Likkutei Sichos
Purim
189פורים
א. ס'איז ידועא דער פּירוש פון בעל־שם־טוב אויף „הקורא את המגילה למפרע לא יצא"; ווען איינער לייענט די מגילה און ער מיינט אַז דער סיפּור וואָס ווערט דאָרט דערציילט האָט פּאַסירט (נאָר) אַמאָל, „למפרע", און ניט איצטער איז דער נס, איז — „לא יצא". דער תכלית פון קריאת המגילה איז אָפּצולערנען זיך פון איר ווי אַ איד דאַרף זיך פירן איצטער.
דאָס איז אַזוי בנוגע אַלע ענינים (און פּסוקים) פון דער מגילה, אַז מען דאַרף זיי לייענען ניט אין אַן אופן פון „למפרע". על אחת כמה וכמה בנוגע דעם כללות הסיפּור פון דער מגילה, און מכ"ש בשייכות מיטן פּסוק וואָס איז מבאר דעם נאָמען „פּורים"
— וואָרום וויבאַלד אַז דער נאָמען פון אַ זאַך ווייזט אויף איר מהותב, הייסט עס דאָך, אַז דער פּסוק איז מבאר דעם מהות פון „פּורים", וואָס דאָס איז די נקודה העיקרית פון דער מגילה —
איז אין דעם פאַראַן אַ הוראה נצחית בכל זמן ובכל מקום, סיי פאַרן כלל ישראל און סיי פאַר יעדער אידן אַלס יחיד.
ב. דער פּסוקג זאָגט „על כן קראו לימים האלה פּורים — על שם הפּור".
איז אין דעם ניט מובן;
דער וואָרט „פּור" איז ניט קיין לשוןקודש'דיקער וואָרט, נאָר לשון פרסיד. און ווען דער פּסוקג זאָגט „הפּיל פּור" איז ער מוסיף „הוא הגורל", וואָס דערמיט פאַרטייטשט ער דעם וואָרט „פּור" אין לשון־קודש, אין וועלכן די מגילה איז געשריבן.
איז ניט מובן; פאַרוואָס הייסט דער יו"ט*) „פּורים" („על שם הפּור") אין לשון פּרסי און ניט „גורלות" („על ם הגורל") אויף לשון־קודש, ווי אַלע ימים־טובים (אויך חנוכה — אַ יו"ט מדרבנן) וואָס ווערן גערופן בלשוןהקודש ?
אויך איז ניט פאַרשטאַנדיק; דער נאָמען פון יו"ט האָט דאָך געדאַרפט אויסדריקן (ווי אין אַלע אַנדערע יו"ט) דעם נס און הצלה (פון גזירת המן). אָבער דער נאָמען „פּורים" „על שם הפּור" ווייזט גאָר אויפן היפך דערפון, אויף דעם „פּור" וואָס המן הרשע האָט געוואָרפן מיט דער כוונה „להומם ולאבדם" — ח"ו היל"ת?
ג. נאָך אַן ענין איז פאַראַן אין מגילת אסתר וואָס איז פאַרבונדן מיט כללות המגילה, און דאָס איז — וואָס אין דער גאַנצער מגילה ווערט ניט דערמאָנט דעם אויבערשטנס נאָמען, אַנדערש פון אַלע אַנדערע כתבי ה־190קודש וואו אין יעדן ספר ווערט דערמאָנט דעם אויבערשטנס נאָמען כמה וכמה פּעמים.
וואָס דאָס ווייזט אויף אַ העלם והסתר גדול ביותרג;
בכלל, יעדער איד, אפילו ווען ער רעדטי בעניני הרשות, איז „שם שמים שגוריא בפיו"יב. און ווער רעדט ווען עס קומט צו שרייבן („מעשה רבה"), איז דאָך איינגעפירט בכל תפוצות ישראל (וואָס „מנהג ישראל תורה הוא"יג), אַז אפילו ווען מ'שרייבט אַ בריוו וועגן עניני חול, פאַנגט מען אים אָן מיט „ב"ה" (אָדער כיו"ב)
[וואָרום וויבאַלד אַז „מלא כל הארץ כבודו"יד און „לית אתר פּנוי מיני "*11), איז דעריבער אָפּגעלייגט ביי אַ אידן בפּשיטות, אַז וועגן וואָס עס זאָל זיך ניט האַנדלען, איז דאָס פאַרבונדן מיטן אויבערשטןטו],
— און דאָ איז די גאַנצע מגילה, איינע פון די כ"ד כתבי הקודש, וואָס אין איר ווערט ניט דערמאָנט „שם שמים" קיין איין מאָלי!
ד. ווי דערמאָנט פריער (סעי' א'), ווערט דער תוכן פון יעדער זאַך אָנגעוויזן אין זיין נאָמען. און אויך דער העלם והסתר פון דער מגילה, ווערט אָנגעוויזן אין איר נאָמען;
דער שם המגילה איז „מגילת אסתר"טו (אָדער „אסתר"יג), און אסתר ווייזט דאָך אויף דעם ענין פון הסתר *א,191און נאָך מער — אויף אַ דאָפּלטן הסתר, ווי די גמרא0) זאָגט; „אסתר מן התורה מנין ואנכילא הסתר אסתיר", צוויי מאָל הסתר92).
אָבער לאידך גיסא, ווייזט דער נאָמען „מגילת אסתר" (ובפרט ווי זי ווערט אויך גערופןג „מגילה" סתם) אויף גילוי — „מגילה" פון לשון גילוילד.
און פּונקט ווי אין דער מגילה זעט מען צוויי ענינים הפכיים — העלם און גילוי, אַזוי זעט מען עס אויך אין דעם יו"ט פּורים; פון איין זייט הייסט דער יו"ט מיטן נאָמען פּורים — וואָס איז אַ לשון פּרסי און וואָס ווערט גערופן על שם אַן ענ־ן וואָס איז פאַרבונדן מיט דער גזירה — ווייזט עס אַז דער יו"ט איז פאַרבונדן מיט אַן ענין פון העלם והסתר; ולאידך גיסא, זיינען די ימי הפּורים ימי משתה ושמחה, אַ סך מער ווי אַנדערע ימים טובים, ביז צו אַ שמחה גדולה ביותר למעלה מכל מדידה והגבלה, אין אַן אופן פון „עד דלא ידע כו'").
ה. צו פאַרשטיין דאָס, דאַרף מען פריער מקדים זיין איין הוראה (פון פילע אַנדערע) פון כללות סיפּור המגילה און פון פּורים (אַ הוראה וואָס איז מובנת גאָר אין פּשטות)4
אין דער צייט פון גזירת המן, האָבן אידן געהאַט גאָר חשוב'ע פאָרשטייער אין דער מלוכה; מרדכי איז געווען אַ „יושב בשער המלך"לז, און דערצו האָט ער געראַטעוועט דעם מלך'ס לעבןג; און אסתר איז געווען אַ מלכה, ובפרט אַז „ותשא חן וחסד לפניו"ג.
איז לכאורה, בעת מען האָט זיך דערוואוסט פון דער גזירה, האָט מען לכל לראש געדאַרפט נוצן אָט די פאַרשטייער זיי זאָלן זיך משתדל זיין ביים מלך אחשורוש צו מבטל זיין די גזירה.
דערציילט אָבער די מגילה, אַז די ערשטע פּעולה וואָס מרדכי האָט געטאָן איז געווען — „וילבש שק ואפר ויצא בתוך העיר"; ער האָט זיך גענומען צו תשובה און גערופן אַלע אידן זיי זאָלן תשובה טאָן0). און ערשט לאחרי זה האָט ער געשיקט אסתר'ן „לבא אל המלך להתחנן לו ולבקש מלפניו על עמה"לא;
און אויך אסתר האָט זיך געפירט אין דעם זעלבן סדר; בשעת זי האָט געדאַרפט גיין אל המלך, האָט זי צום אַלעם ערשטן איבערגעגעבן צו מר־192דכילב — „לך כנוס את כל היהודים גו' וצומו עלי ואל תאכלו ואל תשתו שלשת ימים לילה ויום", און דערמיט האָט זי זיך נאָך ניט באַגנוגנט, נאָר זי האָט מוסיף געווען „גם אני גו' אצום כן".
ולכאורה; זי האָט דאָך דאַן געדאַרפט אָנקומען צו מציאת חן בעיני אחשורוש — ובפרט אַז איר קומען אל חצר המלך הפּנימית איז געווען „לא כדת"לב און פאַרבונדן מיט סכנת נפשות ממש — „אחת דתו להמית"לג — און ס'האָט זיך געפאָדערט אַ נשיאת חן ביחוד (ווייל „ואני לא נקראתי . . זה שלושים יום"83)) — היינט ווי איז ביי איר רעכט געוועןלד צו פאַסטן דריי מעל"ע נאָכאַנאַנדלג, אַ זאַך וואָס ברענגט (ע"פּ טבעל) צו פאַרלירן דעם חן?
ו. נאָר דער ביאור איז דאָ בפּשטות ; מרדכי ואסתר האָבן געוואוסט קלאָר, אַז די גזירה אויף אידן איז ניט „ממנהג העולם אירע לנו וצרה זו נקרה נקרית", נאָר „בגלל מעשיהם הרעים הורע להן"ה, און היות ווי דאָס איז אַ דבר פּשוט, אַז מען קען ניט מבטל באמת זיין דעם „מסובב" (די גזירה) כל זמן מען נעמט ניט אַראָפּ די „סיבה" (די מעשים רעים) — איז זייער ערשטע פּעולה געווען — רופן אידן צו תשובה און גוזר זיין תענית
[און ניט סתם גערופן צו תשובה, נאָר אויסגעטייטשט קלאָר דעם חטא אויף וועלכן מען דאַרף תשובה טאָן, ווי עס שטייט אין מדרשלג אויפן פּסוק „צומו עלי ואל תאכלו ואל תשתו"; „אתם צמים על שאכלתם ושתיתם מסעודתו של אחשורוש"].
און לאחרי ווי דורך תשובה האָט מען אַראָפּגענומען די סיבת הגזירה, און דער אויבערשטער וויל דאָך דעם „בכל אשר תעשה"ט, מען זאָל טאָן עפּעס אויך אין דרכי הטבע, איז מען דעמאָלט געגאַנגען צו אחשורוש'ן אָפּצושרייען די גזירה.
און ווייל דער גיין צו אחשורוש'ן איז געווען ניט מער ווי אַ לבוש (בכדי די הצלה מלמעלה זאָל האָבן אַן אחיזה אין טבע), אָבער די סיבה פון דער הצלה איז תשובה און תענית, איז שוין פאַרשטאַנדיק, אַז דעם עיקר אַכט האָט מען געלייגט ניט אויפן לבוש נאָר אויף דער סיבהמ.
ז. די הוראה דערפון איז מובן בפשטות ;
בעת עס קומט אַן עת צרה ר"ל, זיינען פאַראַן אַזוינע וואָס מיינען אַז די ערשטע און עיקר אַרבעט דאַרף זיין צו זוכן השתדלות אין דרכי הטבע — דערציילט אונז די מגילה, אַז דאָס193איז אַ שפּעטערדיקע זאַך; די ערשטע פּעולה דאַרף זיין צו שטאַרקן דעם פאַרבונד מיטן אויבערשטן דורך לערנען זיין תורה און מקיים זיין מצותיו, און ערשט דאַן, זוכן פאַר דער הצלה אַ לבוש אין טבע. און אויב מ'וועט אַזוי טאָן, איז וועלכן לבוש טבעי מען וועט נאָר מאַכן, וועט זיך אין אים אָנטאָן די הצלה הניסית שלמעלה מהטבע.
און פּונקט ווי דאָס איז בנוגע כלל ישראל, איז עס אַזוי אויך לגבי יעדן אידישן יחיד; אַ איד דאַרף וויסןיא אַז ער איז פאַרבונדן מיטן אויבערשטן, וואָס ער איז ניט באַגרענעצט ח"ו אין חוקי הטבעיח. עס דאַרף טאַקע אויך זיין דער „בכל אשר תעשה" אין וואָס עס זאָל זיך אָנטאָן דער „וברכך הוי' אלקיך"ג, אָבער היות אַז דער „תעשה" וואָס דער מענטש טוט איז ניט מער ווי אַ לבוש, איז דעריבער מובן בפּשטות, אַז דער עיקר השתדלות דאַרף זיין ניט אין דעם לבושמח, נאָר אין דעם באַקומען די ברכה פון אויבערשטן, וואָס דאָס טוט מען דורך לימוד התורה וקיום המצות.
אָבער אויב מען „פאַרבייגט" דעם עיקר צוליב שטאַרקן דעם לבוש, איז דאָס ענלעך צו איינעם וואָס גייט אין באַנק אַרויסצונעמען געלט ווען ער האָט ניט קיין טשעק מיט וואָס דאָס געלט צו באַקומען אָדער דער טשעק איז פון אַזאַ וואָס האָט ניט קיין רעכנונג אין באַנק.
— די ערשטע זאַך דאַרף ער זיך באַוואָרענען מיט אַ „טשעק", און אַז דער „טשעק" זאָל זיין ניט פון „בורות נשברים אשר לא יכילו המים"יא, נאָר, להבדיל, פון דעם וואָס „לי הכסף ולי הזהב"יג, און לאחרי ווי ער האָט שוין דעם „טשעק", זאָגט אים דער אויבערשטער אַז ער זאָל אים „אויסבייטן" בלבוש טבעי דורך „בכל אשר תעשה".
ח. קען מען מיינען, אַז כל הנ"ל איז נאָר אין אַ זמן ווען ס'איז מאיר אלקות בגילוי; אָבער בזמן הגלות, ובפרט בעקבתא דמשיחא, ווען ס'איז אַ „חושך כפול ומכופל", איז וויבאַלד אַז דער אויבערשטער אַליין האָט געמאַכט דעם „חושך", איז עס אַ הסתר אמיתי ח"ו, אַז די השפּעה מלמעלה (פון ענינים גשמיים) איז איבערגעגעבן געוואָרן (ברצונו ית') צו חוקי הטבעמ,
אויף דעם קומט דער ענטפער, אַז אויך בזמן פּורים זיינען אידן געווען אין גלות, „מפוזר ומפורד בין העמים"מח, און דער מצב איז געווען194אויך לאחר הנס, ווי די גמראמח זאָגט „אכתי עבדי אחשורוש אנן"; און אעפ"כ איז אויך דעמאָלט געקומען די הצלה (ניט דורך דרכי הטבע, נאָר) דורך „צומו עלי גו' שלשת ימים", דורך אומקערן זיך צום אויבערשטן.
ט. און דאָס איז די הוראה פון דעם וואָס דער יו"ט הייסט מיטן נאָמען „פּורים" (בלשון פּרסי, און וואָס ווייזט אויף דער גזירה, כנ"ל ס"ב), און אויך דערפון וואָס אין דער מגילה ווערט ניט דערמאָנט (בגלוי *ד) שםשמים — ווייל אין דעם באַשטייט דער אויפטו פון „פּורים" און „מגילת אסתר";
אַז דאָס וואָס אידן זיינען ניט אונטערגעוואָרפן צו חוקי הטבע, איז עס ניט בלויז בנוגע למילי דשמיא, זייערע ענינים רוחניים (ווי הצלחה אין לימוד התורה אליבא דאמת, וואָס דאַרף האָבן סייעתא דשמיא וואָס קומט דורך יראת שמים), אָדער אפילו אין משא ומתן ווען דער מסחר ווערט געפירט צווישן אידן — ווייל צווישן זיך איז דאָך „לאנ שינו את לשונם וכו'" —
נאָר אויך אין עניני מסחר וואָס אַ איד פירט מיט אַ ניט־אידן, להבדיל, ווען ער מוז צו אים ריידן בלשון פּרסי, און היות אַז „הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב"נא, איז דאָך מעגלעך אַז דער גוי זאָל זוכן קעגן אים פאַרשידענע עצות און תחבולות — „הפּיל פּור"; און אפילו ווען ער שטייט אין אַזאַ מצב ווען ס'איז דאָ אַ חשש82) אַז אַנשטאָט דערמאָנען שם־שמים וועט דער גוי דערמאָנען, להבדיל, שם ע"זנב.
קען ער דאָך מיינען; וויבאַלד אַז דער גוי איז יע אונטערגעוואָרפן צו חוקי הטבע ; און די השפּעה צום אידן גייט דאָך לכאורה צוזאַמען מיט דער השפּעה צום גוי (וואָרום זיי האַנדלען צוזאַמען), איז במילא אויך דער איד אונטערגעוואָרפן צו טבעלד
אויף דעם איז די הוראה פון „פּורים" און „מגילת אסתר", אַז אויך בעת אַ איד האָט צו טאָן מיט „פּורים" בלשון פּרסי און „אסתר" מלשון הסתר אסתיר, דאַרף ער וויסן אַז אין דעם איז דאָ דער למעלה מהטבע; דער „פּור" איז „הוא הגורל", וואָס גורל איז ענינו למעלה מהשתלשלותלח, און אין דעם „הסתר אסתיר" איז דאָ דער „אנכי"לח, וואָס איז העכער פון אַלע שמותלז, אפילו פון שם הוי'נח.
195י. און בשעת אַ איד לייענט „מגילת אסתר" — אַז אויך די ענינים פון „אסתר" (דער הסתר כפול, „הסתר אסתיר") לייענט ער (און נעמט אויף) אַלס „מגילה" פון לשון גילוי, ווייל ער ווייס אַז אויך דער „פּור" (ביז צום „פּור" וואָס המן האָט געוואָרפן) איז „הוא הגורל" — און (דאָס אַלעס איז) ניט „למפרע" נאָר עס איז באַ אים איצט,
דאַן קומט ער צום תכלית הגילוי — מגילה סתם, וואָס ברענגט צו אַ שמחה גדולה ביותר ביז אין אַן אופן פון „עד דלא ידע כו'", אַ שמחה בלתי מוגבלת,
און דורך דעם, איז סומכין גאולה לגאולהלט, אַז פון דער גאולה דפּורים קומט מען צו דער גאולה העתידה (וואָס איז בדוגמא00) צו דער גאולה פון יציאת מצרים),
וואָס דאַן וועט זיין „ולילה כיום יאיר"סא, אַז אויך דער חושך פון „לילה" וועט לייכטן (כנ"ל בענין „מגילת אסתר", אַז אויך דער הסתר ווערט גילוי),
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ו׳
- Id
- rh-r13vqcq7