינען אָבער פאַראַן מצות וואָס אויך נאָך דעם וואָס זיי ווערן נמשך אין בחי' גילוי הרצון, ווערט אין זיי נרגש מער בגילוי דער כח המצווה.
ויש לומר אַז דאָס איז דער טעם188וואָס „לא תעלו" און „לא תסכו" ווערן ניט צעטיילט אין צוויי באַזונדערע מצות — ווייל אויך ווי זיי ווערן נמשך בגילוי זיינען זיי פאַרבונדן מיט פּנימיות הלב וואו ס'איז שורה דער עצם הנשמה, בחי' יחידה, וואָס איז פאַראיינציקט מיט עצמות.
בנוגע צו שכר ועונש ברוחניות, וואָס די רוחניית איז פאַרבונדן מיט גילויים, איז טאַקע „חלקן הכתוב לעבור עליו בשני לאוין" (וואָס באַווייזט אַף מער חומר בהאיסור — ובמילא מער בשכר ועונש רוחני) אָבער אין מנין המצות (וואָס איז נוגע צום ציווי גופא) און אַזוי אויך בנוגע מלקות (שמייסן אַ אידישן גוף, וואָס אַ אידישער גוף איז פאַרבונדן מיט עצמותא) — איז עס בלויז איין לאו — למעלה מהתחלקות.
יב. וויבאַלד אַז אַלע ענינים פון נגלה דתורה (ניט בלויז די הלכות גופא, נאָר אויך די דרכי הלימוד) ווערן נשתלשל פון זייער ענין אין פּנימיות התורה, איז דערפון פאַרשטאַנדיק אַז דער גילוי רצון עצמי — למעלה מהתחלקות, ווערט נמשך דוקא בשעת די שלילה פון עניני העולם מצד פּנימיות הלב אין עבודת האדם, איז אין אַן אופן פון בדרך ממילא
— אַזוי ווי אין נגלה, אַז דאָס וואָס „לא תעלו" און „לא תסכו" רעכענען זיך פאַר איין לאו, איז עס מצד דעם וואָס דער גדר האיסור ביי זיי איז אַ תוצאה פון „מקודש לדברים הללו בלבד", כנ"ל סעיף ח'.
דער ביאור אין דעם איז;
אין פּנימיות הלב גופא זיינען פאַראַן צוויי מדריגות89);
א) „הארת נקודת הלב" — ובכללות, בחי' חי' — וואָס האָט נאָך אַ שייכות צו כחות הגלויים. איז אין דער מדריגה, כאָטש זי איז העכער פון עבודת הבירורים, האָבן אָבער די עניני העולם (וועלכע מען דאַרף מברר זיין) עפּעס אַ תפיסת מקום, און מען דאַרף זיי שולל זיין
ב) „עצמיות נקודת הלב" — ובכללות, בחי' יחידה — וואָס האָט קיין שום שייכות ניט צו כחות הגלויים. ובמילא זיינען די עניני העולם מושלל דאָרט בדרך ממילא.
און דאָס איז דער ביאור אין דעם וואָס דער רצון עצמי שלמעלה מהתחלקות ווערט נתגלה דוקא בשעת די עניני העולם זיינען מושלל בדרך ממילא:
כל זמן די עניני העולם האָבן נאָך ביי אים עפּעס אַ תפיסת מקום און ער דאַרף זיי שולל זיין, איז אַ ראי' אַז ביי אים איז נתגלה געוואָרן בלויז בחי' חי' וואָס זי איז נאָך ניט פאַראיינציקט בתכלית היחוד מיט עצמות;
דוקא ווען ביי אים זיינען אויסער אלקות אַלע ענינים — בבחי' „עבודה אחרת" — און מושלל בדרך ממילא, מצד גילוי בחי' היחידה (וואָס אין איר זיינען ניטאָ קיין נטיות כו' 88)), דאַן קומט ער צום גילוי רצון עצמי, ווייל יחידה איז פאַראיינציקט מיט „יחיד" — „חבוקה ודבוקה בך כו' יחידה לייחדך"84).
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ו׳
- Id
- rh-k3r0vnab