עברית
Library

Likkutei Sichos

Beshalach 2

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

95בשלחב

א. אין פּסוק „ויאמר כי יד על כס ה מלחמה לה' בעמלק מדור דור"א איז רש"י מפרש „ויאמר — משה". זאָגן מפרשיםב, אַז אָן פּירוש רש"י וואָלט מען געלערנט „ויאמר" אַז דער אויבערשטער האָט געזאָגט,

— און דער פּסוק ויאמר גו' וועט קומען בהמשך (ניט צום פּסוק שלפניו „ויבן משה גו' ", נאָר) צום פּסוק שלפני פניו, „ויאמר ה' אל משה כתוב זאת זכרון בספר גו'"ג —

דעריבער איז רש"י מפרש „ויאמר — משה", און דער פּסוק „ויאמר גו'" באַציט זיך צום פסוק שלפניו.

איז ניט מובן; מהיכי תיתי אַ קא סלקא דעתך (ובפרט לדרך רש"י — פּשוטו של מקרא) צו לערנען אַז דער פּסוק באַציט זיך ניט צום פּסוק שלפניו, נאָר צו איבערשפּרינגען — לפני פניוד, ביז אַז רש"י זאָל עס דאַרפן באַוואָרענען און אָפּטייטשן „ויאמר משה"?

ב. דערנאָך שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „כי יד על כס יה" און איז מפרש; „ידו של הקב"ה הורמה לישבע בכסאו להיות לו מלחמה ואיבה בעמלק עולמית".

דער פּשוט'ער טייטש פון „יד על כס" איז, אַז דעם אויבערשטנס האַנט איז דאַן (בעת השבועה) געלעגן (כביכול) אויף זיין כסאה. איז רש"י אָבער מפרש „הורמה לישבע בכסאו", אַז זיין האַנט האָט זיך אויפגעהויבן (כביכול) צוליב שווערן ביי זיין כסא, אָבער ניט אַז די האַנט איז געווען אויפן כסאח.

און רש"י'ס הכרח אויף דעם איז מובן בפּשטות;

מ'געפינט שוין אין די פריערדיקע סדרות, אַז בעת השבועה, הויבט מען אויף די האַנט (— ביי אברהם'ען שטייט „הרימותי ידי"ז, און אויך ביי דעם אויבערשטן גופא שטייט „נשאתי את ידי")). און וויבאַלד אַז „כי יד על כס ימיינט אַז דער אויבערשטער האָט געשוואָרן, איז דאָך מובן אַז ער האָט אויפגעהויבן זיין האַנט — „ידו של הקב"ה הורמה". קען דאָך ניט געמאָלט זיין אַז זיין האַנט זאָל דאַן ליגן אויפן כסא — וואָרום בשעת דער יושב על96הכסא הויבט אויף זיין האַנט, איז זי דאָך פיל העכער פון דעם כסא. און דערפאַר לערנט רש"י) „הורמה לישבע בכסאו".

מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: פאַרוואָס דאַרף רש"י בכלל לערנען אַז „כי יד על כס י־ה" מיינט אַן ענין של שבועה, וואָס מצד דעם מוז ער לערנען „ידו של הקב"ה הורמה כו'" און דערמיט אַרויסנעמען די ווערטער „יד על כס" פון זייער פּשוט'ן פּירושי — ער האָט דאָך געקענט לערנען — ווי כמה פּשטני המקרא לערנען — „כשתהי' ידי וחוזק על כסא י־ה, שזהו כסא מלכי ישראליא, אז תהי' מלחמה בעמלק"יב — וואָס דאַן איז דער פּירוש פון „יד על כס" כפּשוטויג?

אויך דאַרף מען פאַרשטיין וואָס רש"י זאָגט „מלחמה ואיבה": אין פּסוק שטייט דאָך נאָר „מלחמה לה' בעמלק גו'", פון וואַנען נעמט רש"י אויף צולייגן צו „מלחמה" אויך „איבה"?

ג. נאָך דעם ווי רש"י איז מפרש „ידו של הקב"ה הורמה לישבע בכסאו כו'" פרעגט ער „ומהו כס ולא נאמר כסא ואף השם נחלק לחציו"

[ וואָס די קשיא קומט בהמשך צו זיין פּירוש „ידו כו' לישבע בכסאו"יד: ס'איז97מובן בפּשטות אַז דער תוקף השבועה איז לפי גודל המעלה פון דער זאַך מיט וועלכער מען שווערטטו. איז וויבאַלד אַז דער פּי' פון „יד על כס י־ה" איז, אַז דער אויבערשטער האָט געשוואָרן ביי זיין כסא — האָט דאָך געדאַרפט שטיין „כסא הוי'" — כסא שלם און שם שלם, ווייליח דורך דער הדגשה פון מעלת הכסא (כסא שלם) און פון דעם בעל הכסא (שם שלם) ווערט אויך אונטערשטראָכן די שטאַרקייט פון דער שבועה?

און רש"י ענטפערט ]

„נשבע הקב"ה שאין שמו שלם ואין כסאו שלםטו עד שימחה שמו של עמלק כולו".

דאַרף מען פאַרשטיין;

א) מיט צוויי פּסוקים פריער שטייט „מחה אמחה את זכר עמלק"יח, האָט דאָך רש"י לכאורה אויך דאָ געדאַרפט זאָגן „עד שימחה זכרו כו'" — פאַרוואָס זאָגט ער „עד שימחה שמו"יט?

ב) לכאורה איז גענוג אַז רש"י זאָל זאָגן בלויז „עד שימחה שמו של עמלק" — וואָס איז ער מוסיף מיט דעם וואָרט „(עד שימחה שמו של עמלק) כולו"כ?

ד. לאחרי ווי רש"י זאָגט „נשבע הקב"ה שאין שמו שלם כו' כולו" — בכדי צו מסביר זיין דעם טעם פון „כס" און „י־ה" — איז ער מחדש נאָך אַן עניןכא: „וכשימחה שמו יהי' השם שלם98והכסא שלם שנאמרכב האויב תמו חרבות לנצח, זהו עמלק שכתוב בוכג ועברתו שמרה נצח, וערים נתשתכד אבד זכרם המה, מהו אומר אחריו וה' לעולם ישב הרי השם שלם, כונן למשפּט כסאו הרי כסאו שלם".

דאַרף מען פאַרשטיין;

א) די קשיא „ומהו כס וכו'" ווערט דאָך שוין פאַרענטפערט דורך „שאין שמו שלם ואין כסאו שלם עד שימחה כו'" — וואָס דאַרף רש"י נאָך מוסיף זיין „וכשימחה שמו יהי' השם שלם והכסא שלם"?

ב) וויבאַלד אַז די גאַנצע סיבה אויף דעם וואָס „אין שמו שלם ואין כסאו שלם" איז נאָר „שמו של עמלק" [ און אויך דאָס איז ניט ווייל „שמו של עמלק" מצד עצמו קען גורע זיין ח"ו אין שמו וכסאו של הקב"ה, נאָר ווייל „נשבע הקב"ה" ], איז דאָך מובן מעצמו בפּשטות אַז בעת שמו של עמלק וועט נמחה ווערן, וועט זיין „השם שלם" און „כסאו שלם". היינט אין וואָס באַשטייט רש"י'ס חידוש בההוספה „וכשימחה שמו יהי' השם שלם והכסא שלם"; און דער חידוש איז (ווייזט אויס) אַזוי גרויס, ביז ער דאַרף אָנקומען צו אַ ראי' דערצו — „שנאמר כו' "כה?

ה. דער ביאור בכל הנ"ל וועט ווערן פאַרשטאַנדיק בהקדים נאָך אַ קשיא:

צוליב וואָס האָט משה געזאָגט דאָ „כי יד על כס י־ה גו'"; וואָס איז ער געווען אויסן מיט זיין דערציילן דאָ אַז דער אויבערשטער האָט געשוואָרן צו האָבן אַן אייביקע מלחמה מיט עמלק'ן ?

[ מפרשיםכז לערנען אַז משה האָט עס געזאָגט אַלס אַ טעם: ער זאָגט „ה' נסי" — ווייל דער אויבערשטער האָט געשוואָרן מלחמה האָבן מיט עמלק'ן. לויט פּירוש רש"י קען מען אָבער אַזוי ניט לערנען, ווייל

— אויף „ה' נסי" זאָגט רש"י „הקב"ה99עשה לנו כאןכח נס", אַז דער אויבערשטער האָט אונז געמאַכט (בעבר) דאָ אַ נס [ ניט ווי די מפרטים הנ"ל — אַז „ה' נסי" איז פאַרבונדן (אייךכט) מיטן עתיד]. קען דאָך ניט זיין „כי יד גו' מלחמה לה' בעמלק גו'" אַ טעם אויף דער קריאה „ה' נסי"ל — וואָרום די שבועה איז דאָך „להיות לו מלחמה כו'" אַז דער אויבערשטער וועט האָבן אַ מלחמה בעמלק (בעתיד) ]

און מצד דער שוועריקייט, האָט מען לכאורה געדאַרפט לערנען אַז „ויאמר (כי יד גו')" באַציט זיך ניט אויף משה'ן נאָר אויף דעם אויבערשטן, און דער פּסוק קומט בהמשך צום פּסוק שלפני פניו „ויאמר ה' אל משה גו'",

און דער המשך הכתובים זאָל זייןלא; פריער שטייט וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו משה'ן וואָס משה זאָל טאָן בנוגע למלחמת עמלק — „כתוב זאת זכחון בספר ושים באזני יהושע"; דערנאָך ווערט דערציילט וואָס משה האָט געטאָן אין דעם „ויבן משה מזבח גו'" (און דאָס וואָס עס ווערט דערציילט נאָר בנין המזבח אָבער ניט די כתיבת הזכרון און די שימה באזני יהושע — געפינט מען אַזוי אין אַ סך ערטערלב וואו עס שטייט בלויז דער ציווי הקב"ה למשה און ניט ווי משה האָט דעם ציווי מקיים געווען) ; און דאַן שטייט וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט בנוגע זיין (דעם אויבערשטנס) טאָן בשייכות מיט עמלק'ן, אַז ער האָט געשוואָרן „מלחמה לה' בעמלק גו' ",

— ובכדי צו שולל זיין אָט־דעם פּי', שרייבט רש"י „ויאמר — משה"לג, און אַז דער פּסוק קומט בהמשך צום פּסוק שלפניו (און ניט לשלפני פניו).

ו. צוליב וואָס האָט משה אָבער געזאָגט „כי יד על כס י־ה גו'"?

שוין פיל מאָל גערעדט, אַז אַלע קשיות — בדרך הפּשט — וואָס זיינען דאָ אין חומש, פאַרענטפערט זיי רש"י אָדער ער באַוואָרנט זיי עכ"פּ, בפּירושו על התורה. וויבאַלד אַז בפירוש איז רש"י ניט מבאר וואָס משה איז געווען אויסן מיטן זאָגן „כי יד גו' ", איז דערפון פאַרשטאַנדיק אַז רש"י פאַרלאָזט זיך אַז מען וועט עס פאַרשטיין דורך מדייק זיין — און עס איז גענוג דיוק פון אַ לומד נאָר פון מקרא אַליין, אַ בן חמש — בפּירושו אויף די ווערטער. דאָס מיינט, אַז די אַלע אויבנגעבראַכטע (סעיף ב־ד) קשיות בדיבור זה, זיינען זיי אויך דער „שליסל" צו אויסגעפינען (לויט רש"י'ס פּירוש) דעם צוועק פון משה'ס זאָגן „כי יד על כס ־ה גו'".

— לויט פּירוש רש"י, האָט משה מיט זיין זאָגן „כי יד גו'" מקיים געווען דעם ציווי הקב"ה דאָ „ושיםלד באזני יהושע"85). און לויט דעם ווערן פאַר־100ענטפערט אַלע דיוקים הנ"ל — וכמו שיתבאר לקמן סעיף יו"ד ואילך.

ז. עפּי"ז וועט מען אויך פאַרשטיין רש"י'ס פּירוש אויפן פריערדיקן פּסוק „ויבן משה מזבח ויקרא שמו ה' נסי" ;

אויף „ויקרא שמו" איז רש"י מפרש „של מזבח". און אויף „ה' נסי — הקב"ה עשה לנו כאן נס. לא שהמזבח קרוי ה' אלא המזכיר שמו של מזבח זוכר את הנס שעשה המקום, ה' הוא נס שלנו".

לערנענדיק בהשקפה ראשונה קומט דאָ אויס, אַז מיט זיין פּי' „של מזבח" מיינט רש"י צו זאָגן אַז „שמו" מיינט ניט דעם אויבערשטנס נאָמעןלח נאָר דער נאָמען פון מזבחלז ; און מיט זיין פּי' „(הקב"ה עשה כו') לא שהמזבח קרוי ה' כו'" מיינט ער צו זאָגן, אַז „ה' נסי"לח איז ניט געווען דער נאָמען וואָס משה האָט מיט אים אָנגערופן דעם מזבח, נאָר אַז דער נאָמען, וואָס משה האָט אים געגעבן, האָט אויסגעדריקטל דעם ענין פון „ה' נסי"מ.

לפי"ז איז אָבער ניט מובן: א) פאַרוואָס איז רש"י מעתיק אויך דעם וואָרט „ויקרא (שמו)", בעת ער איז מפרש נאָר „שמו"מא? ב) וואָס איז ער אויסן מיט מסביר זיין „אלא המזכיר שמו כו'" — דאָ וואָלט דאָך געדאַרפט זיין דער הסבר; „לא שהמזבח קרוי ה' אלא שנקרא על שם הנס כו'"מב ?

איז דער ביאור אין דעם; מיט זיין פּירוש „של מזבח" אויף „ויקרא שמו", מיינט רש"י צו מחדש זיין; (א) אַז „ויקרא" באַציט זיך ניט אויף משה'ןמח נאָר אויף „שמו (של מזבח)", ד. ה. אַז טמו של מזבח איז געווען דער וואָס „ויקרא", דער וואָס האָט געמאַכט אויסרופן, ה' נסי (און דאָס איז רש"י מפרש101ווייטער: „המזכיר שמו של מזבח" פלעגט זיך דערמאָנען און זאָגן „ה' הוא נס שלנו"). און במילא (ב): „לא שהמזבח קרוי ה'" — אַז דער מזבח האָט ניט געהייסן מיט אַ וועלכ־עס־איז נאָמען וואָס דער נאָמען זאָל אָנדייטן אויף „ה' נסי"יא, נאָר „המזכיר שמו של המזבח זוכר הנס"; דער דערמאָנען דעם שם פון מזבח, האָט געבראַכט אַז מ'זאָל געדענקען דעם נס און דערנאָך אויסרופן „ה' נסי"מה.

ולכאורה, דער פּי' הפּשוט פון „ויקרא שמו ה' נסי" איז דאָך, אַז משה האָט אָנגערופן דעם מזבח (מיט אַ נאָמען וואָס באַדייט) ה' נסי — פאַרוואָסדשע לערנט ניט רש"י אַזוי דעם פּשט, נאָר ער טייטשט איין, אַז „ויקרא" באַציט זיך אויפן וואָרט „שמו" און אַז דער דערמאָנען דעם נאָמען פון מזבח — האָט געמאַכט אויסרופן „ה' נסי"?

ועפּ"י הנ"ל סעיף ו' איז דאָס מובן; אויב מ'זאָל לערנען דאָ דעם פּשט, אַז משה האָט אָנגערופן דעם מזבח אַ נאָמען (וואָס באַדייט) „ה' נסי", וועט זיין שווער ; משה איז דאָך נצטווה געוואָרן „ושים באזני יהושע", האָט ער דאָך גלייך געדאַרפט מקיים זיין אָטדעם ציווימו; ווי אַזוי האָט ער זיך נאָכן ציווי פאַרנומען מיט געבן אַ נאָמען דעם מזבח איידער ער האָט מקיים געווען דעם ציווי „ושים גו'" — דורך זאָגן „כי יד גו'"? און דער פּסוק איז נאָך מדגיש און דערציילט אַז גלייך נאָכן ציווי ושים גו' — האָט משה ניט נאָר געבויט אַ מזבח נאָר אויך ויקרא שמו גו'. דעריבער לערנט רש"י אַז „ויקרא" גייט ניט אויף משה'ן נאָר אויף שמו של מזבח, כנ"ל.

ח. אין אמת'ן אָבער איז דער ביאור ניט גלאַטיק מצד כמה טעמיםמז, ומהם:

אָט־די קשיא הנ"ל — ווי האָט עס משה זיך פאַרנומען מיט אַנדערע ענינים איידער ער האָט מקיים געווען דעם ציווי „ושים גו'" דורך זאָגן „כי יד גו'" — איז דאָך ניט נאָר אויפן „ויקרא שמו", נאָר פּונקט אַזוי אויך — פאַרוואָס עפּעס „ויבן משה מזבח" דאַן (פאַרן קיום הציווי)?

מוז מען דאָך זאָגן, אַז היות דער בנין המזבח איז אַ נתינת הודי' ושבח אויף דעם וואָס מען האָט מנצח געווען מלחמת עמלק און אויף דער בשו־102רה טובה „מחה אמחה גו'"מח, דעריבער האָט משה גלייך געבויט דעם מזבח — בכדי ער זאָל די הודי' צום אויבערשטן אָפּגעבן תיכף

— און וויבאַלד אַזוי, קען מען דאָך שוין לערנען אַז „ויקרא שמו" גייט אויף משה'ן. און ס'איז קיין קשיא ניט; ווי קומט עס אַז משה האָט אַ נאָמען געגעבן דעם מזבח איידער ער האָט מקיים געווען ציווי ה' — ווייל געבן (און קובע זיין) אַ נאָמען של הודי' איז אַ חלק פון דער הודי'. היינט פאַרוואָס וויל רש"י ניט לערנען אַז „ויקרא שמו" גייט אויף משה'ן?

איז דער ביאור אין דעם (וגם בלי קושיא הנ"ל נכון הוא) ;

אומעטום וואו עס שטייט „ויקרא שמו" אָדער „ותקרא" וכיוצא בזהמט , מיינט עס אַז ער האָט אָנגערופן די זאַך מיט דעם נאָמען (די ווערטער גופא) וואָס שטייט אין פּסוק נאָכן וואָרט „שמו" [און ניט אַז ער האָט עס אָנגערופן מיט אַן אַנדער נאָמען וואָס באַווייזט בלויז און דערמאָנט אויף דעם ענין וואָס שטייט אין פּסוקנ]. און וויבאַלד אַז אין אונזער פּסוק קען מען ניט לערנען אַז משה האָט גערופן דעם מזבח מיטן נאָמען „ה' נסי", וואָרום ס'איז דאָך ניט שייך אַז דער מחבח זאָל הייסן מיטן נאָמען ה'

— דעריבער לערנט רש"י אַז „ויקרא" גייט ניט אויף משה'ן, נאָר אויף „שמו של מזבח", אַז דער נאָמען פון מזבח [וואָס משה האָט אים אָנגערופן (מצד דעם וואָס קריאת שם זה איז אַ טייל פון דער הודי', כנ"ל)] האָט געמאַכט געדענקען דעם נס און אויסרופן „ה' נסי".

ט. דער פּירוש פון „ושים באזני יהושע" — (ניט זאָגן, נאָר) אַריינגעבן אין יהושע'ס אויערן — איז, אַז דאָס וואָס משה וועט שרייבן „זכרון בספר" זאָל זיין „ושים באזנינא יהושע" ביז אַז יהושע זאָל פאַרשטיין אַז ער דאַרף אָנזאָגן די אידן „לשלם לו את גמולו"82). און דאָס האָט משה מקיים געווען דורך זיין זאָגן „כי יד גו'":

בעת יהושע האָט געהערט אַז דער אויבערשטער האָט געשוואָרן בכסאו (א) אַז ער וועט האָבן אַן אייביקע מלחמה ואיבה מיט עמלק'ן, און (ב) אַז כל זמן עס וועט ניט נמחה ווערן שמו של עמלק כולו איז „אין שמו שלם ואין כסאו שלם" — איז דאָך מובן, אַז דאָס האָט דערנומען יהושע'ן (כאָטש ער האָט ניט געהאַט קיין ציווי מפורש אויף דעם) צו אָנזאָגן די אידן „לשלם לו את גמולו".

און דערפאַר קען רש"י ניט לערנען כשתהי' יד וחוזק על כסא י־ה שזהו כסא מלכי ישראל אַז תהי' כו'" (כאָטש אַז לויט דעם פּי' איז גלאַטער דער לשון „יד על כס"), ווייל לויט דעם, האָט דער „יד על כס" קיין שייכות ניט צו „ושים באזני יהושע", וויבאַלד אַז דער „תהי' יד וחוזק כו'" איז נאָר אַ סיפּור. ובפרט אַז אין די צייטן פון103יהושע איז נאָך ניט געווען קיין „כסא מלכי ישראל" — דער ערשטער מלך איז דאָך געווען שאול. און וויבאַלד אַז לויט פּירש"י האָט משה מיט זיין אמירה „כי יד גו'" מקיים געווען דעם ציווי „ושים באזני יהושע", מוז ער לערנען (דעם אַנדער פּי' וואָס מ'קען זאָגן:) „ידו של הקב"ה הורמה לישבע בכסאו".

יו"ד. וויבאַלד אַז „ושים באזני יהושע" מיינט ; זאָלסט עס אַריינגעבן אין זיין געדאַנק, האָט דאָך משה געדאַרפט אָנווייזן די נויטיקייט און דעם הכרח „לשלם לו את גמולו". איז רש"י דעריבער מדגיש (באמירתו של משה) „עד שימחה שמו של עמלק כולו", ווייל אָן דער הדגשה פעלט דער גאַנצער הסבר אין דעם הכרח אויף „לשלם לו את גמולו";

אמת טאַקע אַז „בא עמלק להזדווג לישראל קודם לכל האומות"נב [וואָס דערמיט האָט ער באַוויזן אַ וועג פאַת אַלע אומות אַז מען קען זיך טשעפּען מיט אידןנג — וואָרום ווען די אידן זיינען אַרויס פון מצרים איז אויף אַלע פעלקער געפאַלן „אימתה ופחד", ביז אַז „נמוגו" און „ידמו כאבן"לד, און די נתינת מקום אויף להזדווג לישראל איז געוואָרן נאָר דורך „ויבא עמלק וילחם עם ישראל"],

— איז אָבער לאחרי ווי „ויחלוש יהושע את עמלק ואת עמו לפי חרב", מען האָט אויסגע'הרג'עט אַלע זיינע גבוריםנח [און אַלע האָבן פאַרשטאַנען אַז אידן האָבן געקענט — ובמכ"ש — אויס'הרג'ענען אויך די חלשיםנח] האָבן דאָך שוין אַלע ווידער געזען דעם כח פון אידן און עס איז בטל געוואָרן דער קלקול פון „ויבא עמלק וילחם" — היינט וואָס איז אַזוי מוכרח צו אָפּווישן עמלק'ן?

דערפאַר איז רש"י מדגיש „עד שימחה שמו של עמלק כולו", אַז כל זמן ס'איז נאָך עפּעס פאַרבליבן פון אים — אפי' נאָר זיין נאָמען, איז „אין שמו *לד (של הקב"ה) שלם ואין כסאו שלם" און וויבאַלד אַזוי, איז דאָך מוכרח אָפּצומעקן עמלק'ן אינגאַנצן.

יא. עפּי"ז איז אויך מובן וואָס רש"י איז מוסיף „ואיבה";

דער טעם פון דעם אויבערשטנס אמירה למשה „ושים באזני יהושע" (ניט „אמור ליהושע" וכיו"ב), איז דאָך מובן בפשטות, אַז דאָס איז בכדי אַז דער ציווי פון יהושע צו אידן (נאָכדעם) זאָל זיין ניט בלויז מצד קבלונ עול, נאָר עס זאָל קומען מצד אַ שימהלז און באזניונא — מיט אַ חיות און התעוררותנח.

איז דאָך ניט מובן; אמת טאַקע אַז יהושע האָט געוואוסט אויף וויפל ס'איז נוגע די מלחמה בעמלק [ביז אַז דער אויבערשטער האָט געשוואָרן „שיהי' לו מלחמה בעמלק עולמית" און אַז „אין שמו שלם ואין כסאו שלם עד שימחה שמו של עמלק כולו" וכנ"ל],

104וויבאַלד אָבער אַז די מלחמה מיט עמלק'ן איז לפּועל געווען ערשט אַ סך שפּעטער — בזמנו של שאול, און יהושע — מצד דעם וואָס ער איז דער „מכניס את ישראל לארץ" — האָט מער ניט ווי מצווה געווען די אידן אַז זיי זאָלן עס שעפּטער טאָן, היינט וואָס פאַר אַ חיות איז שייך אין דעם ציווי אויף טאָן אַן ענין שלאחרזמן רב — כמה דורות נאָכדעם?

דעריבער איז רש"י מוסיף „ואיבה"

— וואָס „איבה" באַווייזט אויף אַ שטענדיקן געפיל פון שנאה — ניט וואָס איז פאַרבונדן מיט אַ פּעולה פון די זאַך וועלכע מ'האָט פיינט און אַז די פּעולה הערט אויף אָדער די זאַך גייט אַוועק — ווערט בטל די איבה. נאָר ווי עס שטייטנט ואיבה אשית בינך ובין גו' —

אַז די מלחמה להוי' בעמלק וואָס איז געווען בזמנו של שאול, איז געקומען מצד דעם אויבערשטנס (כביכול) איבה צו עמלק'ן און וויבאַלד אַז די איבה איז שוין געווען אויך פריער, קומט דאָך אויס אַז אויך דאַן ווען יהושע האָט געדאַרפט מצווה זיין אידן „לשלם לו את גמולו" שפּעטער — איז דער ציווי געקומען מצד אַן ענין וואָס איז בתקפו בזמנו של יהושע — דעם אויבערשטנס איבה צו עמלק'ן אויף וועלכער ער האָט געשוואָרן „שתהי' לו (מלחמה ו)איבה בעמלק עולמית".

יב. דער ביאור אין דעם וואָס רש"י איז מוסיף „וכשימחה שמו יהי' השם שלם והכסא שלם", און ברענגט נאָך דערויף אַ ראי' „שנאמר כו'";

היות אַז פון דעם לשון „כס ־ה" פון אונזער פּסוק זעט מען בלויז אַז כל זמן ס'איז ניט נמזה שמו של עמלק איז „אין שמו שלם ואין כסאו שלם", ס'איז אָבער ניט מוכרח פון דאַנען (ובפרט נאָכדעם ווי עס איז שוין ניט שלם) — אַז מחיית שמו של עמלק איז גענוג און עס מוז ווערן שלם — דערפאַר ברענגט רש"י אַ ראי' — „שנאמר כו'", אַז דער „אבד זכרם" ברענגט עס זאָל זיין „השם שלם" און „כסאו שלם". ובדוגמת וואָס רש"י זאָגט פריערס „כשהקב"ה מתנקם ברשעים שמו מתגדל ומתכבד".

על פּי זה ווערט פאַרשטאַנדיק אַז דאָס וואָס משה רבינו האָט פריער געזאָגטסא אַז „לעתיד לבוא" וועט זיין „כל המלוכה" דעם אויבערשטנס און דאָס איז פאַרבונדן מיט „כסא של מעלה", איז הערנדיק די שבועה און אַז „מדור דור" איז „מלחמה לה' בעמלק" און דער „כסא (והשם) אינו שלם" — מיינט „לעתיד לבוא" גלייך מיט'ן ענדיקן די מלחמה בעמלק, און דאָס איז רש"י מוסיף ומבאר „וכשימחה שמו יהי' השם שלם והכסא שלם" — וואָרום דאָס איז צוגעקומען איצט אין דעם ביאור פון פּסוק ה' ימלוך לעולם ועד.

יג. ו"יינה של תורה" — וואָס בפרש"י על התורה ;

עס איז מבואר בחסידות82) אין דעם ענין פון קליפּת עמלק, אין אין דער שייכות פון קליפּת עמלק מיט „אין שמו שלם":

עמלק איז פון לשון „ומלק את ראשו ממול ערפּו"סח, וואָס אין עבודה ברוח־105ניות מיינט עס, אַז עמלק „שניידט אָפּ" און דערלאָזט ניט אַז די השגה שבמוח זאָל אַראָפּקומען בהתפּעלות הלב864).

[וואָס דאָס איז דער ביאור בפּנימיות הענינים אויף דעם וואָס ביי עמלק'ן שטייט „אשר קרך", ער האָט גע'פּועל'ט אַ קרירות ביי אַלע אומות אַז זיי זאָלן ניט מורא האָבן פאַר אידן — כאָטש אַז פריער איז מצד די ניסים ונפלאות וואָס זיינען געווען ביי יציאת מצרים און קריעת ים סוף, האָבן זיי יע מורא געהאַט פאַר אידן (כנ"ל סעיף יו"ד); דער ענין פון ז' אומות (וואָס זיי זיינען דער כלל פון אַלע אומות) איז — ז' מדות רעות, און עמלק, וואָס ענינו איז ניט צו דערלאָזן אַז די השגה שבמוח זאָל אַראָפּקומען אין די מדות שבלב, האָט דורך דעם גורם געווען אַז די מדות שבלב זאָלן ניט באַווירקט ווערן פון דעם וואָס זיי זיינען משיג די גחויסקייט און שטאַרקייט פון אויבערשטן און אידןמג].

און דאָס איז די שייכות פון „אין שמו שלם" מיט קליפּת עמלק: יאיז דער ענין פון מוחין, און ־ה — דער ענין פון מדות. און דורך דעם וואָס עמלק האָט גע'פּועל'ט אַ הפסק צווישן מוחין און מדות, איז בחי' יניט מאיר אין בחי' ו־ה — ובמילא איז „אין שמו שלם".

יד. דעם ענין הנ"ל, וואָס עמלק האָט גורם געווען אַ הפסק צווישן י־ה און ה, איז רש"י מרמז אין דעם וואָרט „ואיבה" (וואָס ער איז מוסיף) ;

אויפן פּסוקלט „ואיבה אשית בינך ובין האשה ובין זרעך ובין זרעה", זאָגט דער צ"צ אין אור התורה80) אַז „ואיבה" איז ר"ת „ואתחנן אל י' בעת ההיא". און דער ביאור אין דעם (עפּ"י המובן מאיה"ת שם) איז ;

ואתחנן איז בגימטריא תקט"ו88). ת"ק ווייזט אויף בחי' המדות (וואָס דערפאַר זיינען די ענינים פון עולמות, וואָס זייער התהוות איז פון מדות — ז' ימי הבנין — במספּר ת"ק *)), און ט"ו (בגימט' י־ה) איז בחי' המוחין, און דער ענין פון [ואתחנן בגימט'] תקט"ו [ת"ק און ט"ו אין איין וואָרט] איז חיבור המוחין והמדות89).

און דאָס איז די שייכות פון „ואיבה" וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט צום נחש מיט „ואתחנן"; אַזוי ווי עמלק וואָס ער איז „משרש נחש"נ האָט106דאָך גורם געווען דערצו אַז עס זאָל ניט זיין „שמו שלם" — אַ הפסק צווישן י־ה און ו־ה, היפך ענין „ואתחנן בגימט' תקט"ו", דעריבער איז געוואָרן — „ואיבה אשית גו'" צום נחש און צו עמלק'ן וואָס ער איז משרשו, עס זאָל זיין דער מחה אמחה את זכר עמלק, וואָס דורך דעם וועט ווידער זיין „ואתחנן בגימט' תקט"ו" (חיבור ־ה מיט ־ה) — השם שלם

און דערפאַר (נוסף על הנ"ל סי"א) זאָגט רש"י דעם לשון „ואיבה" — ניט דעם לשון שנאה וכדומה (כאָטש דעם לשון איבה געפינט מען בלויז געציילטע מאָל אין תנ"ך) — בכדי לרמז לענין הנ"ל.

טו. נאָך אַן ענין פון „יינה של תורה" אין אונזער רש"י ;

זוי קען עמלק פּועל'ן אַז השגה שבמוח זאָל אין מדות שבלב ניט קו־* מען — איז מבואר אין חסידות, אַז דאָס איז מצד אַ תוקף דקליפּה שאינו ע"פּ שכל. דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער כח להמשכת המוחין במדות נאָך דעם וואָס ס'איז שוין געווען דער „ויבא עמלק", קומט ניט פון דעם ענין השכל מצד עצמו — וואָרום אויף שכל קען עמלק מנגד זיין — נאָר פון דעם וואָס אין אים איז פאַראַן אַ תוקף עצמי וועלכער ברעכט די קליפּת עמלק וואָס איז מפסיק בין המוחין להמדות.

ועפּי"ז יש לפרש, אַז מיט די ווערטער „וכשימחה שמו יהי' השם שלם והכסא שלם" מיינט רש"י צו זאָגן, אַז דורך מחיית שמו של עמלק וועט (ניט בלויז אַראָפּגענומען ווערן דער גרעון השלימות וואָס קומט בסיבת עמלק, נאָר עס וועט אויך) צוקומען אַ העכערע שלימות (כביכול) אין שמו וכסאו של הקב"ה.

טז. אָט־דעם ענין השלימות וואָס ווערט ניתוסף דורך מחיית עמלק, איז רש"י מרמז דערמיט וואָס ברענגענדיק די ראי' פון תהלים (אַז דורך „אבד זכרם" וועט זיין „והוי' גו' כסאו" — שם שלם און כסא שלם), איז ער מדגיש „האויב תמו חרבות לנצח, זהו עמלק שכתוב בו ועברתו שמרה נצח";

וויבאַלד אַז די עברה פון עמלק'ן איז „נצח", בתוקף הנצחון שאינו על פּי השכל, איז פאַרשטאַנדיק אַז דורך מחיית שמו של עמלק (וואָס אידן טוען אויף דורך זייער עבודה בזמן הגלות — אין אַן אופן פון תוקף הנצחון שלמעלה מהשכלעא), קומט צו אַ שלימות אין שמו וכסאו של הקב"ה — עצמי וואָס איז העכער פון גילויים, פּנימיות ועצמיות א"ס ב"העב.

(משיחת ש"פ בשלח תשכ"ה)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-qpd12qrk

Copies

Recent activity

#184 Likkutei Sichos vol 6: machine reading · approved
#122 Likkutei Sichos vol 6: machine reading · closed

Sources