Likkutei Sichos
10 Shevat
81יו"ד ש ב ט
א. ס'איז ידוע אַז בעת ההסתלקות קומען זיך צוזאַמען „כל מעשיו ותורתו ועבודתו אשר עבד כל ימי חייו"א. דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז אין דעם מאמר ד"ה באתי לגני וואָס דער רבי בעל ההילולא האָט אַרויסגעגעבן צו זיין יום ההסתלקות [ובפרט אין דער התחלה וסיום פון מאמר — וואָס דער תוכן פון יעדער ענין זעט זיך אָן מער בגילוי אין זיין התחלהב וסיוםג] קומט צום אויסדרוק אַ נקודה עיקרית פון כל עמלו, וואָס ער האָט געהאָרעוועט בחיים חיותו בעלמא דין.
פון די נקודות העיקריות פון דער עבודה פון בעל ההילולא — וואָס דאָס האָט ער אויך געמאָנט פון די אַלע וואָס הולכים בדרכיו אשר הורנו, זיינען;
א) צו פאַרשפּרייטן תומ"צ — כולל אויך דעם מאור שבתורה — בכל מקום ומקוםד, אויך אין אַזעלכע ערטער וואָס זיינען (בגילוי) גאָר קיין כלים ניט צו תומ"צ בכלל, און על אחת כו"כ ניט קיין כלים צו חסידות.
ב) אַז די אַרבעט פון הפצת התורה ומצות וכו' זאָל מען טאָן מיט דער גרעסטער זריזות.
און אָט־די צוויי נקודות ווייזט ער אָן אין דער התחלה וסיום פון דעם מאמר.
ב. אין אָנהויב פון מאמר ברענגט דער רבי בעל ההילולא דעם מאמר המדרשח אויפן פּסוקח באתי לגני אחותי כלה; „לגן אין כתיב כאן אלא לגני לגנוני למקום שהי' עיקרי בתחלה דעיקר שכינה בתחתונים היתה", ד.ה. אַז די השראת השכינה בתחתונים וואָס איז געווען בעת הקמת המשכן (וואָס דערויף זאָגט דער אויבערשטער „באתי לגני") איז שוין געווען בתחילת הבריאה (און ניט ווי דער מ"דז אַז „דבר חידוש הוא"). מער ניט וואָס דורכן חטא עה"ד והחטאים שלאחריו איז — „פּסק", און דערנאָך, בעת הקמת המשכן, „חזר לכמות שהי'".
און אין דעם סיום המאמר ברענגט ער דעם מדרשח „אין אדם שליט לומר המתינו לי עד שאעשה חשבונותי ועד שאצוה לביתי כו'", וואָס דעריבער טאָר מען ניט אָפּלייגן אויף שפּעטער די אַרבעט וואָס מען האָט צו טאָן, וואָרום „מי הוא היודע עתו וזמנו".
מיטן ברענגען בתחלת וסיום המאמר אָט־די צוויי מדרשים, ווייזט ער אָן די צוויי נקודות הנ"ל: מיטן מד־82רש בסיום המאמר ווייזט ער אָן, אַז די אַרבעט דאַרף געטאָן ווערן בזריזות ; און מיטן מדרש בתחילת המאמר ווייזט ער אָן אין וואָס עס דאַרף באַשטיין די אַרבעט גופא; פאַרשפּרייטן תומ"צ בכל מקום ומקום, כדלקמן.
ג. בשעת אַ איד באַטראַכט זיך אין דעם מצב פון דער וועלט, וואָס עוה"ז איז דאָך (ווי דער אַלטער רבי זאָגטט) „מלא קליפּות וסט"א", ד.ה. אַז יעדער נקודה פון עוה"ז איז פול מיט קליפּות; ביז אַז דער נאָמען פון עוה"ז — וואָס דער נאָמען פון יעדער זאַך ווייזט אויף איר מהותי — איז „עולם הקליפּות וסט"א"יא, קען ער ביי זיך טראַכטן;
וויבאַלד אַז דער אויבערשטער האָט באַשאַפן די וועלט אויף אַזאַ אופן אַז זי זאָל זיין „עולם הקליפּות", איז דאָך ניט שייך אַז איך זאָל זי קענען איבערמאַכן. און וויבאַלד אַזוי — וועל איך זיך אָפּזונדערן פון וועלט און זיין אָפּגעשלאָסן אין די ד' אמות פון תורה און תפלה און ניט האָבן צו טאָן מיט וועלט!
אויף דעם איז דער רבי מסביר גלייך בתחלת המאמר, אַז אדרבה; דאָס וואָס די וועלט איז אַן עולם הקליפּות איז עס [ניט אַן ענין וואָס מצד דעם עצם מהות פון עוה"ז איז מוכרח אַזוי, נאָר ס'איז] אַ צוגעקומענע זאַך, אַן ענין וואָס איז ניתוסף געוואָרן (לאחרי הבריאה) דורכן חטא עה"ד וכו'; אָבער מצד איר עצם מהות, איז גאָר פאַראַן אַ מעלה אין עוה"ז לגבי די עולמות עליונים, וואָרום עיקר שכינה איז דוקא בתחתונים היתה.
קען מען אָבער נאָך אַלץ טענה'ן; אמת טאַקע, אַז בתחילת הבריאה איז געווען אַנדערש; אָבער איצטער איז דאָך די וועלט „פול" מיט קליפּות „והרשעים גובריםיא בו"?
אויף דעם קומט דער הסבר ווייטער אין מאמר, אַז דער תכלית הכוונה אין בריאת והתהוות העולמות איז דאָס וואָס „נתאוהיב הקב"ה להיות לו ית' דירה בתחתונים", און היות אַז די כוונה וועט דאָך זיכער דורכגעפירט ווערן
[וואָרום וויבאַלד אַז די מציאות הבריאה איז באַשאַפן געוואָרן (און זי ווערט באַשאַפן בכל רגע ורגעיג) צוליב דער כוונה, איז דאָך ניט שייך אַז די עניני הבריאה, מעשה בני אדם (חטא עה"ד וכו'), זאָלן האָבן כחיד צו מנגד זיין און ניט צולאָזן ח"ו די אויספירונג פון דער כוונה]
און סוכ"ס וועט די וועלט ווערן אַ דירה לו ית' — קומט דאָך אויס אַז דער איצטיקער שינוי אין וועלט, אָט־דאָס וואָס זי איז אַן „עולם הקליפּות", איז אַ „שינוי החוזר לברייתו" (וואָרום סוכ"ס וועט דאָך קומען אַ צייט ווען „ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ"טו ווי ס'איז געווען קודם החטא), און „שינוי החוזר לברייתו לא שמי' שינוי"טז, הייסט עס דאָך אַז בפּנימיות איז אויך איצטער די וועלט אַ „דירה לו ית'"יז. ובפרט83אַז דער שינוי (איז ניט נאָר אַז ער קען חוזר זיין לברייתו נאָר ער) וועט זיכער חוזר זיין לברייתו, כנ"ל.
און וויבאַלד אַז דער גילוי לעתיד וועט זיין אין אַן אופן פון „מלאהיח הארץ דיעה את הוי' כמים לים מכסים"יט און „וידע כל פּעול כי אתה פּעלתו"*10), קומט ממילא אויס, אַז אויך איצטער (בפּנימיות) איז אַזוי אין יעדער נקודה פון וועלט, אויך אַפילו דאָרטן וואו עס זעט זיך אָן כאילו אַ התנגדות צו אלקות, צו זיין אַ דירה לו ית'. און דעריבער דאַרף מען מפיץ זיין יהדות בכל מקום ומקום, בכדי צו מגלה זיין דעם טוב וואָס איז דאָ אין יעדן אָרט.
ד. דעם מאמר האָט דאָך דער רבי אַרויסגעגעבן צו יום הסתלקותו — איז די הוראה הנ"ל אין אָנפאַנג פון מאמר*20) פאַרבונדן אויך מיט דעם ענין פון הסתלקות;
לאחרי ווי די נשמה ווערט נסתלק פון גוף, ווערט דער גוף נפסדכא. און דאָ קומט אויף די שאלה; וואָס איז דער תכלית פון דער גאַנצער עבודה, וואָס אַ איד האָרעוועט אָפּ במשך כל ימי חייו אויף אויסצואיידלען זיין גוףכב, אויב לאחרי הסתלקותו ווערט ער נפסד?
און די קשיא איז נאָך שטאַרקער; דאָס וואָס דער גוף ווערט נפסד (בצאת הנפש מן הגוף) איז עס דאָך (ניט קיין ענין וואָס ווערט אין אים נתחדש, נאָר) כמ"שכג „עפר אתה ואל עפר תשוב" (אַז מצד דעם וואָס אויך איצטער איז „עפר אתה" — דעריבער „ואל עפר תשוב"), און היות אַז „שינוי החוזר לברייתו לא שמי' שינוי", איז ער דאָך במילא ניט קיין מציאות אמיתי אויך איידער ער איז „שב לעפרו" — און וויבאַלד אַזוי, קומט דאָך אויס לכאורה אַז די עבודה פון תומ"צ איז פאַרבונדן מיט אַן ענין וואָס איז (אויך בעת העבודה) ניט קיין מציאות אמיתי ח"ו?!
און הגם אַז דער „עצם לוז" (וואָס בלייבט איבער פון גוף) ווערט קיינמאָל ניט נפסדכד, און אויך אויף דער תחי' פון כללות הגוף שטייטכה „יחיו מתיך" (און ניט „יברא"), ווייל דער אופן התחי' וועט זיין (ניט אַז עס84וועט באַשאַפן ווערן אַ נייער גוףכ, נאָר) אַז דער גוף וועט נבנה ווערן פון דעם עצם לוזכז
— וויבאַלד אָבער אַז דער גוף מצד עצמו איז „עפר אתה", און דאָס וואָס עס מאָנט זיך מצד זיין ענין איז „ואל עפר תשוב", קומט דאָך במילא אויס אַז דאָס גופא וואָס (דער אופן התחי' וועט זיין ניט בדרך בריאה חדשה, נאָר אַז) ער וועט נבנה ווערן פון דעם עצם לוז, איז עס אַן ענין פון „בריאה" חדשהכח — וואָרום דער גדר הגוף מצד ענינו איז „עפר"כט?
ה. אויף דעם איז דער ענטפער, אַז פאַרקערט; וויבאַלד אַז „עיקר שכינה בתחתונים היתה", וואָס דערפאַר איז „ובנו בחרת" דוקא אין דעם גוף הגשמיל, איז במילא דער גוף אַ מציאות אמיתי וואָס אין אים איז קיין הפסד ניט שייך. און דער שינוי וואָס איז אין אים געוואָרן דורך (דעם חטא עה"ד און דער „מסובב" פון אים —) „ואל עפר תשוב", איז בלויז אין זיין חיצוניות, ניט אין זיין עצם מהות. וואָרום מעשה בני אדם קען ניט משנה זיין ח"ו (וכנ"ל ס"ג) די בחירת העצמות, וואָס ער האָט בוחר געווען אין אַ אידישן גוף.
און דאָס גופא איז דער ביאור דערויף וואָס דער „עצם לוז" [האָט ניט נהנה געווען פון דעם עץ הדעתיא און] ווערט קיינמאָל ניט נפסד — ווייל ער איז די „עצמיות" פון גוףיב, און אין עצמיות (פון גוף) איז ניט שייך קיין (חטא און) הפסד.
און וויבאַלד אַז „ובנו בחרת" איז דאָך אויך אין כללות הגוף, איז דערפון פאַרשטאַנדיק אַז בפּנימיות איז אויך אין כללות הגוף ניט שייך קיין הפסדלח. און דאָס וואָס ער וועט לע"ל85נבנה ווערן פונעם „עצם לוז" — איז עס מצד זיין ענין גופא, ווייל אין אים איז דאָ די בחירת העצמות. ולפי זה קומט אויס, אַז אדרבא מצד דעם וואָס „שינוי החוזר לברייתו לא שמי' שינוי", איז ער אויך איצטער אַ מציאות אמיתי.
ו. דער יצה"ר איז דאָך אָבער אַן „אומן במלאכתו"לד, איז לאחרי ווי מען שלאָגט אָפּ זיין „טענה" (אַז מען קען ח"ו ניט אויפטאָן מיטן גוף און מיט וועלט) דורך דער הסברה, אַז בפּנימיות זיינען זיי גאָר טוב און קדושה און די עבודה איז בלויז צו אַרויסברענגען דעם טוב וואָס אין זיי בפּנימיות אל הגילוי, הויבט ער אָן איינצו'טענה'ן מיטן מענטשן לאידך גיסא;
בפּנימיות זיינען דאָך דער גוף און עוה"ז טוב אויך קודם העבודה; ואַפילו בנוגע צו „גילוי", איז דאָך אויך אַ זיכערע זאַך (כנ"ל) אַז סוכ"ס דורך דעם אידן אָדער דורך אַן אַנדער אידן וועלן זיי ווערן אַ „דירה לו ית'" — היינט וואָס האָסט דו וואָס צו קאָכן זיך אין דיין עבודה פון תומ"צ בכדי צו מברר זיין און מזכך זיין דעם גוף און חלקו בעולם; ובפרט — וואָס איז אַזוי דער „געוואַלד" אויב דו וועסט עס אָפּלייגן אויף אַ וויילע שפּעטער?
אויף דעם איז דער רבי בעל ההילולא מסביר אין סיום פון דעם מאמר אַז א) עס איז דאָ דער ענין פון „אעשה חשבונותי", „אצוה לביתי", און ווי באַוואוסט דער ענטפער פון אַלטן רבי'ןלה „דו האָסט אַלץ דערציילט וואָס דו דאַרפסט, און אויף וואָס דאַרף מען דיך, זאָגסטו גאָרניט", ב) „מי הוא היודע עתו וזמנו");
יעדער ענין שבעולם איז אויסגעשטעלט פון פריער, דורך וועמען די זאַך זאָל נתברר ווערןל; אַזוי איז אויך אויסגעשטעלט אין וואָס פאַר אַ זמן דער בירור זאָל געטאָן ווערן. און במילא איז דאָך רעכט אַז דורכן אָפּלייגן אויף שפּעטער, זאָל ער ח"ו פאַרלירן זיין חשבון און בית וכו'לא.
און דעריבער מוז די עבודה געטאָן ווערן בזריזות, ניט פאַרלירן קיין איין רגע אין דער אַרבעט פון הפצת תומ"צ בכלל און הפצת מעינות החסידות במיוחד — בכל מקום ומקום, און דאָס דאַרף געטאָן ווערן בשמחה וחפץ וכו' (וואָס במילא קומט זריזותלח) — ובלשון הרמב"ם (בנוגע ימות המשיח) נתאוול,
צוגרייטן די גאַנצע וועלט צום קיום היעודיט „מלאה הארץ דיעה את הוי' כמים לים מכסים", בקרוב ממש.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ו׳
- Id
- rh-j9w6pq5j