English
ספרייה

לקוטי שיחות

וירא א

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

110וירא

א. פון פסוקא „ויאמרו אליו אי' שרה אשתך גו'" איז רש"י מעתיק די ווערטער „ויאמרו אליו" און איז מפרש: „נקוד על אי"ו שבאליו ותניאב ר"ש בן אלעזר אומר כל מקום שהכתב רבה על הנקודה אתה דורש הכתב וכו' וכאן הנקודה רבה על הכתב אתה דורש הנקודה, שאף לשרה שאלו איו אברהם למדנוג שישאל אדם באכסניא שלו לאיש על האשה ולאשהד על האיש" (און דערנאָך איז רש"י ממשיך „בב"מ אומרים כו'", כדלקמן ס"ב).

איז אין דעם ניט פאַרשטאַנדיק:

א) רש"י'ס פירוש איז דאָך לכאורה בלויז אויפן וואָרט „אליו" („נקוד על אי"ו שבאליו") — פאַרוואָס איז ער מעתיק אויך דעם וואָרט „ויאמרו"?

ב) רש"י בריינגט דעם נאָמען פון בעל המאמר נאָר ווען דאָס גיט צו אין הבנת הענין — וואָס פאַר אַ תוספת הבנה קומט דאָ צו דורך זאָגן אַז דעם כלל („כל מקום שהכתב כו'") האָט געזאָגט רשב"א ?

ג) דער כלל „כל מקום כו'" דאַרף האָבן ביאור: צוליב וואָס דאַרף מען מרבה זיין נקודות ביז ס'זאָל זיין „נקודה רבה על הכתב (וואָס דעמאָלט) אתה דורש הנקודה" — וויבאַלד אַז „כל מקום שהכתב רבה על הנקודה אתה דורש הכתב", איז דאָך גענוג צו מנקד זיין דעם מיעוט די ניטגע'דרשנטע אותיות און מ'וואָלט דאַן גע'דרשנ'ט דעם זעלבן רוב אותיות אַלס כתב, בלתי־מנוקדותה

ובנדו"ד: בכדי צו מרמז זיין אַז מען דאַרף דרשנ'ען די אותיות אי"ו, וואָלט געווען גענוג איין נקודה אויפן למ"ד, וואָס דאַן וואָלט מען גע'דרשנ'ט די אותיות אי"ו מצד דעם כלל שכ"שהכתב רבה על הנקודה אתה דורש הכתב" — צוליב וואָס דאַרף מען דעם ניקוד אויף דריי אותיות?

ד) נוסף אויף די שוועריקייטן אין דעם פרש"י על אתר, איז דאָ אויך פאַראַן אַ סתירה מצד אַ ווייטערדיקן פירש"י: אויף „ולא ידע בשכבה ובקומה"ו זאָגט רש"י „ובקומה . . נקוד לומר שבקומה ידע". זעט מען דאָך דערפון, אַז ניקוד קומט עוקר זיין דעם וואָרטז — איז ווי שטימט עס מיט דעם וואָס רש"י זאָגט דאָ אַז בשעת „נקודה רבה על הכתב אתה דורש הנקודה"?

ב. דערנאָך איז רש"י ממשיך (אין זעלבן ד"ה): „בב"מח אומרים יודעים היו מלאכי השרת שרה אמנו היכן היתה אלא להודיע שצנועה היתה כדי לחבבה על בעלה. אמר ר' יוסי בר חנינא כדי לשגר לה כוס של ברכה".

111איז אין דעם ניט פאַרשטאַנדיק:

א) „יודעים היו . . כדי לחבבה . . כדי לשגר לה כו'" איז אַ ביאור ניט אויף „(נקוד על) אי"ו" [ — אברהם], נאָר אויף „אי' שרה אשתך" — האָט דאָך רש"י געדאַרפט עס שרייבן אין אַ באַזונדער ד"ה, און ניט בהמשך צו זיין פירוש „נקוד על אי"ו"?

די קשיא איז נאָך שטאַרקער: דאָס וואָס רש"י בריינגט פון ב"מ „שצנועה היתה" איז אין סתירה צו דער התחלה „שאף לשרה שאלו כו'", וואָס איז לכאורה היפך הצניעות — איז ווי בריינגט רש"י ביידע ענינים בהמשך זה לזה ?

ב) צוליב וואָס איז רש"י מציין אַז „יודעים היו כו'" איז געזאָגט געוואָרן אין ב"מ?

ג) פאַרוואָס דערמאָנט רש"י דעם בעל המאמר פון „כדי לשגר כו'" — אמר ריב"חט?

ד) פאַרוואָס האָבן די מלאכים געשיקט שרה'ן פון זייער כוס של ברכה — ובפרט אַז דאָס איז לכאורה אַן ענין פון היפך הצניעות — אברהם האָט דאָך איר געקענט געבן פון זיין כוס של ברכהי?

ה) רש"י זאָגט דאָ דריי טעמים אויף דעם וואָס די מלאכים האָבן געפרעגט „אי' שרה גו'": (א) „שישאל אדם באכסניא שלו לאיש על האשה", (ב) „להודיע שצנועה היתה כו'", (ג) „כדי לשגר לה כו'". איז ניט מובן: פאַרוואָס מוז מען האָבן דריי טעמים און ס'איז ניט מספיק איין טעם?

ו) נאָכמער: רש"י האָט דאָך שוין פריעריא מפרש געווען, אַז איינע פון די מטרות פון זייער שליחות איז געווען „לבשר את שרה"יב — איז דאָך במילא פאַרשטאַנדיק בפשטות אַז די שאלה „אי' שרה אשתך" איז געווען צו אָנזאָגן איר די בשורהיג [און ווי עס שטייט גלייך ווייטעריד „ויאמר גו' והנה בן לשרה אשתך ושרה שומעת גו'"] — איז צוליב וואָס דאַרף רש"י בכלל זוכן און זאָגן אַנדערע טעמים אויף זייער פרעגן „אי' שרה אשתך"?

ז) די דריי טעמים וואָס רש"י בריינגט, זיינען דריי באַזונדערע טעמים וואָס האָבן ניט קיין שייכות איינער צום צווייטן, היינט פאַרוואָס שרייבט זיי רש"י אין איין המשךטו (ניט צוגעבנדיק אַ לשון — „דבר אחר" וכיו"ב — וואָס זאָל זיי פאַנאַנדערטיילן)?

די קשיא איז נאָך שטאַרקער: אין מס' ב"מח שטייט (לויט אונזער גירסא) „כדי לחבבה כו' ריב"ח אמר כדי לשגר כו'", וואָס דער לשון „ריב"ח אמר" (דער נאָמען פון בעל המאמר פאַר דעם וואָרט אמר) ווייזטטז אַז ריב"ח קריגט אויפן112טעם „כדי לחבבה כו'" — און רש"י איז משנהיז און שרייבט „אמר ריב"ח כו'", וואָס דער לשון („אמר" פאַר ריב"ח) ווייזטטז אַז „כדי לשגר כו'" קומט בהמשך צו „כדי לחבבה"?

ג. דער ביאור בכל הנ"ל:

מיט זיין פירוש אויף „ויאמרו אליו" באַוואָרנט רש"י: וויבאַלד אַז אין פשטות קומט די שאלה „אי' שרה אשתך" אין צוזאַמענהאַנג און כדי „לבשר את שרה", כנ"ל, ווערט דעריבער שווער: די שליחות צו מבשר זיין שרה'ן איז געווען באַשטימט נאָר פאַר איין מלאך [ווי רש"י איז מדייק פריעריא „אחד לבשר את שרה". וואָס דערפאַר (כדפירש"י שם) שטייט דאָ ווייטער „ויאמר שוב אשוב גו' והנה בן לשרה אשתך", „ויאמר" — בלשון יחיד] — איז פאַרוואָס שטייט דאָ „ויאמרו" לשון רבים, אַז אַלע (דריי) מלאכים האָבן געפרעגט „אי' שרה"?

[דערמיט ווערט אויך פאַרענטפערט וואָס רש"י איז מעתיק אויך דעם וואָרט „ויאמרו", ווייל רש"י קומט דאָ מסביר זיין פאַרוואָס עס שטייט „ויאמרו" לשון רבים].

און אויף דעם ענטפערט רש"י „למדנו שישאל אדם באכסניא שלו לאיש על האשה", אַז וויבאַלד אַלע מלאכים האָבן געפרעגט „אי' שרה אשתך" איז דאָס (ניט כדי „לבשר את שרה", נאָר) דערפאַר ווייל מען דאַרף פרעגן באכסניא לאיש על האשה,

און היות אַז פון „ויאמרו" (לשון רבים) איז דאָ אַ הכרח אויפן לימוד „שישאל אדם באכסניא כו'" — וואָס דאָס מיינט מצד דעם זעלבן טעם סיי „לאיש על האשה" און סיי „לאשה על האיש"יח — ובמילא פאַרשטייט מען „שאף לשרה שאלו איו אברהם" — היינט פאַרוואָס שטייט עס ניט בכתוב ? זאָגט רש"י, אַז דערפאַר מוז מען זאָגן, אַז דאָ איז דער ניקוד (אויף „איו" שב"אליו") שייך צו פשוטו של מקראיט, הגם אַז בכמה מקומותכ איז רש"י ניט מפרש דעם ניקוד, ווייל, לשיטתו, איז דאָס ניט אַ מוכרח'דיקע טייל פון הבנת פשוטו של מקראכא.

ד. עס בלייבט נאָך אָבער ניט פאַרשטאַנדיק: „שישאל אדם באכסניא" איז בפשטות אַן ענין פון שאלת שלוםכב, און פרעגן בשלומה של שרה איז דאָך קיין נפק"מ ניט וואו זי געפינט זיך — איז פאַרוואָס האָבן די מלאכים געפרעגט „אי' שרה"?

דערפאַר איז רש"י ממשיך „בב"מ אומרים . . כדי לחבבה . . כדי לשגר כו'" — אַז דאָס וואָס די מלאכים האָבן די שאלה בשלומה געזאָגט אינעם לשון „אי' שרה", איז עס „כדי לחבבה כו'" און „כדי לשגר כו'"כג.

113ה. דערמיט וואָס רש"י בריינגט פון ב"מ אויך „להודיע שצנועה היתה" — פאַרענטפערט ער נאָך אַ שאלה:

אַ וואָרט (אָדער אַן אות) וואָס האָט אויף זיך אַ ניקוד, ווייזט אַז דער וואָרט (אָדער אות) איז אַנדערש פון אַנדערע ווערטער. אין וואָס באַשטייט די אַנדערשקייט ? זאָגן אַז דער ניקוד קומט עס אינגאַנצן מוחק זיין — קען מען ניט (ע"ד הפשטכד), ווייל אויב אַזוי, פאַרוואָס שטייט עס געשריבן בכלל? מוז מען זאָגן: אַז דער ניקוד מאַכט (נאָר) שוואַכער דעם מנוקדכה — און ווי רש"י זאָגט אויף „וישקהו"כו: „נקודה זו לומר שלא נשקו בכל לבו"; עד"ז דער צווייטער פירוש „נשקו בכל לבו" — ניט (די געוויינליכע) עשו'ס נשיקה, וואָרום „הלכה" אַז „עשו שונא ליעקב".

אָדער נאָך מער: אַז דער ניקוד איז עוקר (ממקומו, אָדער,עכ"פ, מחיבורו ווי „נעקרה האבן"כז) דעם וואָרט — ווי רש"י זאָגט אויף „ולא ידע בשכבה ובקומה"ו, אַז דער ניקוד אויף „ובקומה" קומט זאָגן אַז „בקומה ידע" — אָבער, כדלקמן, ער איז אים ניט מוחק:

בהמשך צו „ולא ידע בשכבה ובקומה" דערציילט דער פסוק ווייטערכח: „ויהי ממחרת גו' נשקנו יין גם הלילה גו'". איז דאָך ניט מובן: וויבאַלד אַז „בקומה ידע", האָט דאָך שוין מער ניט געקענט העלפן די עצה פון „נשקנו יין"? נאָר דער ביאור אין דעם איז, אַז דאָס וואָס „בקומה ידע" איז געזאָגט געוואָרן נאָר בנוגע לוט'ן, אָבער די בנות לוט האָבן געמיינט אַז אויך בקומה לא ידע, און דערפאַר האָבן זיי געזאָגט „נשקנו יין" — דער וואָרט „בקומה" איז נעקר פון „ולא ידע" (לוט), ער איז אָבער דאָ בנוגע (צום המשך) „הבכירה" „הצעירה".

ו. דערפון איז פאַרשטאַנדיק בנדו"ד, אַז וויבאַלד די אותיות אי"ו (שבאליו) זיינען מנוקדות, ווייזט עס, אַז די שאלה צו שרה „איו (אברהם)" איז געווען ניט בתוקף כ"כ, ווי די שאלה „אליו", צו אברהם.

[און דערמיט ווערט פאַרענטפערט פאַרוואָס ס'האָט געדאַרפט זיין דער ניקוד אויף דריי אותיות פון „אליו" — הגם אַז ווען ס'וואָלט געווען אַ ניקוד נאָר אויפן למ"ד וואָלט מען אויך גע'דרשנ'ט די אותיות אי"ו (וואָרום כנ"ל „כל מקום שהכתב רבה על הנקודה אתה דורש הכתב") — ווייל פון דעם וואָס דער ניקוד איז אויף די אותיות אי"ו, ווייס מען, אַז די שאלה „איו אברהם" איז ניט געווען מיט אַ תוקףכט].

אין וואָס באַשטייט די חלישות אין דער שאלה איו אברהםל ? איז עס פאַרשטאַנדיק פון דעם וואָס רש"י ברענגט פון ב"מ „להודיע שצנועה היתה": וויבאַלד אַז שרה איז געווען אַ צנועה —114איז די סברא מחייב, אַז אויך די שאלה „איו אברהם" האָבן די מלאכים ביי איר געפרעגט ניט אין אַן אופן דפרסום וגילוי, ס'איז געווען באופן פון צניעותלא.

לויט דעם איז מובן, אַז דאָס וואָס רש"י בריינגט פון ב"מ „להודיע שצנועה היתה" איז עס ניט נאָר ניט קיין סתירה צום פירוש „שאף לשרה שאלו איו אברהם", נאָר אדרבה: דוקא דורך דעם ווערט מבואר וואָס די אותיות אי"ו זיינען מנוקדות.

ז. דער טעם וואָס ביים פירוש „יודעים היו כו' להודיע שצנועה היתה" איז רש"י מקדים „בב"מ אומרים", איז ווייל די התחלה (דער כלל פון רשב"א) שטייט אויך אין בראשית רבהלב — זאָגט רש"י אַז ער בריינגט דעם המשך פון ב"מ דוקא — און דאָס קומט בהמשך און ערגענצט זה את זה.

דעריבער איז דערביי רש"י מדגיש „(בב"מ) אומרים", אַז דער ענין וואָס שטייט אין ב"מ („להודיע שצנועה היתה") איז „אומרים" סתם — דאָס שטימט אליבא דכולי עלמא, אויך אליבא דרשב"א וואָס זאָגט „שאף לשרה שאלו כו'";

און אפילו אויך אליבא דריב"ח וואָס זאָגט „כדי לשגר לה כו'", ווייל אויך „לשגר לה" איז ניט בסתירה צו „צנועה היתה", כדלקמן ס"י־י

ח. אָבער דער פירוש „להודיע שצנועה היתה כו'" איז ניט מספיק, ווייל: אברהם האָט דאָך געוואוסט אַז שרה איז אַ צנועהלג, און אויך זיי, אַלס מלאכים, האָבן געוואוסט אַז אברהם ווייס דערפון — קומט אויס אַז דער פרעגן איז נאָר כדי מעורר זיין חביבותה (שבלאו הכי) על בעלהלד.

דעריבער איז רש"י מוסיף, אַז די מלאכים האָבן געהאַט דערביי נאָך אַ טעם — „כדי לשגר לה כוס של ברכה".

אָבער אויך דער טעם אַליין איז ניט מספיק, ווייל וויבאַלד אַז „יודעים היו כו' היכן היתה", האָבן זיי דאָך ניט געדאַרפט פרעגן „אי' שרה" — דערפאַר זאָגט רש"י, אַז דאָס וואָס זיי האָבן מאריך געווען בלשונם און געפרעגט „אי' שרה אשתך" איז בכדי אַז אברהם זאָל זיי דאַרפן ענטפערן (און דורכדעם משים לב זיין אַז) „הנה באהל"לה (וואָס דאָס בריינגט אַרויס בהדגשה „שצנועה היתה").

ט. נאָך אַ יתרון אין דעם טעם „כדי לשגר לה כו'" אויפן טעם „להודיע שצנועה היתה":

ביים ענין פון „צנועה היתה" איז נוגע נאָר די שלילה — אַז זי איז ניט במקום הגלוי — און ניט דער חיוב ודיוק, אַז זי געפינט זיך „באהל" (ב — קמוצה, אין דעם באַוואוסטן אוהל); משא"כ לויטן טעם „כדי לשגר כו'" איז נוגע דער גע־115נויער אָרט וואו זי געפינט זיך, בכדי צו וויסן וואוהין „לשגר לה"לו.

יוד. דער טעם וואָס די מלאכים האָבן געדאַרפט שיקן שרה'ן פון זייער כוס של ברכה — הגם אַז לכאורה האָט אברהם איר געקענט געבן פון זיין כוס של ברכה — איז מובן בפשטותלז:

זייענדיק בתכלית השלימות אין הכנסת אורחים איז אברהם געווען אינגאַנצן פאַרנומען מיט משמש זיין די מלאכים — „והוא עומד עליהם (און נאָר די מלאכים) ויאכלו"לח — ער האָט ניט געגעסןלט, איז באַ אים אויך ניט געווען קיין כוס של ברכה.

דערמיט איז אויך מוסבר, אַז דאָס וואָס זיי האָבן געשיקט שרה'ן פון זייער כוס של ברכה איז ניט געווען קיין ענין פון היפך הצניעות — וואָרום בכדי זי זאָל האָבן כוס של ברכה איז ניט געווען קיין אַנדער וועג ווי שיקן איר פון זייער כוס של ברכהמ; ובפרט אַז ניט זיי אַליין האָבן דאָס געגעבן צו שרה'ן, נאָר האָבן עס איר געשיקט („לשגר").

יא. דער בן חמש למקרא (אויב ער איז אַ תלמיד ממולח) קען דאָך אָבער זאָגן, אַז שרה'ס נעמען פון זייער כוס של ברכה איז פאָרט ניט קיין צניעות בשלימות — דערפאַר זאָגט רש"י „אמר ריב"ח כו'":

ריב"ח זאָגט אין מס' ברכותמא „שהאשה מכרת באורחין יותר מן האיש", ועפ"ז איז פאַרשטאַנדיק, אַז שרה האָט דערקענט אַז די אורחים זיינען ניט קיין פשוט'ע מענטשןמב — און נעמען כוס של ברכה פון אַזוינע מענטשן (וואָס זיינען עכ"פ בדומה ווי מלאכים), איז דאָס ניט קיין ענין פון היפך הצניעות.

יב. לאחרי כל הנ"ל פעלט נאָך ביאור: הגם טאַקע אַז די דריי טעמים זיינען ניט בסתירה זל"ז (און דעריבער קען מען זאָגן, אַז מיטן זאָגן „אי' שרה" האָבן די מלאכים געמיינט אַלע דריי טעמים), פונדעסטוועגן זיינען זיי פאָרט דריי באַזונדערע טעמים — איז פאַרוואָס שרייבט זיי רש"י אין איין המשךמג [און ניט ווי בכל מקום וואו רש"י בריינגט כמה פירושים — אפילו ווען די פירושים זיינען ניט בסתירה זה לזה (און יעדער פירוש פאַרענטפערט די שוועריקייט וואָס איז דאָ אין צווייטן פירוש) — זאָגט ער „דבר אחר" וכיו"ב]?

איז דער ביאור אין דעם: דאָס וואָס רש"י זאָגט דריי טעמים (בהמשך אחד) איז, ווייל עס האָבן דאָס געפרעגט דריי מלאכים — יעדערער צוליב אַ באַזונדער טעם (ע"ד פרש"י בתחילת הפרשהיא, אַז אין מלאך אחד עושה שתי שליחות) און יעדער טעם איז נוגע בלויז צו איין מלאךמד:

116אויף צו שיקן דעם כוס של ברכה — איז גענוג איין מלאך (ווי מען זעט עס באַ יעדער כוס של ברכה); אויך אויף „לשאול באכסניא" איז גענוג אַז איין מלאך זאָל פרעגן בשם כולם; ועד"ז „לחבבה על בעלה".

יג. דער ביאור אין דעם וואָס רש"י זאָגט אַז דעם כלל „כל מקום שהכתב רבה על הנקודה כו'" האָט געזאָגט רשב"א:

דער כלל, אַז ווען די נקודה איז רבה על הכתב „אתה דורש הנקודה" מיינט [ניט צו שולל זיין דעם פירוש הפשוט, ובפרט לויט שיטת רש"י בפי' עה"ת וואָס איז געבויט אויף פשוטו של מקרא, נאָר] אַז נוסף צום פירוש הפשוט, וואו די אותיות המנוקדות זיינען אַ חלק פון גאַנצן וואָרט, ווייזט דער ניקוד שבהם אַז זיי זיינען אויך (כאילו ווי) אַ וואָרט בפני עצמו.

דאָס הייסט, אַז אין די אותיות המנוקדות — ובנדו"ד: אותיות אי"ו — זיינען דאָ צוויי ענינים: א) זיי זיינען אַ חלק פון וואָרט „אליו"; און מצד דעם ענין זיינען די אותיות אי"ו מנוקד — בלויז אַ טפל, וויילע דער עיקר פון וואָרט „אליו" [צו אברהם] איז דער למ"דמה. ב) אַ וואָרט (ענין) בפני עצמו — „איו".

פרעגט דער בן חמש למקרא (אויב ער איז אַ תלמיד ממולח): ווי איז שייך, אַז די אותיות המנוקדות (אי"ו) וואָס זיינען רבה על הכתב — וועלכע זיינען (אויך) אַן ענין בפני עצמו — זאָלן זיין טפל צו איין אות, צום למ"ד?

אָט די שאלה באַוואָרנט רש"י דערמיט וואָס דעם כלל (שכשהנקודה רבה על הכתב אתה דורש הנקודה) האָט געזאָגט רשב"א:

רשב"א זאָגט אין מס' ביצהמו: „ממלאה אשה כל התנור פת מפני שהפת נאפת יפה בזמן שהתנור מלא" — אַז אע"פ וואָס צוליב יו"ט דאַרף זי האָבן בלויז איין פת, מעג זי אופה זיין אַ גאַנצן תנור מיט פת, בכדי (צו ממעט זיין דעם חלל פון תנור, בכדי) אַז דער פת וואָס זי דאַרף אויף יו"ט זאָל זיין נאפה יפה.

זעט מען, אַז לויט רשב"א ווערט אַ ריבוי פת אַ טפל צו איין פת — עד"ז בנדו"ד: דריי אותיות אי"ו זיינען אַ טפל צום למ"ד.

יד. פון יינה של תורה שבפירש"י:

בשעת אַ איד באַטראַכט זיך אַז דער זמן וואָס עס גייט באַ אים אַוועק אויף תומ"צ איז בכמות עכ"פ אַ זמן מועט, דער רוב הזמן גייט באַ אים אַוועק אויף אכו"ש ושינה, עסק פרנסתו וכו', דברי הרשות — קען דאָך אים ווערן קאַלעמוטנע אויפן האַרצן, טראַכטנדיק אַז באַ אים איז דאָ אַזאַ גרויסער „חלל", אַ „מקום פנוי" פון תומ"צ.

אויף דעם קומט די הוראה: אויב די דברי הרשות זיינען „לשם שמים", ווערן זיי אויס דברי הרשות נאָר זיי ווערן (אַ טפל צו) תומ"צ, ובדוגמת „ממלאה אשה כל התנור פת כו'" — אע"פ אַז יו"ט מעג מען טאָן נאָר די מלאכות שלצורך יו"ט117— וויילע דער גאַנצער תנור פת, וויבאַלד ער קומט בכדי אַז דער פת שלצורך יו"ט זאָל זיין נאפה יפה, ווערט ער אַ יו"ט'דיגער פת און דער חלל (התנור) איז אָנגעפילט ניט מיט ענינים של חול, נאָר מיט ענינים של יו"ט.

בשעת אַ איד טוט זיינע דברי הרשות צוליב ענינים פון תומ"צ בכלל, ובפרט — בכדי אַז זיין לחם דתורה זאָל זיין נאפה יפה — וע"ד המבואר בלקו"תמז עה"פמח ואפו עשר נשים לחמכם בתנור אחד, אַז דער לחם דתורה זאָל זיין „אויסגעבאַקן" אין דער „חמימות (תנור) האהבה הבאה מהתבוננות של אחד" — ווערט ער דאַמאָלס — בלשון הרמב"םמט: עובד את ה' תמיד אפילו בשעה שנושא ונותן כו' ואפילו בשעה שהוא ישן כו' שינה שלו עבודה למקום ברוך הוא

אַן עובד „בכל מעשיך" און „בכל דרכיך" אויך מיט די „תחתונים" שבהם,

וואָס דאָס איז דאָך דער תכלית בריאת העולמות — לעשות לו ית' דירה בתחתונים דוקא, ווי ער איז מבאר בארוכה בהמשך רס"ו — פון כ"ק אדנ"ע וואָס דעם ש"ק איז זיין יום הולדתנ —

און דאָס ווערט אויך אַ הכנה קרובה צום זמן ווען מען וועט ניט דאַרפן אָנקומען צו אפי', ווייל „עתידה א"י שתוציא גלוסקאות וכלי מילת"נא, בביאת משיח צדקנו, בקרוב ממש.

(משיחת ש"פ וירא תשל"ו)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-h0yrwvvg

עותקים

פעילות אחרונה

#189 Likkutei Sichos vol 15: machine reading · אושרה
#131 Likkutei Sichos vol 15: machine reading · נסגרה

מקורות