עברית
Library

Likkutei Sichos

Ki Sisa 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

196תשא

א. אין דער היינטיקער סדרהא שטייט געשריבן דער ציווי אויף מאַכן דעם כיור. וואָס דערמיט איז דער כיור אָפּגעטיילט פון אַלע אַנדערע כלי המשכן, וועגן וועלכע עס רעדט זיך אין די פריערדיקע צוויי סדרותב — הגם אַז אויך דער כיור איז אַן „עיקר בבנין הבית"ג, און בנוגע משיחה בשמן המשחה ווערט ער ווייטער אין דער סדרה גערעכנט צוזאַמען מיט די אַנדערע כלים און אויף זיי אַלע צוזאַמען זאָגט דער פּסוק „והיו קודש קדשים"ד. היינט פאַרוואָס שטייט דער ציווי עשיית הכיור, באַזונדער פון די אַנדערע כלים?

זאָגן מפרשיםח, אַז דאָס איז דערפאַר וואָס ער איז (ניט קיין ענין לעצמו, נאָר) אַ הכנה צו „בבואם אל אהל מועד" און „בגשתם אל המזבח".

און אָט דער חילוק צווישן דעם כיור און אַלע אַנדערע כלי המשכן קומט צום אויסדרוק (ניט בלויז אין דעם אָרט פונעם ציווי על עשיית הכיור אין תורה, „ועשית כיור", נאָר אויך) אין דעם אָרט וואו דער כיור איז געשטאַנען אין משכן;

דער אָרט פון אַלע כלי המשכן איז געווען אין אהל מועד. אויך דער מזבח הנחושת, וואָס ער איז געווען אין חצר, איז ער אָבער געשטאַנען „פּתח משכן אהל מועד"ח. משא"כ דער כיור איז ניט געשטאַנען בפּתח המשכן נאָר איז געווען אָפּגערוקט אין אַ זייט, ביז אַז — „אין כיור לפני אהל מועד"ז (וואָס דערפאַר האָט מען געקענט צו אים צוגיין צוליב רחיצת ידים ורגלים, כאָטש „בין האולם למזבח" האָט מען (לכמה דיעותח) ניט געטאָרט אַריינגיין פאַר קידוש ידים ורגליםט).

ב. אָט דער ענין, אַז כיור איז אַ הכנה צו כללות עבודת המשכן, דריקט זיך אויס אויך אין דעם שיעור פון דער מאָס פון כיור;

פון פּסוק „ורחצו ממנו משה ואהרן ובניו"י (וואו עס ווערן גערעכנט פיר מענטשן; „משה ואהרן תרין ובניו תרין"יא) לערנט אָפּ די גמראיב; „כל כיור שאין בו כדי לקדש ארבעה כהנים ממנו אין מקדשין בו".

ולכאורה; משה האָט זיך געדאַרפט וואַשן פון כיור נאָר אין די ימי המילואים (לויט דער דעהיג אַז דערנאָך197לא שמש בכהונה), און שפּעטער איז דער כיור נוגע בלויז צו אהרן ובניו, איז פאַרוואָס זאָל דער כיור לדורות מוזן קענען האַלטן וואַסער פאַר פיר מענטשן, אויך כנגד משה (און ווי געבראַכט די קשיא במפרשי הש"ס דאָרט)?

וי"ל דעם ביאור אין דעםיד; די ימי המילואים זיינען געווען אַ הכנה צו דער כללות העבודה פון אהרן ובניו שפּעטער. און היות אַז אויך דער כיור איז ענינו הכנה לכללות העבודה, כנ"ל, דאַרף שיעורו דעריבער זיין „כדי לקדש ארבעה כהנים", ניט נאָר „כנגד אהרן ובניו", וואָס האָבן מקדש געווען פון כיור נאָך די ימי המילואים, נאָר אויך „כנגד משה", (אַלעטו כהנים אין דער צייט פון חנוכת המשכן, אַלע) וואָס האָבן מקדש געווען פון אים אין די ימי המילואים, זמן ההכנה.

דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז כאָטש דער כיור איז געווען בלויז אַ הכנה לעבודה, איז אָבער אין אים געווען אַ מעלה מיוחדת, העכער פון די אַנדערע כלי המשכן, וואָס מטעם דער מעלה איז דוקא אין אים געווען אַן ענין וואָס איז מרמז אויף משה'ן, וואָס ער איז דאָך העכער אויך פון אהרן. ויתרה מזו; אויף משה'ן צוזאַמען מיט אַלע כהנים וואָס זיינען דאַמאָלס געווען.

ג. אָט די צוויי קצוות פון דעם כיור

— אַז פון איין זייט איז ער בלויז אַ הכנה, און מאידך גיסא איז דוקא אין אים פאַראַן ענינו של משה (וכל הכהנים) בגלוי (וואָס דאָס איז ניטאָ אין די אַנדערע כלי המשכן) —

זיינען מרומז אויך אין די „מראות הצובאות", וואָס פון זיי איז דער כיור געמאַכט געוואָרן;

פון איין זייט, זיינען די מראות הצובאות אַ גאָר נידעריקער ענין, ביז אַז אפילו משה רבינו, חאָטש ער איז „אוהב ישראל"י, האָט אין זיי מואס געווען „מפני שעשוים ליצר הרע" [און זיי ווערן ניט גערעכנט צווישן די אַלע נדבות המשכן פון פ' פקודי, זיי זיינען גאָר ניט אין כלל פון „פּקודי המשכן"]; ואעפ"כ, איז דוקא אויף די „מראות הצובאות" האָט דער אויבערשטער געזאָגט „אלו חביבין עלי מן הכל"טז.

ד. דער ביאור אין דעם איז;

שוין גערעדט פיל מאָליז, אַז דער חידוש פון „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם" *יז באַשטייט אין דעם, אַז אידן זאָלן נעמען דברים גשמיים און פון זיי מאַכן אַ מקדש פאַר דעם אויבערשטן, ביז אַז אין די (דרייצןיח צי פופצןיט) דברים גשמיים זאָל זיין „ושכנתי בתוכם", וואָס דורך דעם וועט198נשלם ווערן דער ענין פון „נתאוהכ הקב"ה להיות לו ית' דירה בתחתונים".

און וויבאַלד אַז די כוונה פון „דירה בתחתונים" איז דאָך ביז צום תחתון ביותר „שאין תחתון למטה ממנו"כא, האָט דעריבער געדאַרפט זיין אין משכן אויך אַן ענין פון „מראות הצובאות", וואָס זיינען „עשויים ליצר הרע", בכדי אַז אויך דער תחתון זאָל ווערן אַ דירה לו ית'.

אָבער פונדעסטוועגן האָט משה מואס געווען אין דעם, וואָרום משה „נתנבא בזה"כב, דאָס מיינט, אַז ביי אים איז געווען ראיית מהות אלקות, האָט ער געוואָלט אַז דער גילוי פון „ושכנתי בתוכם" זאָל זיין אין אַן אופן פון ראיית המהות. און וויבאַלד אַז די זאַכן וועלכע זיינען פאַרבונדן מיטן נה"ב און יצה"ר, אפילו לאחרי ווי זיי ווערן נתברר, זיינען מעלים ומסתיר אויף ראיית המהות

[וכידועכג בענין „אספּקלריא שאינה מאירה" (אַ זכוכית מיט אַ כיסוי פון אַ „דבר דק וקלוש" — אַ שפּיגל), וואָס הגם אַז דוקא דורך דער פאַרמיטלונג פון דעם צודעק וואָס אויף איר, קען דער מענטש זען מאחוריו, וואָס דורך אַן „אספּקלריא המאירה" קען מען עס ניט זען — איז אָבער דאָס געזעענע דורך אַן אספּקלריא שאינה מאירה ניט די זאַך גופא, נאָר אַ „דמות", אַן „אָפּשפּיגלונג" פון דער זאַך.

ועד"ז איז אויך בנוגע דעם בירור פון נפש הבהמית: אע"פ אַז דוקא דורכן בירור פון נה"ב (בחי' אספּקלריא שאינה מאירה) ווערט נמשך אַן אור חדש וואָס איז העכער פון דעם אור הנמשך דורך מעשה המצות (בחי' אספּקלריא המאירה), איז אָבער דער אור ניט בגילוי כ"כ און ער איז מאיר בלויז אין אַן אופן פון „דמות"],

האָט דעריבער משה (וואָס „נסתכל באספּקלריא המאירה"כד) ניט געוואָלט אַז אין משכן זאָלן זיין די מראות הצובאות (בחינת אספּקלריא שאינה מאירהכג), בכדי אַז דער „ושכנתי בתוכם" זאָל זיין אין אַן אופן פון „זה", גילוי המהותכח.

אַי וואָס די כוונה איז „דירה בתחתונים" — איז אָבער לגבי מדריגת משה (וואָס צו דער מדריגה האָט ער געוואָלט אויפהויבן אַלע אידן), זיינען שוין אויך די אַנדערע זאַכן פון נדבת המשכן (ובפרט „נחושת"כז) גענוג199„תחתון", דורך וועלכע עס וועט נשלם ווערן די כוונה פון „דירה בתחתונים"98).

אויף דעם האָט אים דער אויבערשטער געענטפערט, אַז אין משכן דאַרף מען האָבן אויך אַזאַ „תחתון" וואָס איז „עשוי ליצר הרע", ואדרבה0); ווען מען נוצט אויס דעם תחתון ביותר אויף צו אויפשטעלן „צבאות ה'" — ווי דורך די „מראות הצובאות' האָט מען אויפגעשטעלט „צבאות רבות במצרים"טו — וואָס צבא ווייזט אויף דער עבודה פון „קבלת עול"ל, וואָס די עבודה איז מאיר בגילוי, דוקא ווען ס'איז דאָ יצר הרע וכו' און דאַן שטאַרקט מען זיךלא אויף אים בדרך קבלת עוללב — דאָס איז „חביבין עלי מן הכל".

ה. כשם ווי די „מראות הצובאות", כאָטש בגילוי זיינען זיי נידעריקער פון די נדבות המשכן (וכנ"ל ס"ג אַז זיי ווערן ניט גערעכנט צווישן די „פקודי המשכן"), זיינען זיי אָבער „חביבין מן הכל";

אַזוי איז אויך דער כיור (וואָס איז פון דעם געמאַכט געוואָרן) ; כאָטש ער איז בלויז אַ הכנה, וואָס מצד דעם איז ער בגלוי נידעריקער פון אַלע אַנדערע כלי המשכן (און דער ציווי פון עשיית כיור ווערט ניט גערעכנט צוזאַמען מיט די ציוויים אויף די אַנ־200דערע כלי המשכןלג),

איז אָבער די הכנה פון „ורחצו את ידיהם ואת רגליהם" — וואָס אַ איד וואַשט זיך אָפּ פון די ענינים הבלתי רצויים — איז אָט די רחיצה חביב ביי דעם אויבערשטן מער ווי די עבודה גופא וואָס ער טוט שפּעטער אויפן מזבח אָדער אין אהל מועדלד,

ווייל דוקא אין דער רחיצה איז דאָ דער ענין פון „אתכפיא סט"א" — בדוגמת די „צבאות הוי'" (קבלת עול) וואָס קומט אַרויס דורך די „מראות הצובאות".

און דאָס איז אויך דער טעם וואָס דוקא ביים כיור איז מרומזלח אויך ענינו של משה (וכל הכהנים)לח — ווייל דוקא אין דעם ענין פון אתכפיא וקב"ע ווערט נתגלה די אמיתיות (ושלימותו בכל הפּרטים — ד)ענין הביטוללא, ענינו של משהלח (ובצירוף אהרן וכל הכהנים — דעבודתם בחשאילט — ביטול — ויבדל אהרן קד"קמ — דקאי על כל הכהנים).

(ממאמר ושיחת ש"פ ויקהל תשי"ט)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-g9h0tsnh

Copies

Recent activity

#184 Likkutei Sichos vol 6: machine reading · approved
#122 Likkutei Sichos vol 6: machine reading · closed

Sources