English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - שיחות ומכתבים טז

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

555עשרה בטבת

ב"ה, יום השלישי, ה' טבת,

ה'תשל"ו ברוקלין, נ. י.

שלום וברכה!

. . אין ענטפער אויף אייער אָנפראַגע און בקשה פון אָנווייזונגען — אין צוזאַמענהאַנג מיט דעם קומענדען תענית עשרה בטבת, נעמענדיג אין בעטראַכט די לאַגע אין און אַרום ארץ ישראל,

מסתם וועט איר הערן וועגן דעם פון דעם רב פון אייער קהלה דעם שבת, וואָס איז דאָך אויך ערב עשרה בטבת, אין זיין דרשה, און בנוגע צו מעשה בפּועל, וואָרום המעשה הוא העיקר,

וויבאַלד איר האָט זיך אָבער געווענדעט צו מיר אויך — וויל איך אָנצייכנען ווייניגסטענס עטליכע הצעות, ובהקדמה:

ליידער זיינען דאָ אַזוינע וואָס טענה'ן אַז מ'דאַרף טראַכטען און טאָן נאָר אויף אַ גרויסען וועלט פאַרנעם, מיט החלטות וועגן גאָר גרויסע מעשים א. ז. וו. א. ז. וו.

— געוויס האָבן זיי גוטע כוונות, און זיכער אַז אויף וויפעל די החלטות זיינען פּראַקטישע און ווערן טאַקע דורכגעפירט בפּועל — בריינגען זיי גרויסע הילף און פאַרבעסערונג אין דער לאַגע א.ז. וו.

מ'טאָר אָבער ניט פאַרגעסען — ואדרבא מ'דאַרף נאָך פאַרשטאַרקן און גאָר פיל — די אַזוי גערופענע „קליינע און בטל'נישע" זאַכן וואָס עס קען טאָן און מוז טאָן יעדע — אַפילו אַ קליינע — קהלה, אָדער אַפילו אַ יחיד — אָנהייבענדיג פון דעם אַלטען און אייביג נייעם וועג פון אידן, אַלס פאָלק און אַלס יחיד, די פּעולה פון הקול קול יעקב — תורה און תפלה — אַ556פּעולה וואָס דער אויבערשטער אַליין האָט אָנגעוויזען אַלס די ערשטע אויף בטל מאַכן די שליטה (הערשען) פון די ידים ידי עשו, וואו און אין וועלכע פאָרם עס זאָלן ניט זיין די ידי עשו.

און בפרט אין אַ טאָג וואָס דער שולחן ערוך האָט געפּסק'נט אַז ער איז אַ תענית טאָג, ובלשון פון ישעי' הנביא: צום אבחרהו . . צום ויום רצון להוי' (אַ תענית וואָס איך קלייב עם אויס . . אַ תענית און צייט פון רצון השם).

און איצט צו אייער אָנפראַגע — און ספּעציעל אַז דער תענית פון עשרה בטבת איז דאָך פאַרבונדן מיט ארץ ישראל בכלל און — ירושלים עיר הקודש בפרט (די בעלאַגערונג פון ירושלים), איז מיין פאַרשלאַג אַז, אין צוגאָב צו די ענינים און פּעולות וואָס זיינען די זעלבע באַ אַלע תעניתים, ווי ערקלערט בארוכה ובפּרטיות אין פּוסקים און אין ספרי מוסר וחסידות,

זאָל מען במשך פון טאָג — ספּעציעל צום זכות און צו דער באַשיצונג און פאַרשטאַרקונג פון ארץ ישראל בגשמיות וברוחניות

און פון עם ישראל בגשמיות וברוחניות, וואו זיי געפינען זיך — סיי אין ארץ ישראל, סיי אין חוץ לאָרץ ובפרט — די וואָס געפינען זיך הינטער דעם אַזוי גערופענעם „אייזערנעם פאָרהאַנג",

מוסיף זיין (צוגעבן) — אַלס פּעולה אין גייסט פון ישראל סבא, אין תורה, תפלה און צדקה.

557קאָנקרעט: באַלד נאָכן דאַווענען (סיי אין דער פרי, סיי צו מנחה) לערנען (מוסיף זיין אין לערנען, וואו עס זיינען דאָ שיעורים יעדער טאָג) אַן ענין בתורה, כולל אויך אַ הלכה פּסוקה,

בסמיכות ממש נאָכן דאַווענען, נאָך פאַר'ן לערנען — זאָגן עטליכע מזמורי (קאַפּיטלאַך) תהילים (אין צוגאָב — צום שיעור תהלים הרגיל)

און פאַר'ן דאַווענען ווי אויך נאָכן דאַווענען — געבן אויף צדקה (בהוספה — אויף זיין געוויינליכער נתינה) — כולל, צדקה אויף אַן ענין אָדער אַ מוסד אין ארץ ישראל, ארץ החיים.

זעלבסטפאַרשטענדליך, אַז דער וואָס וועט טאָן דאָס אויבנדערמאָנטע נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל במשך פון טאָג — הרי זה משובח,

און באַ יעדען מאָל טאָן — איז כל המרבה (בכמות ובאיכות) הרי זה משובח.

*) און ווי באַ אַלע ענינים פון קדושה — איז טוב ונכון אַז דאָס אַלעס זאָל געטאָן ווערן בצבור.

און דער אויבערשטער זאָל אָננעמען און וועט אָננעמען די תפלות און בקשות פון אידן בכל מקום שהם

און במהרה בימינו ממש זאָל מקוים ווערן די הבטחה אַז יהפכו ימים אלה לששון ולשמחה

אין אַן אופן אַז אלקים מלכי מקדם (וועט זיין) פּועל ישועות בקרב הארץ,

בגאולה האמתית והשלימה דורך משיח צדקנו.

בכבוד ובברכה

558הוספה להמכתב — משיחת ש"פ ויגש, תשל"ו.

. . . במענה לשאלת כמה ע"ד הוראות מפורטות יותר בההוספה בג' הקוין דתורה, תפלה וצדקה המבוארת בהמכתב דה' טבת:

בכוונה לא נאמרו בזה פרטים, ע"פ הוראת חז"לא לעולם ילמוד אדם תורה במקום שלבו חפץ, וכן תפלה „עבודה שבלב"ב — שתלוי' בהרגש הלב של כ"א, ועד"ז מובן בנוגע לצדקה — וכל' הכתובג: אשר ידבנו לבו,

בכ"ז, מכיון שכל התעוררות צריך להביאה בפרטיות, ואז שייכת היא לפועלד, יש למצוא גם בזה הוראות פרטיות ע"פ דברי רבותינו נשיאינו בכיו"ב ודברי חז"ל בכלל:

הצעת הוספה בתורה ע"פ דרז"לה: משה תיקן להם לישראל שיהו שואלין ודורשין בענינו של יום כו' — לימוד בהלכות תענית.

ומכיון שתכלית התענית וסופו הוא שייהפך לששון ולשמחה ולמועד טוב כו' — ללמוד (גם) סיום הל' תעניות שבספר היד להרמב"ם, ששם מדובר בענין קיום היעוד שהצומות יהפכו ל"ימים טובים*5 וימי ששון ושמחה".

בתפלה: ע"פ הוראת כ"ק מו"ח אדמו"רו בשנת ה'תש"א לומר ג' מזמורי תהלים — כ, כב, סט — גם בנדו"ד יש לומר, בתור הוספה לתפלה, ג' מזמורים הנ"ל.

ואף שהמצב עכשיו אינו חמור כלל ח"ו, כבזמן ההוא, בכ"ז יש מקום להשתדלות יתר מכפי המדה כו'.

בצדקה היות שבעשרה בטבת הותחל המצור על חומות ירושליםז — וע"פ מרז"לח אני חומה זו תורה — ליתן צדקה למוסד של תורה, ובזה גופא — (גם) לענין של „חומה" כפשוטו — לבנית בנין של תורהט (או — בדק הבית וכו').

559ומכיון שיש מעלה בצדקת חו"לי ומעלה בצדקת א"ייא — יש ליתן למוסד של תורה בחו"ל ולמוסד של תורה — בא"י תוב"ב ע"י משיח צדקנו.560געווען די באַשיצונג פאַר דער שטאָט, און האָט געמוזט בלייבן שטייען דאָרט גאָר אַליינגע צייט. וואָלטן די אידן געטאָן תשובה, וואָלט די באַלאַגערונג בטל געוואָרן און עס וואָלט געווען אַ גרויסער נצחון פאַר דעם אידישן פאָלק, ווי דאָס איז געווען דער פאַל מיט דער באַלאַגערונג פון ירושלים דורך סנחירוב מלך אשור אין דער צייט פון חזקי' המלך.

עשרה בטבת לערנט אונז און דערמאָנט וועגן דער אמת'ער חומה וואָס באַשיצט שטענדיג און אומעטום דעם אידישן פאָלק און יעדער אידן אויך אַלס יחיד, ווי חכמינו ז"ל זאָגן, „אני חומה — זו תורה". אידן לערנען תורה, זיינען מקיים די מצוות פון דער תורה און פירן זיך על פי תורה אין טאָגטעגלעכן לעבן בכלל און דאָס איז די טלעכע שו־וואַנט וואָס באַשיצט קעגן יעדער סאָרט און אָרט „באַלאַגערונג", און זי איז זיי מבטל און בריינגט די אמת'ע מנוחה שלום ושלוה.

ווי אין אַלע צייטן, אַזוי אויך היינט, מוזן מיר פאַרשטאַרקן און פאַרפעסטיקן אונזער אמת'ע שוץ און זיכערקייט פון „חומה — זו תורה" באַ יעדען און יעדערע און ספּעציעל — דורך דער תורה־טרייער דערציאונג פון אונזערע קינדער און יוגנט. דאָס איז דער יסוד פליכט פון יעדן אידן און פון אַלע אידן, ווי דאָס איז אונטערשטראָכן אויך אין דעם אָנזאָג „ושננתם לבניך — אלו התלמידים", און דער לימוד התורה בריינגט אַז עס איז „שמוע תשמעו אל מצותי גו'", און מען איז געזיכערט מיט דעם אויבערשטנ'ס ברכות אויך אין גשמיות, ביז צו דער הבטחה אַז „ירבו ימיכם וימי בניכם" גו' — „עס וועלן זיך מערן אייערע טעג און די טעג פון אייערע קינדער אויף דער ערד וואָס ט האָט געשוואָרן צו אייערע עלטערן זיי צו געבן (אויף אייביג) ווי די טעג פון די הימלען איבער דער ערד" אין דער גאולה האמתית והשלימה דורך משיח צדקנו.

דאָס אויבנגעזאָגטע אונטערשטרייכט נאָכמער די העכסטע וויכטיקייט פון די טעטיקייט פון מרכז הישיבות תומכי תמימים ליובאוויטש אַלס אַ „חומה זו תורה" אין פולסטן זין. און איך בין פעסט אין דער האָפנונג, אַז אַלע פריינד פון דער ישיבה וועלן העלפן, מיט אַ ברייטער האַנד, נאָכמער צו פאַרפעסטיגען די דאַזיגע פעסטונג פון תורה, וואָס איז אַזוי לעבנסוויכטיג, ספּעציעל אין דער איצטיגער צייט.

ובזכות זה וועט מען זוכה זיין צו אַלע ברכות השם, סיי בגשמיות סיי ברוחניות, און אַלע ניט־געוואונשענע ענינים וועלן פאַרוואַנדלט ווערן און נהפּך ווערן אין ענינים פון ששון ושמחה,

ביי* יעדען איינעם און איינע און ביי כלל ישראל, ביז צו דער גאולה האמתית והשלימה בקרוב ממש.

בכבוד ובברכה להצלחה

בכל האמור

(

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-f3mm204j

עותקים

פעילות אחרונה

#189 Likkutei Sichos vol 15: machine reading · אושרה
#131 Likkutei Sichos vol 15: machine reading · נסגרה

מקורות