עברית
Library

Likkutei Sichos

Bo 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

57בא

א. בתחלת הסדרה שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „ויאמר ה' אל משה באַ אל פּרעה" און איז מפרש; „והתרה בו". לערנען מפרשיםא; אַזוי ווי אין פּסוק שטייט נאָר אַז דער אויבערשטער האָט משה'ן געזאָגט „בא אל פּרעה", עס שטייט אָבער ניט דערביי אַז ער זאָל צו פּרעה'ן ריידן — אַנדערש ווי אין דער פריערדיקער סדרה, וואו נאָך די ווערטער „לך אל פּרעה"ב, „בא אל פרעה"ג אדער „והתייצב לפני פּרעה"ד שטייט אויך „ואמרת אליו"ח און „ודברת אליו") — קען מען מיינען אַז דער אויבערשטער האָט צו משה'ן טאַקע ניט מער געזאָגט ווי „בא אל פּרעה כי אני הכבדתי גו' ולמען תספּר גו' ", און פון אָט־די ווערטער האָט משה אַליין פאַרשטאַנען און געזאָגט „כה אמר ה' גו' הנני מביא מחר ארבה גו'", אַז דער אויבערשטער וועט ברענגען די מכת ארבה אזיף מצריםז

— דעריבער שרייבט רש"י „ויאמר ה'" און איז מוסיף „והתרה בו", אַז אויך די התראה וועגן מכת ארבה איז געקומען בפירוש פון דעם אויבערשטןח. און רש"י נעמט עס — בדרך הפּשט — דערפון וואָס משה ואהרן האָבן געזאָגט צו פּרעה'ן „כה אמר ה' גו'". (און דאָס וואָס בתחלת הפּרשה שטייט ניט „ואמרת אליו גו'" — געפינט מען אַזוי בכמה וכמה מקומות, אַז געוויסע ענינים שטייען נאָר בדברי משה און פון דעם איז מובן אַז אַזוי האָט אים געזאָגט דער אויבערשטער; און אויך לאידך גיסא; כמה וכמה ענינים שטייען נאָר בדברי הקב"ה למשה און פון דעם ווייס מען אַז משה האָט אַזוי געטאָןט).

מען דאַרף אָבער פאַרשטיין; דרכו של רש"י בכלל איז צו באַנוצן זיך מיט לשונות פון פּסוקים, ובפרט אין פאַל ווען זיין פּירוש איז מיוסד אויף פּסוקים. ובמיוחד דאָ אַז רש"י'ס אויסטייטש „והתרה בו" (קומט אויף „בא אל פּרעה" און) איז מיוסד אויף די ווערטער „ויאמר אליו כה אמר ה' גו' ", האָט דאָך רש"י געדאַרפט זאָגן (ע"ד ווי דער פּסוק זאָגט אין פּ' וארא אַפ'ן זעלבן אויסדרוק „בא אל פּרעה") „ואמרת אליו". פאַרוואָס איז רש"י משנה און זאָגט „והתרה בו"? איז דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז מיט זיין פירוש ושינוי „והתרה בו" מיינט רש"י אויך צו אונטערשטרייכן אַז די אמירה זאָל זיין אַ התראה.

ב. וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים פּירוש רש"י אין דער פריערדיקער סדרהי „שהיתה המכה משמשת רביע חדש ושלשה חלקים הי' מעיד ומתרה בהם". פון דעם וואָס רש"י זאָגט צצויי לשונות58— „מעיד" און „מתרה"יא — איז מוכרח, אַז מיטן לשון „מעיד" דאָ מיינט ער [ ניט התראה, ווי „העד העיד"יב וואָס רש"י איז מפרש „לשון התראה", נאָר] ענין עדות כפּשוטו — עדותזאָגן.

און כאָטש אַז אמירת עדות אין אַלגעמיין איז אויף אַ זאַך וואָס האָט שוין פּאַסירטיב, און די „שלשה חלקים" אין וועלכע משה האָט מעיד (און מתרה) געווען זיינען געווען בתחלה, איידער די מכה איז געקומעןלד — איז אָבער דער ענין פון עדות־זאָגן ניט באַגרעניצט צו זיין פאַרבונדן מיט עבר אָדער עתיד ; אויב נאָר מען איז זיכער אין אַ געוויסער זאַך, אפילו ווען די זאַך איז נאָך ניט געקומען נאָר זי וועט זיכער קומען שפּעטער, קען מען אויף איר מעיד זיין.

און אין דעם באַשטייט דער אונטערשייד צווישן „מעיד" און „מתרה": „מתרה" ווייחט אויף אַ ניט־זיכערקייט. ביים וואָרענען אימעצן אַז צוליב טאָן אַ גע־59וויסן חטא וועט מען אים מעניש זיין, איז מען ניט זיכער אַז דער עונש וועט קומען [ואדרבה: מיטן וואָרענען גופא דריקט מען דאָך אציס אַז דער עונש איז תלוי אין דער הצהנה פון דעם מותרה, און אויב ער וועט דעם חטא ניט טאָן, וועט מען אים ניט מעניש זיין] דאַקענן „מעיד" מיינט אַז מען איז זיכער אין דער זאַך אויף וועלכער מען זאָגט עדות, כנ"ל.

און דערפאַר, בשעת רש"י איז מפרש (גלייך ביי דער ערשטער מכה) דעם סדר פון כללות המכות, זאָגט ער ביידע לשונות („מעיד" און „מתרה") ווייל אין די מכות זיינען געווען צוויי סוגים צו וועלכע ס'האָבן געפאַסט צוויי באַזונדערע אציסדרוקן ;

געווען מכות וואָס זיינען געקומען אַלס עונש פאַר דעם וואָס פּרעה האָט ניט אַרויסגעלאָזט די אידן פריער — אַזוי ווי די ערשטע — מכת דם, וואָס איז געקומען אַלס עונש פאַר פריער, כל' הפּסוקיא „והנה לא שמעת עד כה". — איז בנוגע צו דעם סוג מכות זאָגט רש"י דעם לשון „מעיד", וואָס באַדייט אַז משה האָט געזאָגט מיט אַ זיכערקייט אַז זיי וועלן קומען, היות אַז זיי זיינען אַן עונש פאַר פּרעה'ס פריערדיקע חטאיםיח. (און דער צוועק פון משה'ס מעיד זיין ביי די מכות איז געווען — בכדי צו מודיע זיין פּרעה'ן אַז דאָס איז ניט קיין מקרה, נאָר אַן עונש פון דעם אויבערשטן פאַר זיין ניט אַרויסלאָזן די איחיז).

געווען מכות וואָס זיינען געקומען פאַר זיין ניט אַרויסלאָזן די אידן בהווה ומכאן ולהבא — אַזוי ווי דערציילט גלייך נאָך דעם פּסוק — באַ דער צווייטער מכה — מכת צפרדע, וואָס עס שטייטיח „ואם מאן אתה לשלח — איצט — הנה אצבי נוגף את כל גבולך בצפרדעים" — דעריבער זאָגט רש"י אויך דעם לשון „מתרה".

און דאָס איז דער הסבר וואָס רש"י זאָגט בתחלת פּרשתנו „והתרה בו", ווייל ביי מכת ארבה האָט משה מתרה געווען (ניט מעיד געווען), ווי עס שטייט ווייטער „כי אם מאן אתה לשלח את עמי (פון איצטער און ווייטער —) הנני מביא מחר ארבה גו' ".

ג. ס'איז נאָך אָבער ניט אינגאַנצן גלאַט; צו די ווערטער „ויאמר ה' אל משה באַ אל פּרעה" אויף וועלכע רש"י שטעלט זיך און וויל באַוואָרענען, כנ"ל, אַז ניט נאָר אַף'ן גיין צו פּרעה'ן איז געווען דער אָנזאָג, איז נויטיק לכאורה בלויז צו מוסיף זיין „ואמרת אליו גו'" (אַז ניט נאָר זאָל ער קומען צו פּרעה'ן, נאָר ער זאָל אים אויך אָנזאָגן וועגן מכת ארבה). וואָס איז אָבער נוגע אין דעם60פּסוק צו מדגיש זיין אַז דער ריידן צו פּרעה'ן זאָל זיין אין אַן אופן (ניט פון „מעיד" נאָר) פון התראה?

וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים וואָס ס'איז שווער אין כללות תוכן הפּסוק;

אויפן ציווי „בא אל פּרעה" האָט דער אויבערשטער געגעבן אַ טעם „כי אני הכבדתי את לבו גו'". דאַרף מען פאַרשטיין:

א) ביי אַלע פריערדיקע מכות האָט דער אויבערשטער ניט געגעבן משה'ן קיין טעם אויפן ציווי צו „מעיד" זיין אָדער „מתרה" זיין פּרעה'ן וועגן זיי. פאַרוואָס עפּעס ביי מכת ארבה האָט ער אים יע געגעבן אַ טעםיט ?

ב) מיט וואָס איז דער „אני הכבדתי את לבו" אַ טעם אויף „בא אל פּרעה"? דער טעם אויף „בא אל פּרעה" איז לכאו' בכדי צו וואָרענען אים וועגן מכת ארבה און פּועל'ן ביי אים ער זאָל די אידן אַרויסלאָזן פון מצרים, אָבער „אני הכבדתי את לבו" איז גאָר אדרבה אין פלוג אַ טעם אויף ניט גיין צו פּרעה'ן ; וואָרום וויבאַלד אַז „הכבדתי את לבו" וועט דאָך אים די התראה ניט העלפן!

[פאַראַן מפרשים *0) וואָס לערנען ; ווען משה האָט געזען אַז אפילו די מכת ברד (וואָס איז געווען פיל שווערער פון די פריערדיקע מכותכא) האָט ניט גע'פּועל'ט אויף פּרעה'ן, האָט ער דאָך געקענט טראַכטן; וואָס איז די תועלת פון גיין צו פּרעה'ן, ער וועט דאָך סיי ווי ניט פאָלגן ? דעריבער האָט אים דער אויבערשטער געזאָגט „כי אני הכבדתי את לבו", אַז דאָס וואָס מכת ברד האָט אים ניט דערנומען, איז עס (ניט מצד דעם וואָס פּרעה מצד עצמו איז אַזוי האַרט, נאָר) ווייל „אני הכבדתי את לבו", ובמילא, ווען דער אויבערשטער וועט אַראָפּנעמען דעם כובד הלב וואָס ער האָט געמאַכט, וועט פּרעה פאָלגן.

דער פּירוש איז אָבער ניט מובן ; אויך די התראה אויף מכת ארבה (און אפילו די מכה בפּועל) האָט אויף פּרעה'ן ניט געווירקט ער זאָל באַפרייען די אידן. טאָ ווי קען מען זאָגן אַז מיט „אני הכבדתי את לבו" ווערט געמיינט אַז (כאָטש מכת ברד האָט ניט געהאָלפן, אָבער) די התראה אויף מכת ארבה וועט יע העלפן — זי האָט דאָך אין אמת'ן טאַקע ניט געהאָלפן ? !]

מוז מען לערנען, אַז דער טעם אויף „בא אל פּרעה" איז ניט וואָס „הכבדתי את לבו ואת לב עבדיו", נאָר „למען שתי אותותי אלה בקרבו" [און דער פּשט פון „כי אני הכבדתי גו'" (וואָס ווערט געזאָגט אַלס אַ טעם אויף „בא אל פּרעה") איז; וואָרום דאָס וואָס „אני הכבדתי גו'" איז עס „למען שתי אותותי אלה בקרבו"]: אַז כאָטש טאַקע דאָס גיין צו פּרעה'ן וועט ניט ווירקן אויף אים ער זאָל אַרויסשיקן די אידן, אַזוי ווי די מכות ביז איצט האָבן ניט גע'פּועל'ט אויף אים, דאַרף מען גיין צו אים און וואָרענען61וועגן דער מכת ארבה „למען שתי אותותי אלה בקרבו"כב.

ד. עפּי"ז ווערט דאָך אָבער שווער; בדרך כלל, ווען מען איז אימעצן מתרה אַז פאַר זיין טאָן כך וכך וועט מען אים מעניש זיין מיט אַ געוויסן עונש, איז (א) מען איז דערמיט אויסן אַז ער זאָל דעם חטא ניט באַגיין און אַזוי אַרום אויסמיידן דעם עונש; (ב) מען גיט אים עכ"פּ אַ ברירה אויף אויסצומיידן דעב עונש, דורך אויספאָלגן די וואָרנונג און ניט באַגיין דעם חטא. אין אונזער פאַל אָבער, (א) איז די כוונה געווען אַז פּרעה זאָל ניט פאָלגן און טאַקע באַקומען דעם עונש — „למען שתי אותותי אלה בקרבו", און נאָך מער: (ב) וויבאַלד אַז „אני הכבדתי את לבו" האָט מען אים גאָר קיין ברירה ניט געגעבן אויף אויסצומיידן דעם עונש.

האָט מען דערפאַר לכאורה געדאַרפט לערנען, אַז מיט „כה אמר ה' גו' הנני מביא מחר ארבה גו'" האָט משה (ניט — פּרעה'ן מתרה געווען בנוגע להבא, נאָר) אים „מעיד" געווען אַף זיין הנהגה בעבר אַז עס וועט אויף אים קומען אַן ארבה פאַר זיין ניט פאָלגן דעם אויבערשטען פריער — „עד מתי מאנת ליענות מפּני"כג. און דאָס וואָס פאַר „הנני מביא מחר ארבה גו'" האָט ער געזאָגט „שלח עמי ויעבדוני כי אם מאן אתה לשלח את עמי", איז עס נאָר צו קלאָר מאַכן אַז אויב ער וועט די אידן יע באַפרייען, וועט ער דורך דעם עכ"פּ פאַרמיידן דעם עונש פון ארבה וואָס קומט אים בודאות פאַר זיין פריערדיקן חטא — „מאנת". נאָר ער קען מאַכן אַ שינוי און עס מבטל זיין דורך „לשלח את עמי".

ובכדי צו שולל זיין פון אָט־דעם פּי', איז רש"י מדגיש „והתרה בו", אַז דער אָנזאָג צו פּרעה'ן וועגן מכת ארבה איז געווען אַ התראה, וכפּשטות לשון הכתובכד אַז דאָס וואָס „הנני מביא מחר ארבה" איז צוליב דעם ווייל „מאן אתה לשלח את עמי"לג (און ס'איז קיין סתירה ניט צו דעם פּירוש פון „כי אני הכבדתי גו' למען שתי גו' " — כדלהלן סעיף ה').

ה. רש"י'ס הכרח צו לערנען (ניט „והעד בו" נאָר) „והתרה בו", איז אין אמת'ן (ניט נאָר פון פּשטות לשון הכתוב „כי אם מאן אתה לשלח גו'" וואָס שטייט ווייטער, נאָר אויך) פון דעם פּסוק גופא אויף וועלכן ער שטעלט זיך. ווייל אויב מ'זאָל לערנען „והעד בו" איז שווער:

א) עפּ"י הנ"ל איז דער טעם אויף „בא אל פּרעה" נאָר „למען שתי גו'" אָבער ניט „אני הכבדתי את לבו גו' ". אָבער פון פּשטות לשון הכתוב „בא אל פּרעה כי אני הכבדתי גו' " איז משמע, אַז „אני הכבדתי" גופא איז אַ טעם אויף „בא אל פּרעה"?

62ב) נאָך פאַר דער ערשטער מכה (דם) האָט דער אויבערשטער געזאָגט צו משה'ן „ואני אקשה את לב פּרעה"כ. האָט דאָך משה שוין פון פריער געוואוסט אַז כמה (אָדער אַלע) מכות (ביז צו מכת בכורותכא) וועלן ניט פּועל'ן אויף פּרעה'ן, אאן פונדעסטוועגן, ווען דער אויבערשטער האָט אים געשיקט צו פּרעה'ן צו אָנזאָגן אויף אַלע פריערדיקע מכות — אפי' אויף מכת ברד, וואָס איז געווען שוין נאָך דעם ווי „ויחזק ה' את לב פּרעה"כח בפּועל (ביי מכת שחין) — האָט ער אים ניט געדאַרפט געבן קיין טעם אויף דעם וואָס ער שיקט אים צו פּרעה'ן. היינט פאַרוואָס האָט ער אים ביי מכת ארבה יע געדאַרפט זאָגן אַ טעם?

ג) די קשיא איז נאָך גרעסער ; בעת דער אויבערשטער האָט אים געזאָגט „ואני אקשה את לב פּרעה" האָט ער מוסיף געווען „והרביתי את אותותי גו'" וואָס דאָס מיינט „למען הרבות בו אותותי"ט. האָט דאָך שוין משה געוואוסט אַז דער צוועק פון שווער מאַכן לב פּרעה און פון די מכות איז „למען הרבות בו אותותי", היינט וואָס איז אים שווער געוואָרן ווען מ'האָט אים געהייסן גיין צו פּרעה'ן און אים אָנזאָגן וועגן מכת ארבה ? און וואָס האָט אים דער אויבערשטער מחדש געווען מיט „כי אני הכבדתי גי' למען שתי אותותי גו'" בעת אַז ער האָט עס שוין געוואוסט פון פריער?

איז אָט־די אַלע קשיות פאַרענטפערט רש"י מיט זיין מוסיף זיין „והתרה בו":

די איינציקע מכה ביי וועלכער דער אויבערשטער האָט געהייסן משה'ן מתרה זיין פּרעה'ן, נאָך דעם וואָס „ויחזק ה' את לב פּרעה", איז געווען די מכה פון ארבהל. און דעריבער, איז דוקא ביי דער מכה האָט אים דער אויבערשטער געדאַרפט געבן אַ טעם, ווייל אין פּשטות איז כלל ניט פאַרשטאַנדיק דער מתרה זיין פּרעה'ן, בעת דער אויבערשטער אַליין האָט געמאַכט שווער זיין האַרץ אַז ער* זאָל ניט נתפּעל ווערן פון דער התראה (וכנ"ל סעיף ד'),

אויף דעם האָט דער אויבערשטער געגעבן אַ טעם „כי אני הכבדתי גו' למען שתי גו' ולמען תספּר גו' את אשר התעללתי במצרים גו'"; „התעללתי" מיינט (ווי רש"י טייטשט) „שחקתי", אַז דער אויבערשטער האָט געמאַכט אַ געלעכטער פון מצרים; פון איין זייט האָט ער מכביד געווען זייער האַרץ און האָט (כאילו ווי) צוגענומען ביי זיי די בחירה ; און צוזאַמען דערמיט איז ער זיי מתרה און וואָרנט אַז אויב זיי וועלן אים ניט פאָלגן וועט ער זיי מעניש זיין. און דעריבער איז דאָ נויטיק אויך וואָס „אני הכבדתי את לבו ואת לב עבדיו", ווייל אין דעם באַשטייט דער „התעללתי" כנ"ללא.

ו. קען מען דאָך אָבער לכאורה פרעגן; וויבאַלד אַז „ויחזק ה' את לב פּרעה", און פּרעה איז געווען מוכרח אין ניט אַרויסשיקן די אידן, איז בפּשטות ניט פאַרשטאַנדיק כלל ווי האָט מען אים געקענט מעניש זיין אויף דעם — „השופט63כל הארץ לא יעשה משפּט" (בתמי')לב? אפילו אַ קליין קינד פאַרשטייט אַז אויב מען איז מכריח איימעצן טאָן אַ זאַך — טאָר מען עם ניט באַשטראָפן דערפאַר. ובפרט — דער וואָס האָט עם מכריח געווען !

באַוואָרנט רש"י די קשיא שוין פריער; אויפן פּסוקכ „ואני אקשה את לב פּרעה וגו' " זאָגט רש"י „מאחר שהרשיע והתריס כנגדי וגלוי לפני שאין נחת רוח באומות לתת לב שלם לשוב, טוב שיתקשה לבו למען הרבות בו אותותי כו' ". ד. ה. אַז בתחלה האָט פּרעה טאַקע געהאַט בחירה, נאָר לאחרי ווי „הרשיע והתריס כנגדי" האָט מען אים מעניש געווען דערמיט גופא וואָס מען האָט ביי אים די בחירה צוגענומעןלח.

און דער עונש איז געווען מדה כנגדלד מדהלח: פּרעה איז אַרויס מיט אַ ברייטקייט אַנטקעגן דעם אויבערשטן און געזאָגט „מי ה' אשר אשמע בקולו"ל, אַז ער ווערט ניט נתפּעל פון דעם אויבערשטען און וועט טאָן וואָס ער וויל. האָט מען אים דערויףלז געוויזן, אַז ער איז כלל ניט ברשותו און אַז אַלץ וואָס ער טוט — אפילו דאָס וואָס אַנדערע האָבן די גאַנצע בחירה — איז באַ עם נאָר כפי רצונו של הקב"ה.

ז. עפּי"ז וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס דוקא ביי דער התראה פון מכת ארבה האָבן די „עבדי פּרעה"* געזאָגט „עד מתי יהי' זה לנו למוקש גו' הטרם תדע כי אבדה מצרים", און פּרעה האָט אָנגענומען די טענה, וואָס דערפאַר האָט ער דאָך צוריקגערופן את משה ואת אהרן צו זאָגן זיי „לכו עבדו את ה' אלקיכם"ל.

ולכאורה, פאַרוואָס ביי אַלע פריערדיקע מכות, אויך ביי די ערשטע פינף — פאַר „ויחזק ה'* את לב פּרעה"ל האָט די התראה גאָרניט געווירקט, ניט אויף די עבדים און ניט אויף פּרעה'ן (נאָר ערשט לאחרי ווי ס'איז געקומען אַ מכה בפּועל האָט פּרעה געזאָגט אַז ער וועט אַרויסשיקן די אידן). און דוקא די התראה אויף מכת ארבה, וואָס איז געווען נאָכדעם ווי „אני הכבדתי את לבו ואת לב עבדיו"מ, האָט די עבדים אַזוי שטאַרק דערנומען די התראה ביז צום מאָנען „שלח את האנשים", און פּרעה64אַליין איז באַווירקט געוואָרן פון זייער טענה ביז „ויושב את משה ואת אהרן אל פּרעה ויאמר אליהם לכו עבדו את ה' אלקיכם"מא ?

עפּ"י הנ"ל איז דאָס מובן גאָר בפּשטות; וויבאַלד אַז „בא אל פּרעה — והתרה בו" איז געווען „למען (צוליב) תספּר גו' את אשר התעללתי במצרים", דערפאַר האָט דער אויבערשטער געמאַכט אַז שוין אין דער התראה זאָל דאָס זיין קענטיק אַז „התעללתי — שחקתי", ווי פּרעה האָט כלל קיין דיעה ניט איבער זיך; ער איז טאַקע שטאַרק נתפּעל געוואָרן פון דער טענה „הטרם תדע כי אבדה מצרים" [ ביז אַז נאָך איידער די מכה איז געקומען בפּועל האָט ער ספּעציעל געשיקט שלוחים נאָך משה ואהרן צו זאָגן זיי „לכו עבדו את ה' אלקיכם" — אַ זאַך וואָס האָט ניט פּאַסירט ביי קיין איינע פון די אַנדערע מכות, אפילו ניט ביי דער התראה אויף (חשך און) מכת בכורות וואָס „שקולה כנגד כל המכות"מב ] — ואעפּ"כ, האָט ער בעת מעשה גופא ניט געהאַט דעם כח צו פּועל'ן ביי זיך נאָכצוגעבן משה'ן — כאָטש אַז מצד דער טענה „כי אבדה מצרים" (וואָס ער האָט אַליין באַוויזן ווי ער רעכנט זיך מיט איר) האָט ער יע געדאַרפט נאָכגעבן. און דאָס איז נאָר ווייל „אני הכבדתי את לבו גו'" און ער אַליין איז שלא ברשותו כלל.

ועפּי"ז קומט אויס אַז דאָס וואָס „התעללתי — שחקתי" האָט זיך אָנגעזען אין צוויי ענינים; א) סיי אין דעם עצםענין האָבן אַלע געזען ווי פּרעה האָט כלל ניט קיין בחירה און דיעה איבער זיך און ווי ער איז בלויז אַ שחוק — שפּיל־געצייג דורך וועמען דער אויבערשטער פירט דורך וואָס ער וויל — קעגן רצונו של פּרעה. ב) און אויך שוין פריער אין דער התראה האָט מען געזען ווי מען מאַכט פון אים אַ שחוק, כנ"ל סוף סעיף ה'.

ח. פון די ענינים פון „יינה של תורה" וואָס אין דער רש"י;

לאחרי כל אריכות הנ"ל פאָדערט זיך נאָך ביאור: דער פּירוש פון „כי אם מאן אתה לשלח את עמי הנני מביא מחר ארבה בגבוליך" (לויט פּירש"י „והתרה בו") איז דאָך (כנ"ל סעיף ד'), אַז „הנני מביא מחר ארבה בגבולך" איז אַן עונש פאַר דעם וואָס „מאן אתה לשלח את עמי" איצטער. איז ניט מובן: הן אמת אַז „אני הכבדתי גו'" איז אַן עונש וואָס האָט אים געקומט צוליב דעם וואָס „הרשיע והתריס כנגדי" פריער בבחירתו, וויבאַלד אָבער אַז שפּעטער איז ער פאָרט אַן אנוס, ווי קען מען אים מעניש זיין פאַר דעם איצטיקן „מאן אתה" — אַ זאַך אין וואָס ער האָט ניט קיין בחירהמג?

65נאָר דער ביאור אין דעם איז; דער אַלטער רבי זאָגט אין אגרת התשובהמד, אַז אפילו די וואָס אויף זיי שטייט „אין מספּיקין בידו לעשות תשובה" איז „אם דחק ונתחזק ונתגבר על יצרו ועשה תשובה — מקבלין תשובתו", ווייל „אין מספּיקין" מיינט נאָר אַז מען איז אים ניט מסייע, און נאָך מער — מען מאַכט אים געוויסע שוועריקייטן צו טאָן תשובה, ביז ער דאַרף אָנקומען צו „דחק". ער איז אָבער ניט מוכרח ח"ו אין ניט תשובה טאָן, און אויך ער האָט די בחירה צו שטאַרקן זיך אויף אַלע מניעות און תשובה טאָןמח.

און אַזוי איז אויך בנוגע צו פּרעה'ן; אפילו לאחרי ווי „ויחזק ה' את לב פּרעה" און אפילו לאחרי ווי דער אויבערשטער האָט געזאָגט בדיבורמח „כי אני הכבדתי את לבו", האָט ער נאָך אַלץ געהאַט בחירה צו שטאַרקן זיך און טאָן תשובהמז.

ט. פון יעדער ענין דאַרף מען דאָך אַרויסנעמען אַ הוראה אין עבודת ה'מח — ובפרט אַז די כוונה אין „בא אל פּרעה והתרה בו" איז „למען תספּר באזני בנך66ובן בנך גו'" — איז די הוראה דערפון מובן גאָר אין פּשטות;

מה־דאָך פּרעה, וואָס זייענדיק פון אוה"ע איז זיין חיות געווען פון גקה"טמט, האָט ער אָבער געהאַט בכח צו תשובה טאָן אפילו לאחרי ווי „הכבדתי את לבו" — עאכו"כ אַ איד, וואָס זיין חיות איז פון קדושה — פון נפה"אנ וואָס „גם בשעת החטא היתה באמנה אתו ית' "נא, וואָס מצד עצמו איז דאָך אַלע מאָל „ולבי ער" אפילו בזמן הגלותסב, און דאָס וואָס לפעמים איז ביי אים דאָ טמטום הלב איז דאָס בלויז ווייל צו אים האָט זיך „צוגעקלעפּט" בחי' „פּרעה"נח — איז דאָך זיכער אַז ער האָט אַלע מאָל די בחירה צו אַנטפּלעקן זיין האַרץ, וואָס זי איז אין אמת'ן אַלע מאָל וואָך (ער דאַרף זי אפילו ניט מעורר זיין, ער דאַרף נאָר אַראָפּנעמען די זאַכן וועלכע פאַרשטעלן אויף איר), און תשובה טאָן — וואָרום „אין לך דבר העומד בפני התשובה"נד.

און נאָך מער; וויבאַלד אַז „וחשב מחשבות לבלתי ידח ממנו נחח"סח און דער אויבערשטער איז מצפּה אויף יעדער אידן ער זאָל תשובה טאָן, איז דאָך מובן בפּשטות, אַז אפילו אין פאַל ווען „ואתה הסבות את לבם אחורנית", וואָס תורה טייטשט אויף דעם — „מנעת מהן התשובה"נח, איז עס בלויז בחיצוניות. וואָרום עס איז דאָך ניט שייך אַז מלמעלה זאָל מען מאַכן אַן ענין פון היפך הכוונה. נאָר אדרבה: דער „הסיבות את לבם אחורנית" גופא איז בכדינז אַרויסצורופן אַ טיפערע תשובה, די תשובה פון „דחק".

יו"ד. עפּ"י הנ"ל איז אויך פאַרשטאַנדיק וואָס אין פּסוק גופא שטייט נאָר „בא אל פּרעה" און עס שטייט ניט „והתרה בו": וויבאַלד אַז בגילוי איז „הכבדתי גו'" אַן ענין וואָס איז מונע די תשובה, איז די כוונה (ווי עס הערט זיך בחיצוניות) אין דעם „בא אל פּרעה" — אַז ער זאָל ניט פאָלגן, „למען שתי אותותי גו' ולמען תספּר גו' את אשר התעללתי". און אויף דעם קומט רש"י און איז מגלה די כוונה פּנימית אין דעם88), אַז „בא אל פּרעה" מיינט „והתרה בו", וואָס בשעת מען איז אימעצן מתרה און מען וואָרנט אים, איז מען דאָך אויסן מיט דער התראה (וואָס מען שרעקט אים מיט אַ שווערן עונש), אַז ער זאָל פאָלגן וואָס מען הייסט אים. און ווי רש"י זאָגט אין אַ פריערדיקער סדרה89) „ומתרה בו לשוב".

יא. בעניני תורה זיינען דאָך אַלע פּרטים בדיוק80) — זעט מען אַז פּרשת בא (כולל די הוראה הנ"ל) לייענט מען67אַלע מאָל אין דעם שבת*1) וואָס פאַר יו"ד שבט אָדער אין דעם שבת פון יו"ד שבט גופאב — דער יום ההילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר;

אעפּ"י אַז אין דער אמירה פון דעם אויבערשטן צו משה'ן שטייט נאָר „בא אל פּרעה" און דער „והתרה בו" שטייט ניט בפירוש אין פּסוק, איז אָבער אין משה'ס רייד צו פּרעה'ן שטייט בפירוש (בגילוי) „כי אם מאן אתה גו'" — אַן ענין פון התראה, וואו די כוונה איז אַז דער מותרה זאָל פאָלגן און אויסמיידן דעם עונש.

און דאָס איז די הנהגה פון אַ תועה ישראל — אָנהייבנדיק פון משה רבינו רעיא מהימנא און אתפּשטותא דילי' בכל דרא ודראסא ביז צו כ"ק מו"ח* אדמו"ר בעל ההילולא — אַז אפילו צו אַזאַ אידן וואָס לבו מטומטם ר"ל, ביז אַז דורך זיינע הנהגות האָט ער גורם געווען צו „ויחזק ה' את לבו" און וואָס תורה פּסק'נט „מנעת מהן התשובה" — גייט מען אפילו צו אים און מען איז אים מתרה — בדרכי נועם — ער זאָל חוזר זיין בתשובה.

און אָט־די הנהגה האָט דער בעל ההילולא געמאָנט באַ זיינע חסידים, באַ זיינע מקושרים און אפילו אויך באַ די וואָס זיינען נאָר הולכים בעקבותיו, אַז מען זאָל ניט מאַכן קיין חשבונות אין וועלכן סוג דער איד גייט אַריין, צי ער איז „רעך" ועמיתך84) עמךסו בתומ"צ אָדער ער איז ווייט דערפון, ביז אפילו ער איז פון דעם סוג אויף וועמען עס שטייט דער היפּך פון „מעלין"ס — אַז אויך אים87) זאָל מען מתרה זיין אַז ער זאָל תשובה טאָן, און — דווקא בדרכי נועם, דורך אויפקלערן אים ווי דורך די תשובה וועט ער פאַרשפּאָרן זיך אַלע יסורים ר"ל.

און „ברית כרותה לעבודה ותעמולה שאינן חוזרות ריקם"סח, אַז די התראה בדרכי נועם ווירקט (אַ וויילע פריער אָדער אַ וויילע שפּעטער, אָבער סוכ"ס ווירקט עס אויף יעדן איינעם) אַז עס גייט פון אים אַראָפּ די כבהות הלב, און ער איז גרייט — עומד הכן — צום אַרויסצוגיין פון גלות (וואָס גלות מצרים איז שרש לכל הגליות 89))

ער ווערט איינער פון „כל צבאות ה'" וואָס גייען אַהויס פון איצטיגן גלות „כימי צאתך מארץ מצרים"ע —68וואָרום ער האָט אין זיך די אַלע ענינים פון „צבא" — ווי מבואר בארוכה במאמרי יום ההילולאיא,

צו מקבל זיין פני משיח צדקינו, יבוא ויגאלנו בקרוב ממש, בעגלא דידן.

(משיחת ש"פ בא תשכ"ה)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-sk7xrh91

Copies

Recent activity

#184 Likkutei Sichos vol 6: machine reading · approved
#122 Likkutei Sichos vol 6: machine reading · closed

Sources