עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos and letters 3

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

423ב' ניסן

ב"ה, ז' ניסן תשי"ט

ברוקלין

כבוד המשתתפים בהתועדות יום ההילולא

של כ"ק אדמו"ר מוהרש"ב זצוקללה"ה

נבג"מ זי"ע, נשיא ישראל,

ה' עליהם יחיו.

שלום וברכה!

מאשר הנני קבלת מכתבם מיום סגולה הנ"ל מכתב ברכה,

וברך לקחתי ואשיבנו, אשר כמ"ש ואברכה מברכיך, יתברכו כאו"א מהם בברכתו של הקב"ה,

אשר שתי המעלות בה, מעלת הברכה ומעלת התפלה, כמבואר בארוכה בד"ה אריב"ל תרכ"ט.

ומגלגלין זכות ליומין זכאין, ימי חדש ניסן, אשר כל ימי חדש זה הם בבחי' ראש חדש, כמ"ש בשל"ה (פרשה בא) הובא בד"ה החדש הזה לכם תרכ"ו, ואשר החדש וכל הענינים אשר בו, עליהם נאמר החדש הזה לכם, שכדברי רז"ל, הוראה בזה שמיוחדים בזה בני ישראל, וק"ל.

וזכות בעל ההילולא אשר אמר לפני הסתלקותו, איך גיי אין הימעל און די כתבים לאָז איך אייך, (אנכי עולה השמימה והכתבים הנני משאיר לכם) — שמודגש בזה שכתבי דא"ח שלו, הרי זהו בחילוף וממלא זה שעולה השמימה,

וכהודעת רז"ל, שצדיקים דומים לבוראם, אשר עליו נאמר אנא נפשית כתבית יהבית (שבת ק"ה א') [ראה תניא פרק מ"ז בשם הזהר הק'], תעמוד לכל העוסקים בתורתו, וגדול תלמוד שמביא לידי מעשה, הליכה בהדרכותיו והנהגותיו, לתוספת התעוררות ר"ר מנשיא ישראל בהמצטרך להם מנפש ועד בשר.

בברכת חג הפסח כשר ושמח

ולבשו"ט בכל הנ"ל424ב"ה, יום א' פ' ויקהל, ה'תשל"ד

ברוקלין, נ. י.

צו די עסקנים און פריינד פון די בית רבקה

שולעס — בכלל, און צו די אַנטיילנעמער

אין דער יערלעכער מסיבה — בפרט.

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה:

די יערלעכע מסיבה קומט הייאָר פאַר אויף מאָרגען נאָך ב' ניסן — דער טאָג ווען דער גרינדער פון בית רבקה, כ"ק מו"ח אדמו"ר, האָט איבערגענומען די נשיאות אַלס נאָכפאָלגער פון זיין פאָטער דער רבי רש"ב נבג"מ זי"ע, —

אין איינקלאַנג מיט דער גטלעכער השגחה וואָס זאָרגט, אַז אונזער אידישער פאָלק זאָל האָבן אַן אונאונטערבראָכענע קייט פון גייסטיגע פירער, לויט דעם פסוק וזרח השמש ובא השמש — איידער עס פאַרגייט די זון (פון אַ מנהיג ישראל) שיינט אויף די זון (פון זיין נאָכפאָלגער).

דער שווער דער נשיא האָט איבערגענומען און אָנגעפירט די נשיאות אין אַ העכסט קריטישער צייט פאַר כלל ישראל. און ווען די השגחה עליונה האָט אים געבראַכט אין אַמעריקע, האָט ער אין די לעצטע צען יאָר פון זיין פרוכטבאַרן לעבן בעלמא דין אַריינגעבראַכט אַ ניי לעבן אין אַמעריקאַנער אידנטום און האָט דאָ אויפגעשטעלט אַ ליכטיקן און שיינענדיקן צענטער פון תורה אידישקייט, צו פאַרנעמען דעם אָרט פון אייראָפּייאישן אידנטום, וואו די זון האָט געהאַלטן ביים פאַרגיין. און אויך אין דעם זעט מען די האַנט פון דער ־טלעכער השגחה פון וזרח השמש ובא השמש, ווי אויבן דערמאָנט.

איינע פון די ערשטע און וויכטיקסטע טעטיקייטן פון דעם נשיא הדור קומענדיק דאָ איז געווען צו שאַפן אַ תורה־טרייען חינוך וועזן, סיי פאַר אינגלעך און סיי פאַר מיידלעך. אין די ראַמען פון דער דאָזיקער חינוך טעטיקייט האָט ער געגרינדעט אויך די בית רבקה שולעס, און ער האָט זיך ספּעציעל אָפּגעגעבן צו דער דערציאונג פון אַ נייעם דור מיידלעך און פרויען וועלכע זאָלן פאַרנעמען זייער ריכטיקן אָרט אין אידישן לעבן. די ערשטע תלמידות פון בית רבקה זיינען שוין ב"ה גליקלעכע מוטערס, יעדע איינע פון זיי אַ מוסטערהאַפטע עקרת הבית. ער האָט אויך געווידמעט פיל שיחות, מאמרים און ווענדונגען ספּעציעל צו פרויען, כדי צו מאַכן צוגענגלעך פאַר זיי די ליכטיקייט און וואַרעמקייט פון חסידישן לעבנסשטייגער און דורך זיי פאַרשטאַרקן דעם גייסט פון תורה און חסידות אין זייערע פאַמיליעס און אין דעם גאַנצן אַרום. עס איז ניט איבערצושאַצן דעם בייטראָג פון די בית רבקה שולעס פאַר דער פאַרשטאַרקונג און אויפלעבונג פון אידישקייט, סיי אין אַמעריקע און סיי אין אַנדערע לענדער.

425דברי צדיקים קיימים לעד — די ווערטער פון צדיקים, זייערע אָנווייזונגען און זייערע ברכות, זיינען אייביק דויערהאַפט. און ווען דער נשיא הדור גיט אָנווייזונגען וואָס מ'דאַרף טאָן, און גיט אויך זיין ברכה דאָס דורכצופירן אין לעבן, איז דאָס אַ נתינת־כוח — ער גיט די כוחות — דורכצופירן די אָנווייזונגען אין דער פולסטער מאָס, מיט חסידישער לעבעדיקייט און ליכטיקייט. און דאָס איז אויך אַ קוואַל פון ברכה און הצלחה אויך אין אַלע אַנדערע ענינים, בגשמיות וברוחניות.

עס איז דעריבער מיין פעסטע האָפנונג, אַז אַלע פריינד פון בית רבקה און אַנטיילנעמער אין דער יערלעכער מסיבה וועלן ריכטיק אָפּשאַצן די גרויסע אחריות און אויסערגעוויינלעכן זכות צו זיין אַקטיווע שותפים אין פאַרשטאַרקען און אויסברייטערן די בית רבקה שולעס, ספּעציעל אין אָנבליק פון די איצטיקע ערנסטע און דרינגנדע צייטן, ווען דער חינוך הבנות איז ניט ווייניקער אַ לעבנס פראַגע פאַרן קיום פון אונזער פאָלק ישראל ווי דער חינוך הבנים.

און, ווי אויבן געזאָגט, דעם אויבערשטנ'ס ברכות וועלן באַגלייטן יעדן איינעם און אַלעמען פון אייך אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה להצלחה

ולבשורות טובות

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-f2b0q16v

Copies

Recent activity

#191 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · approved
#133 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · closed

Sources