עברית
Library

Likkutei Sichos

Mishpatim 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

130משפטים

א. אין היינטיקער סדרה, אין פיר באַזונדערע ערטער, זאָגט רש"י אַ כלל; „דיבר הכתוב בהוה"א. דעם ערשטן מאָל זאָגט ער דעם כלל אין פסוק „וכי יגח שור"ב; „אחד שור ואחד כל בהמה וחי' ועוף אלא שדיבר הכתוב בהוה", און דערנאָך זאָגט ער עס אין נאָך דריי ווייטערדיקע פּסוקים, כדלקמן סעיף ג'.

דאַרף מען פאַרשטיין; אויך פאַר דעם פּסוק „וכי יגח שור" און אין דער זעלבערג סדרה זיינען דאָ פּסוקים וואו מען דאַרף לערנען, לכאורה, אַז דער פּסוק ברענגט די באַטרעפנדע דוגמא [ניט דערפאַר וואָס דער דין פון דעם פּסוק איז דוקא ביים דערמאָנטן אופן, נאָר] מחמת דעם וואָס „דיבר הכתוב בהוה" —

למשל, אין פּסוק „וכי יכה איש את עבדו גו' בשבט גו'"ד, וואָס דער דין פון „נקום ינקם, אך אם יום או יומים יעמוד לא יוקם גו'"ה איז (אין פּשטותו) אויך ווען ער שלאָגט דעם עבד ניט דוקא מיט אַ שבט, נאָר מיט עפּעס אַנדערשז, און דער וואָרט „בשבט" אין פּסוק איז בלויז מחמת דעם וואָס „דבר הכתוב בהוה";

דאָס זעלבע געפינט מען אין נאָך אַ פריערדיקן פּסוק: „וכי יריבון אנשים והכה איש את רעהו גו'"ח — וואָס דאָרט איז דאָך אודאי נוגע נאָר דער ענין אַז „והכה איש את רעהו", און די גאַנצע הקדמה „וכי יריבון אנשים" קומט בלויז ווייל „דיבר הכתוב בהוה" —

איז ניט מובן; פאַרוואָס וואָרט רש"י מיט זיין פּירוש „דיבר הכתוב בהוה" ביז צום פּסוק „וכי יגח שור", און ער זאָגט עס ניט גלייך ביים ערשטן מאָל (עכ"פּ — פון דער סדרה)?

אויך דאַרף מען פאַרשטיין פאַרוואָס חזר'ט רש"י איבער דעם זעלבן כלל פיר מאָל ובסמיכות מקום זה לזה (וכדלקמן באריכות) ?

ב. דער מקור פון אָט דעם כלל איז לכאורה גענומען פון דער משנהט; „אחד שור ואחד כל בהמה . . וכן חי'131ועוף כיוצא בהן, א"כ למה נאמר שור או חמור אלא שדיבר הכתוב בהוה".

אָבער בנוגע די אַלע פּסוקים וואָס די משנה איז מפרש — אַז דער פּרט וואָס שטייט אין פּסוק („שור" וכיו"ב) איז בלויז מחמת „דיבר הכתוב בהוה" — ברענגט די גמראי הוכחות וראיות צו באַווייזן אַז די דינים זיינען ניט דוקא ביים פרט המפורש בכתוב;

משא"כ רש"י זאָגט עס ווי אַ כלל אַז „דיבר הכתוב בהוה", און ער ברענגט ניט דערביי קיין שום ראי' אַז אַזוי איז דער דין אויך ביי אַנדערע פּרטים. ולדוגמא, ביי „וכי יגח" ברענגט רש"י ניט קיין באַווייזן אַז „שור" לאו דוקאיא. און אַזוי אויך אין די אַנדערע פּסוקים זאָגט רש"י דעם כלל, ניט אָנגעבנדיק דערצו קיין הוכחהיב.

די שווערקייט ווערט נאָך גרעסער; מיט עטלעכע פּסוקים ווייטעריג — ביי „ונפל שמה שור או חמור", וואָס אויך דאָרט איז רש"י מפרש אַז „הוא הדין לכל בהמה וחי'", ברענגט ער יאָ אַ הוכחה דערצו „שבכל מקום שנאמר שור וחמור אנו למדין אותו שור שור משבת כו'".

ולכאורה; אַז שור וחמור זאָלן אַריינפאַלן אין אַ בור איז דאָך מער מצוי ווי „כל בהמה וחי'" — ווי ער זאָגט דאָרט אין משנה, אַז דער טעם וואָס ס'שטייט „שור או חמור" ביי „נפילת הבור" איז עס מחמת „דיבר הכתוב בהוה" (און אין אַ „מציאות" — הוה — איז דאָך ניט שייך צו מחלק זיין צווישן דרך הפּשט און דרך ההלכה וכו') — היינט וויבאַלד אַז רש"י נעמט אָן דעם ענין פון „דיבר הכתוב בהוה" ווי אַ כלל, צוליב וואָס דאַרף ער אָנקומען צום לימוד „שור שור משבת"?

אַפילו את"ל אַז ביי נפילה בבור איז דאָ אַ סברא צו זאָגן אַז „בעל הבור ישלם" איז דוקא ווען „ונפל שמה שור או חמור", וואָרום דערפאַר גופא וואָס זייער אַריינפאַלן אין אַ בור איז מער מצוי, איז די כריית אָדער פּתיחת הבור לגבי זיי דוקא אַ פּשיעהיד; און דעריבער דאַרף דאָ רש"י אָנקומען צום לימוד „שור שור משבת", ווייל, כמובן, איז דער כלל „דיבר הכתוב בהוה" נאָר אין אַ פאַל וואו ס'איז ניטאָ קיין סברא צו אָפּטיילן צווישן דעם פּרט שבכתוב און אַנדערע פּרטיםיח

132— איז אָבער ניט מובן, וואָס לאחרי ווי רש"י ברענגט שוין אַ ראי' אַז „הוא הדין לכל בהמה וחי'", איז ער מסיים „ולא נאמר שור וחמור אלא שור ולא אדם חמור ולא כלים". דלכאורה דאַרף מען לערנען (ע"ד הפּשט, וואָס דאָס איז דרך רש"י עה"ת) — „ולא נאמר שור או חמור — אלא מפני שדיבר הכתוב בהוה" — איז פון וואַנעט נעמט מען אַז דאָס קומט צו ממעט זיין אדם וכלים?

ג. דעם כלל „דבר הכתוב בהוה", זאָגט רש"י, כנ"ל, נאָך דריי מאָל אין אונזער סדרה;

ביי „מכשפה לא תחי'"כ איז רש"י מפרש; „אחד זכרים ואחד נקבותיז אלא שדיבר הכתוב בהוה, שהנשים מצויות מכשפות"יח; נאָך אַ מאָל זאָגט עס רש"י ווייטער אויפן פּסוק „כל אלמנה ויתום לא תענון"יט; „הוא הדין לכל אדם אלא שדבר הכתוב בהוה לפי שהם תשושי כח ודבר מצויכ לענותם"; און דערנאָך, ביים פּסוק „ובשר בשדה טריפה"כא, זאָגט ער ווידעראַמאָל: „אף בבית כן אלא שדבר הכתוב בהוה מקום שדרך בהמות ליטרף"כב.

133איז אין דעם ניט מובן; צוליב וואָס דאַרף רש"י זאָגן דעם זעלבן כלל פיר מאָל; ביי די אַנדערע דריי פּסוקים קען מען דאָך דאָס לכאורה שוין וויסן פון רש"י'ס פּירוש אין „וכי יגח שור"כג?

בנוגע צו „מכשפה לא תחי'" קען מען פאַרענטפערן, אַז דער „בן חמש (למקרא)" האָט ניט צו טאָן מיט כישוףכד און ער ווייס ניט אַז ביי נשים איז מער מצוי כישוף ווי ביי אנשים, קען ער במילא אַ טעות האָבן און מיינען אַז דער דין פון „לא תחי'" איז דוקא ביי אַ מכשפה, ניט ביי אַ מכשף. דאַרף דעריבער רש"י מחדש זיין, אַז אין פּסוק שטייט „מכשפה" בלויז ווייל „דבר הכתוב בהוה, שהנשים מצויות מכשפות"כו.

אָבער ביי „כל אלמנה ויתום לא תענון" און „ובשר בשדה טריפה" ווייס דאָך לכאורה דער תלמיד אַז די דוגמאות וואָס דער פּסוק שרייבט זיינען מער מצוי — היינט פאַרוואָס זאָל ער אַ טעות האָבן און מיינען אַז „לא תענון" איז דוקא ביי „אלמנה ויתום" און „לא תאכלו" איז דוקא ביי בשר הנטרף „בשדה", ביז אַז רש"י דאַרף מחדש זיין אַז „הוא הדין לכל אדם" און „אף בבית כן"?

ד. די תמי' איז נאָך גרעסער; ווען רש"י איז מפרש (צום פערטן מאָל —) אין פּסוק „ובשר בשדה טרפה", אַז די דוגמא „בשדה" קומט מחמת „דבר הכתוב בהוה", זאָגט ער אין דעם אַן אריכות „וכן כו' וכן כו'" — אַז מען געפינט אין נאָך ערטער וואו „דבר הכתוב בהוה" (כדלקמן ס"ה), צו באַווייזן אַז דאָס איז ניט קיין ענין פון „לא מצאתי לו חבר"; און דערנאָך ברענגט ער ערשט אַ צווייטן פּירוש; „ואונקלוס תרגם כו'", אַז דער וואָרט „בשדה" איז בדוקא און ניט מחמת „דבר הכתוב בהוה".

וואָס דאָס איז אינגאַנצן ניט פאַרשטאַנדיק; מיט וואָס איז דער „דבר הכתוב בהוה" אין פּסוק „ובשר בשדה טרפה" שווערער ווי אין די אַלע פריערדיקע פּסוקים, ביז אַז מצד דעם; א) דאַרף רש"י דאָ ברענגען ראיות דערצו (כאָטש אין די פריערדיקע פּסוקים נעמט ער עס אָן פאַר אַ גלאַטן פּירוש וכלל וועלכער פאָדערט ניט קיין הוכחות), און — ב) אויך נאָך134די ראיות, דאַרף ער דאָ ערשט אָנקומען צו אַ צווייטן פּירוש?!

ה. די ראיות (אין פּסוק „ובשר בשדה טרפה") וועלכע רש"י ברענגט צום פּירוש „דבר הכתוב בהוה", זיינען פון צוויי פּסוקים אין פּ' תצא; (א) „כי בשדה מצאה"כח — וואָס דער זעלבער דין איז אויך אין יעדן אָרט וואו „אין מושיע לה"כז, און דער פּסוק זאָגט „בשדה" ווייל „דבר הכתוב בהוה"; און (ב) „אשר לא יהי' טהור מקרה לילה"כח — „הוא הדין למקרה יום אלא שדבר הכתוב בהוה".

בפּשטות מוז מען זאָגן, אַז דאָס וואָס רש"י דאַרף אָנקומען צו פּסוקים וואָס שטייען שפּעטער אין פּ' תצא און ער ברענגט ניט קיין ראי' פון די פריערדיקע פּסוקים הנ"ל אין אונזער סדרה גופא (און אויך ניט פון כמה וכמה שפּעטערדיקע פּסוקים וואָס פאַר „כי בשדה מצאה"כט), איז עס דערפאַר וואָס דער פּירוש „דבר הכתוב בהוה" אין דעם פּסוק איז (מצד איזה טעם) אַנדערש און שווערער ווי דער פּירוש אין רוב ערטער (כנ"ל ס"ד), און דעריבער מוז רש"י ברענגען די פּסוקים „כי בשדה מצאה" און „אשר לא יהי' טהור מקרה לילה", וואו דער „דבר הכתוב בהוה" איז יע בדומה צום „דבר הכתוב בהוה" פון אונזער פּסוק.

ס'איז אָבער ניט מובן;

א) וויבאַלד אַז דער „דבר הכתוב בהוה" וואָס אין די צוויי פּסוקים שבפּ' תצא איז יע ענלעך צום „דבר הכתוב בהוה" פון „ובשר בשדה טרפה" — פאַרוואָס דאַרף רש"י ברענגען ביידע פּסוקים, און באַגנוגנט זיך ניט מיט בלויז איינעם פון זיי?

ב) אויב דער „דבר הכתוב בהוה" ביי „ובשר בשדה טרפה" האָט צו זיך אַ „חבר" אין נאָך צוויי ערטער, מצד איזה טעם דאַרף רש"י אָנקומען צו „ואונקלוס תרגם"?

ו. לכאורה האָט מען געקענט מסביר זיין די שוועריקייט פון „דבר הכתוב בהוה" אין פּסוק „ובשר בשדה טרפה", לגבי דעם זעלבן פּירוש אין די פריערדיקע דריי פּסוקים:

אין פּסוק „וכי יגח שור", איז דורכן געבן די דוגמא המצוי' — שור — ווערט ניט צוגעלייגט קיין שום איבעריקער וואָרט; דער פּסוק קען דאָך ניט זאָגן „וכי יגח" סתם — ניט אָנגעבנדיק דערביי ווער עס האָט געשטויסןל — און וויבאַלד אַזוי, דערמאָנט ער שוין „שור", ווייל ביי אים איז מער מצוי דער ענין פון נגיחה.

דאָס זעלבע איז אין פּסוק „מכשפה לא תחי'": דער פּסוק מוז דאָך אַוועקשטעלן אַ באַשטימטן וואָרט — מכשף135אָדער מכשפה — קלייבט ער דעריבער אויס דעם וואָרט „מכשפה" (לשון נקבה) ווייל „הנשים מצויות מכשפות".

און אַזוי אויך ביי „כל אלמנה ויתום לא תענון", וואָס מיטן ביישפּיל „אלמנה ויתום" ווערט דאָ ניט צוגעגעבן קיין איבעריקער אויסשפּראַך אין פּסוק, וואָרום עס מוז דאָך דאָ עפּעס קומען בהמשך צו „לא תענון".

משא"כ אין פּסוק „ובשר בשדה טרפה" — ווען ניט דער כלל „דבר הכתוב בהוה" וואָלט געשטאַנען בלויז „ובשר טרפה (לא תאכלו)", ובמילא איז שווער צו זאָגן אַז תורה זאָל צוגעבן אַן איבעריקן וואָרט מצד דעם כלל דבר הכתוב בהוה, אַז שדה איז „מקום שדרך בהמות ליטרף". מוז דעריבער רש"י אָנקומען צו אַ הוכחה אַז מצד דעם כלל „דבר הכתוב בהוה" איז שייך אויך אַז תורה זאָל שרייבן אַן איבעריקן וואָרט.

און דערפאַר ברענגט רש"י אַ ראי' דערצו פון „כי בשדה מצאה" און „אשר לא יהי' טהור מקרה לילה", וואָס אויך דאָרט קומען די דוגמאות פון „בשדה" און „מקרה לילה" דורך איבעריקע ווערטער (ראה לקמן סי"ב וי"ג).

אָבער לויט דעם ביאור וועט ווערן נאָך שטאַרקער די קשיא (דלעיל ס"א) פון די פּסוקים „וכי יכה גו' בשבט גו'" און „וכי יריבון אנשים גו'"; אויך דער וואָרט „בשבט" איז לכאורה איבעריקלא, און עאכו"כ אַז די ווערטער „וכי יריבון אנשים" זיינען איבעריק. איז ווי קומט עס, אַז דאָרט נעמט אָן רש"י דעם כלל פון „דבר הכתוב בהוה" פאַר אַזאַ דבר הפּשוט וואָס ער דאַרף עס גאָרניט מפרש זיין; און אין פּסוק „ובשר בשדה טרפה" נעמט ער עס אָן פאַר אַזאַ שווערן פּירוש, אַז ער מוז דערצו ברענגען הוכחות, און ערשט נאָך די הוכחות דאַרף ער אָנקומען צו אַ צווייטן פּירוש?

אַפילו אויב מען זאָל איינלערנען, אַז די ווערטער „וכי יריבון אנשים" און „בשבט" שטייען צוליב וועלכן ס'איז אַנדערן טעם, און ניט מחמת „דבר הכתוב בהוה" (און אויך אין אַלע אַנדערע פּסוקים וואו עס קוקט אויס צו זיין אַ קרא יתירא מחמת דבר הכתוב בהוה, וועט מען דערצו געפינען אַן אַנדער טעם) — איז אָבער אין פּסוק „כי יסיתך גו' בסתר לאמר"לב זאָגט רש"י גופא; „בסתר — דבר הכתוב בהוה כו'" — און סאיז מובן, אַז ווען ניט „דבר הכתוב בהוה" וואָלט דאָרטן ניט געשטאַנען קיין אַנדער וואָרט. האָט דאָך רש"י (ביי „ובשר בשדה טרפה") געדאַרפט ברענגען אַ ראי' פון „כי יסיתך גו' בסתר" וואָס שטייט פאַר דעם פּסוק „כי בשדה מצאה"?

ז. דער ביאור בכל זה;

בשעת דער פּסוק זאָגט אַ געוויסן דין אין אַן אופן פון „סיפּור דברים להבא", אַז אויב עס וועט פּאַסירן אַזוי און אַזוי זאָל זיין דער דין כך וכך, דאַן לייגט זיך צו זאָגן, אַז די פּרטים וועלכע דער פּסוק שרייבט אין דעם סיפּור, ווערן זיי געבראַכט בכדי צו אויסמאָלן דעם מאורע אין דעם אופן היותר רגיל, הוה.

אַנדערש איז אָבער ווען דער פּסוק זאָגט אַ געוויסן פּרט אין דעם דין — דאַן איז שוין מער סברא צו זאָגן, אַז דער דאָזיקער פּרט איז בדוקא.

136און דעריבער; אין פּסוק „וכי יריבון אנשים וגו'" דאַרף רש"י ניט באַוואָרענען אַז דער זעלבער דין פון „והכה גו' ונקה גו' רק גו'" איז אויך אָן „וכי יריבון" — וואָרום היות אַז דער פּרט „וכי יריבון" איז אַ פּרט אין דעם סיפּור (און נאָר אין דעם סיפּור), איז פאַרשטאַנדיק (אויך ווען רש"י איז עס ניט מפרש) אַז דאָס איז בלויז בכדי צו אויסמאָלן דעם מאורע אין אַן אופן הרגיל.

אַזוי אויך אין פּסוק „וכי יכה גו' בשבט" דאַרף רש"י ניט באַוואָרענען אַז דער זעלבער דין איז אויך ווען דער שלאָגן איז ניט בשבט, נאָר מיט עפּעס אַנדערש — היות אַז דער „בשבט" איז אַ חלק פון דער באַשרייבונג פון דער פּאַסירונג (און נאָר פון דער פּאַסירונג).

בעת עס קומט אָבער צו „וכי יגח שור", וואָס דער דין האמור אין יענעם פּסוק איז [ניט בלויז נוגע צום בעל השור, נאָר אויך (און בעיקר)] נוגע דעם שור גופא — „סקול יסקל השור גו'", קומט דאָך במילא אויס, אַז דער פּרט „שור" (הגם ס'איז אין אַ סגנון פון „סיפּור") איז אַ פּרט (אויך) אין דעם דין גופא, וכאילו ווי עס וואָלט געשטאַנען אין פּסוק אַז אַ שור וואָס האָט געשטויסן כו' דינו סקילה — קען דאָרט שוין זיין אַ סברא אַז דער פּסוק זאָגט דעם דין דוקא ביי אַ שור הנוגח, און ניט ביי אַן אַנדער בעל חי, דעריבער דאַרף דאָרט רש"י באַוואָרענען „אחד שור ואחד כל בהמה וחי' ועוף אלא שדיבר הכתוב בהוה".

ח. ע"פּ הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין דעם טעם וואָס אין פּסוק „מכשפה לא תחי'" זאָגט רש"י נאָכאַמאָל דעם כלל „דבר הכתוב בהוה" און פאַרלאָזט זיך ניט אויף דעם וואָס ער האָט עס שוין געזאָגט פריער אין פּסוק „וכי יגח שור"לג;

ווען רש"י וואָלט געזאָגט דעם כלל „דבר הכתוב בהוה" בלויז ביי „וכי יגח שור", וואָלט מען געקענט מיינען, אַז דאָס איז דערפאַר וואָס אין יענעם פּסוק רעדט זיך עכ"פּ אין אַ סגנון של סיפּור (הגם אַז דער פּרט „שור" איז נוגע אויך צום דין גופא). משא"כ אין פּסוק „מכשפה לא תחי'", וויבאַלד אַז דאָ איז ניטאָ בכלל קיין סיפּור המאורע, דאָ איז נאָר הודעת הדין אַז „מכשפה לא תחי'" — האָט מען געקענט לערנען אַז דער דין איז דוקא ביי מכשפה —

דעריבער זאָגט רש"י „אחד זכרים ואחד נקבות אלא שדיבר הכתוב בהוהלד, שהנשים מצויות מכשפות".

137ט. דער טעם פאַרוואָס אין פּסוק „כל אלמנה ויתום לא תענון" דאַרף רש"י ווידער באַוואָרענען „הוא הדין לכל אדם אלא שדבר הכתוב בהוה"טו;

דער כלל „דבר הכתוב בהוה" (בדרך הפּשט) פּאַסט בלויז ווען דער פּסוק שרייבט איין דוגמא, אָבער ווען עס שטייען אין פּסוק צוויי דוגמאות, קען מען ניט זאָגן אַז דער פּסוק רעדט „בהוה", וואָרום דאַן וואָלט ער געשריבן בלויז איין דוגמא, די וועלכע איז מער מצוי (וואָרום אין פּשטות איז זייער זעלטןל אַז צוויי דוגמאות זאָלן זיין פּונקט גלייך מצוי); און אין אַזאַ פאַל דאַרף מען זאָגן אַז די דוגמאות אין פּסוק זיינען (ניט מחמת „דבר הכתוב בהוה", נאָר זיי זיינען) בדוקאלה.

און דעריבער, בשעת עס קומט צום פּסוק „כל אלמנה ויתום לא תענון", ווערט ביי דעם „בן חמש למקרא" אַ שאלה; וויבאַלד אַז דער פּסוק זאָגט דאָ צוויי דוגמאות, איז דאָך דערפון געדרונגען, אַז די דוגמאות זיינען ניט מחמת „דבר הכתוב בהוה", נאָר זיי זיינען בדוקא, איז דאָך תמוה; צי דען מעג מען אַנדערע מענטשן יע פּייניקן — פאַרוואָס זאָגט דער פּסוק דוקא „כל אלמנה ויתום לא תענון'?

אויף דעם זאָגט רש"י (ובשינוי לשון) „הוא הדין לכל אדם"לח, אַז אַ וודאי איז דער דין אַז מען טאָר טאַקע ניט פּייניקן קיין מענטשן, און דאָס וואָס דער פּסוק זאָגט די אזהרה ספּעציעל ביי „אלמנה ויתום" (און רעדט נאָרלט וועגן אלמנה ויתום, נאָר אין זיי גופא; „כל אלמנה ויתום") איז עס דערפאַר וואָס „דבר הכתוב בהוה138לפי שהם תשושי כח ודבר מצוי לענותם": ווייל זיי זיינען „תשושי כח" און ס'איז אַ „דבר מצוי לענותם", דאַרף מען דעריבער ספּעציעל מזהיר זיין אַז מען זאָל זיי ניט פּייניקן.

י. ע"פּ הנ"ל וועט אויך זיין פאַרשטאַנדיק, וואָס אין פּסוק „ונפל שמה שור או חמור" דאַרף רש"י אָנקומען צו אַ „לימוד" אַז „הוא הדין לכל בהמה וחי'" און מוז אויך מפרש זיין אַז „שור או חמור" קומען בכדי צו ממעט זיין אדם וכלים; וואָרום וויבאַלד אַז אין פּסוק שטייען צוויי דוגמאות — „שור" און „חמור" — איז אויב ניט דער לימוד „שור שור משבת", וואָלט מען געזאָגט אַז „בעל הבור ישלם גו'" איז דוקא ביי שור וחמור, און ערשט דער „לימוד" זאָגט אונז אַז „הוא הדין לכל בהמה וחי'"; און די צוויי דוגמאות וואָס שטייען אין פּסוק זיינען צוויי מיעוטים; „(שור) ולא אדם (חמור) ולא כלים".

ועפּ"ז י"ל, אַז אויך אין דעם פּסוק געפינט מען דעם ענין פון „דבר הכתוב בהוה". וואָרום צוליב דעם אַליין וואָס מען דאַרף האָבן צוויי מיעוטים, האָט געקענט שטיין „ונפלה שמה בהמה או חי'" (וכיו"ב), וואָס אויך דאַן וואָלט מען אָפּגעלערנט „בהמה ולא אדם חי' ולא כלים"מ. פאַרוואָס שטייט טאַקע „שור או חמור" — איז עס דערפאַר וואָס זייער נפילה לבור איז מער מצוי, כנ"ל ס"במא.

יא. אע"פּ אַז דער כלל „דבר הכתוב בהוה" איז (ווי רש"י האָט מפרש געווען אין די פריערדיקע פּסוקים) ניט בלויז ביי אַ דוגמא וואָס ווערט געזאָגט בדרך „סיפּור", נאָר139אויך ווען די דוגמא קומט ווי אַ חלק פון דעם דין גופא

[ווי למשל, ביי „מכשפה לא תחי'", איז דער וואָרט „מכשפה" אַ חלק פון דעם דין גופא, און פונדעסטוועגן איז די דוגמא געזאָגט געוואָרן בלשון נקבה — מצד דעם וואָס „הנשים מצויות מכשפות"]

איז אָבער מסתבר צו זאָגן, אַז אין דעם כלל „דבר הכתוב בהוה" בעת די דוגמא איז אַ חלק פון דעם דין, זיינען פאַראַן געוויסע הגבלות;

ווען די תורה רעדט בסגנון פון אַ סיפּור מאורע וואָס וועט פּאַסירן, מאָלט דער פּסוק אויס דעם מאורע אין אַן אופן הכי מצוי, און אַפילו אין אַ פאַל וואו ער דאַרף צוליב דעם מוסיף זיין איבעריקע ווערטער אַזוי ווי אין פּסוק „וכי יריבון אנשים והכה איש את רעהו גו'", וויבאַלד אַז דער ענין ווערט דאָרטן געשריבן אין אַ סגנון פון אַ „סיפּור", מאָלט דער פּסוק אויס אויך דעם אופן ווי דאָס וועט פּאַסירן — „וכי יריבון אנשים", הגם אַז צוליב דעם איז ער מוסיף איבעריקע ווערטער.

בעת דער פּסוק זאָגט אָבער נאָר דעם דין (ניט „ובשר כי יטרף", נאָר „ובשר טרפה") און די דוגמא („בשדה טרפה") איז אַ חלק פון דער הודעת דין גופא, איז מסתבר, אַז אויך די פּרטים פון דער דוגמא זיינען אַ חלק פון דעם דין (אַפילו ווען אויך ביי אַן אַנדער פאַל איז אַזוי דער דין און די דוגמא קומט מחמת „דבר הכתוב בהוה"). און דעריבער לייגט זיך ניט אין שכל אַז צוליב אויסמאָלן אַ דוגמא מצוי', זאָל דער פּסוק מוסיף זיין איבעריקע ווערטער וואָס זיינען ניט נוגע צום עצם דין. און ס'איז אויך מסתבר צו זאָגן, אַז אין פּסוק וועט אין אַזאַ פאַל שטיין בלויז דער ענין גופא וועגן וועלכן עס האַנדלט זיך, אָבער ניט דעם אופן ווי דער ענין האָט פּאַסירט, אויב דאָס איז ניט נוגע צום דין אַליין (אַפילו ווען דאָס וועט ניט מוסיף זיין קיין איבעריקע ווערטער).

און דעריבער האָט מען געדאַרפט לערנען אין פּסוק „ובשר בשדה טרפה", אַז דער צוגעקומענער וואָרט „בשדה" איז (ווי די ווערטער „ובשר טרפה") נוגע צום עצם דין, דאָס הייסט אַז דער איסור איז דוקא ביי בשר וואָס איז נטרף געוואָרן אין שדה — דערפאַר איז רש"י מחדש „אף בבית כןיב אלא שדיבר הכתוב בהוה מקום שדרך בהמות ליטרף", אַז דער כלל „דיבר הכתוב בהוה" איז אויך ווען צוליב דעם קומט צו אַן איבעריקער וואָרט, און אַפילו ווען דער וואָרט איז ניט קיין פּרט אין דעם ענין גופא, נאָר ער איז בלויז אַ „מקום שדרך בהמות ליטרף".

יב. ע"פּ הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס רש"י דאַרף ברענגען צוויי פּסוקים צו באַווייזן אַז אויך אין אונזער פאַל איז דאָ דער כלל „דבר הכתוב בהוה" — ווייל יעדער איינער פון די צוויי פּסוקים איז מוכיח אַן אַנדער עניןמח;

פון „כי בשדה מצאה" באַווייזט רש"י, אַז צוליב אויסמאָלן דעם אופן140המצוי קען דער פּסוק מוסיף זיין ווערטער אויך ביי אַ דין; און פון „אשר לא יהי' טהור מקרה לילה" ברענגט רש"י אַ ראי' אַז דער כלל „דבר הכתוב בהוה" (אַפילו ביי אַ דין) אין אויך בנוגע דעם אופן הענין אויף וועלכן דער דין קומט, כדלקמן.

יג. דער פּסוק „כי בשדה מצאה" איז [ניט אַן ענין פון „סיפּור דברים", נאָר „כי"] אַ טעם אויף דעם דין (ובמילא — אַ חלק פון דעם דין) „ולנערה לא תעשה דבר"; פאַרוואָס קומט איר ניט קיין עונש — „כי בשדה מצאה" ווייל ער האָט איר געפונען „בשדה", אין אַן אָרט וואו „אין מושיע לה".

שטעלט זיך די פראַגע; דער זעלבער דין איז דאָך אויך ווען „בעיר מצאה" אויב נאָר „אין מושיע לה", היינט פאַרוואָס זאָגט דער פּסוק (אַלס אַ טעם) „כי בשדה מצאה"?

הן אמת אַז „בשדה" איז מער מצוי דאָס וואָס „אין מושיע לה" — איז דאָך אָבער גענוג עס זאָל שטיין „כי צעקה גו' ואין מושיע לה". וואָס דאַרף דער פּסוק צולייגן „בשדה מצאה"? איז דערפון געדרונגען, אַז מצד „דבר הכתוב בהוה" איז דער פּסוק מוסיף ווערטער אויך ביי אַ דיןמד.

אָבער מיט דעם פּסוק אַליין קען זיך רש"י ניט באַנוגענען. וואָרום היות אַז דער טעם אויף „ולנערה לא תעשה דבר" איז — דער אָרט וואו „אין מושיע לה", קומט דאָך ממילא אויס אַז די דוגמא „בשדה" — וואָס איז דער „הוה" פון „אין מושיע לה" — איז ניט בשייכות מיט אַ זייטיקן ענין, נאָר בשייכות מיטן דין אַליין.

איז דעריבער „כי בשדה מצאה" (כאָטש אויך דאָרט זיינען די ווערטער איבעריק) נאָך ניט קיין „חבר" ממש צום „בשדה" פון אונזער פּסוק, וואו דער מקום וואָס די בהמה איז נטרף געוואָרן איז לגמרי אַ זייטיקער ענין וואָס איז ניט נוגע צום דין „ובשר טרפה (לא תאכלו)".

דערפאַר איז רש"י מוסיף „וכן אשר לא יהי' טהור מקרה לילה", וואָס אויך דאָרט איז די דוגמא „לילה" אַ זייטיקער ענין, און צום דין פון „מקרה" איז כלל ניט נוגע דער זמן ווען דאָס האָט פּאַסירט.

אָבער אויך מיט דעם פּסוק אַליין קען זיך רש"י ניט מסתפּק זיין. ווייל דער וואָרט „לילה" איז ניט איבעריקמג, היות אַז פאַר דעם שטייט „ונשמרת מכל דבר רע" און גלייך נאָך דעם (אָן אַ הקדמה „והי' אם לא תשמע") שטייט „כי יהי' . . מקרה" איז דאָך ניט גלאַטיק ווי קען דאָס זיין ? איז דער פּסוק מוסיף

141„לילה" — וכדיוק רש"י „הוא הדין

למקרה יום" אָבער דער כתוב רעדט

נאָר וועגן לילה (וכנ"ל באַ אלמנה ויתום).

ובמילא איז פון דאָרט קיין ראי' ניט צום „בשדה" פון אונזער פּסוק, וואו דער וואָרט איז אינגאַנצן אַן איבעריקער און אויך אָן אים פעלט גאָרניט אין דעם טייטש פון „ובשר טרפה"

— דעריבער ברענגט רש"י אויך דעם פּסוק „כי בשדה מצאה", וואָס אויך דאָרט וואָלט גאָרניט געפעלט ווען עס שטייט נאָר „כי צעקה גו' ואין מושיע לה", און די ווערטער „בשדה מצאה" קומען בלויז צוליב „דבר הכתוב בהוה".

ע"פּ הנ"ל ווערט אויך פאַרשטאַנדיק וואָס רש"י דאַרף אָנקומען צו אַ צווייטן פּירוש אַפילו נאָך זיין ברענגען ביידע פּסוקים פון פּ' תצא — וואָרום די ביידע ראיות באַווייזן נאָך אַלץ ניט קלאָר אַז ביי אַ דין זאָל די תורה צולייגן אַן איבעריקן וואָרט בנוגע צו אַ לגמרי זייטיקן ענין.

יד. פון די ענינים פון „יינה של תורה" אין פּירוש רש"י דידן:

ביי אַ פּאַסירונג פון אַ דבר בלתי רגיל, וועט זיך לייכטער אָפּלייגן ביי אַ מענטשן אַז דער מאורע איז געקומען מלמעלה, אָבער ביי דברים ומאורעות רגילים איז דער יצה"ר מפתה „עולם כמנהגו — זיין אייגענעם מנהג וטבע — נוהג"מ.

און אברהם'ס תמי' גדולהמז „תאמר שהעולם הזה בלא מנהיג?!" — טענה'ט ער אַז אַף דערויף דאַרפ'ן זיין „משוטט בדעתו" און לחשוב ביום ובלילה *מח וכו' ; און דאָס וואָס מ'האָט שוין אויסגעפונען דעם אמת און די וואָס האָבן לכתחילה ניט מודה געווען בזה איז „גבר עליהם בראיותיו"מח — איז דער „זקן וכסיל"מט מכניס רוח שטותל אין דעם לב כסיל לשמאלולא — איז דאָך בכלל ניטאָ קיין תמי' וקשיא און האמת נעדרת.

און אויף דעם בריינגט רש"י דעם כלל „דיבר הכתוב בהוה" — אַז אויך אַ „הוה", אַ דבר הכי מצוי, קומט (ניט מצד הטבע ח"ו, נאָר) ווייל „דבר הכתוב"לב, מצד די עשרה מאמרות שבכתוב וואָס זיינען מחי' און מהווה („הוה" מלשון מהווה) די אַלע פּרטי הנבראים בכל רגע ורגעלג.

און רש"י איז מודיע דעם כלל אַפילו צו אַ בן חמש (למקרא) — וואָרום ער איז דאָך פון די אויף וועמען עס שטייט בל' הרמב"םלד „בחר ה' ישראל לנחלה" — דאַמאָלס ווען „נתנבא משה רבנו" — געמיינט באַ מתן תורה — „והודיעם דרך עבודתו".

טו. אָט דעם ענין איז רש"י מפרש (און מגלה בפשטות) ערשט אין פּ' משפּטים, ווייל פאַר מ"ת, ווען ס'איז געווען די „גזירה" (דער שניט) צווישן „עליונים" און „תחתונים"נה, האָט מען ניט געקענט אָנזען בגילוי ממש דעם „דיבר הכתוב" — „עליונים", אין די ענינים פון „הוה", „תח־142תונים" (בתכלית —) וואָס אין זיי איז פאַראַן מער דער נתינת מקום צום טעות אַז „עולם כמנהגו בלי מנהיג נוהג"; דוקא לאחרי מ"ת, ווען דער „כתוב" (תורה) איז געקומען דאָ למטה און ס'איז געוואָרן דער „חיבור עליונים ותחתונים" — דאַן קען מען אויך אין דעם „הוה" פון תחתונים אָנזען דעם „דיבר הכתוב" בגילוי.

אָבער אעפ"כ זאָגט רש"י דעם כלל „דיבר הכתוב בהוה" ניט אין פ' יתרו נאָר אין פ' משפטים וואָס קומט נאָך דער סדרה פון מ"ת — ווייל דער עיקר אויפטו פון „חיבור עליונים ותחתונים" וואָס איז נתחדש געוואָרן ביי מ"ת איז, אַז אויך לאחרי מ"תל, נאָך דעם „במשוך היובל"לח, זאָלן אידן דורך זייער עבודה, מחבר זיין עליונים ותחתונים — מגלה זיין אין „הוה" דעם „דיבר הכתוב".

און דעריבער זאָגט רש"י דעם כלל „דיבר הכתוב בהוה" אין פ' משפטים, ווייל [נוסף לזה וואָס זי איז די ערשטע סדרה וואָס נאָך מ"ת] דער תוכןנח פון דער סדרה איז — אַז אויך אין „משפטים" וואָס זיינען מצות שכליות, דאַרף מען מגלה זיין אַז זיי זיינען „מסיני"נט.

טז. קען מען דאָך מיינען אַו די השגחה העליונה איז נאָר אויפן ענין גופא, אָבער ניט אויף דעם אופן ווי דער ענין זאָל פּאַסירן — אויף דעם זאָגט רש"י אין פּסוק „ובשר בשדה טרפה", אַז דער כלל „דבר הכתוב בהוה" איז ניט נאָר בנוגע צום ענין גופא, נאָר אויך בנוגע צום מקום וזמן („שדה" און „לילה") וואו און ווען דער ענין זאָל פּאַסירן;

וואָס פון דעם איז פאַרשטאַנדיק אויך בנוגע צו אַלע אַנדערע פּרטים ואופנים פון אַ מאורע — וכמאמר הבעש"טס, אַז ניט נאָר דער איבערגיין ממקום למקום, אַפילו פון אַ שטרויעלע, איז בהשגחה פּרטית, נאָר אויך דער אופן ווי דאָס זאָל פאַרקומען, צי ברגלי אדם ובהמה אָדער דורך אַ רוח סערה וכדומה — אַלץ, יעדער קלענסטער פּרט אין דעם, איז בהשגחה פרטית.

(משיחות ש"פ משפטים, תשא, ויק"פ

תשכ"ח)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-e44ekhky

Copies

Recent activity

#184 Likkutei Sichos vol 6: machine reading · approved
#122 Likkutei Sichos vol 6: machine reading · closed

Sources