עברית
Library

Likkutei Sichos

Pirkei Avos 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

343פרקי אבות

א. ס'איז מנהג ישראל, אַז פאַר יעדן פרק פון די פרקי אבות זאָגט מען די משנהא „כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא שנאמרב ועמך כולם צדיקים לעולם יירשו ארץ נצר מטעי מעשה ידי להתפאר". וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער תוכן המשנה (וועגן דעם שכר פאַר יעדן אידן לעולם הבא) איז נוגע ביחוד אַלס הקדמה צום לימוד פון מס' אבות.

דאַרף מען פאַרשטיין: עולם הבא איז דאָך דער שכר אויף כל העבודה פון תורה ומצות לכל פרטי' — ניט נאָר פאַרן מקיים זיין „מילי דאבות" — היינט פאַרוואָס זאָגט מען די משנה דוקאג פאַרן לערנען מס' אבותד?

ב. בנוגע צו די הוראות פון מס' אבות געפינט מען צוויי קצוות:

פון איין זייט, איז דער תוכן המסכתא — בלשון הרע"בה — „מוסרים ומדות" וואָס זיינען ניט „ממצות התורה", ביז אַז „חכמי אומות העולם ג"כ חברו ספרים . . שבדו מלבם בדרכי המוסר כיצד יתנהג האדם עם חברו"; וואָס די נויטיקייט צו באַוואָרענען זיך פון אַזעלכע ענינים איז מצד דער חומריות ושפלות האדם וואָס קען ברענגען צו מדות רעות וכו'ו.

לאידך אָבער זאָגן חז"לז, „האי מאן דבעי למהוי חסידא לקיים . . מילי דאבות", אַז די הוראות פון מס' אבות זיינען שייך צו דער דרגא פון „חסיד", וואָס איז עובד ה' לפנים משורת הדין.

די זעלבע צוויי קצוות געפינט מען בנוגע דעם לימוד פון מס' אבות:

פון די טעמים וואָס מען לערנט די מסכתא אין די שבתות בין פסח לעצרת דוקא, איז, ווייל דאַן איז אַ זמן ווען עס ווערן נתעורר „התאוות הגופניות", און דערפאַר לערנט מען די מסכתא וואָס איז „מלאה תוכחות ומעוררת האדם לרדוף אחר כל מדה טובה כו'"ח.

אָבער לאידך איז דער מנהג ישראל, אַז יעדער איד — פון דעם קטן שבקטנים, וואָס האַלט ערשט ביי תחילת העבודה, ביז דעם גדול שבגדולים, וואָס שטייט לגמרי העכער פון „תאוות הגופניות" — לערנט פרקי אבות אין דעם זמן.

און די הסברה אין די צוויי קצוות און זייער פאַראייניגונג האָט מען פון דער הקדמה „כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא", כדלקמן.

344ג. וועט מען דאָס פאַרשטיין לויטן ביאור הידוע פון דער משנהט:

„עולם הבא" מיינט — עולם התחי' *ט, נשמות בגופים. און דאָס איז דער חידוש המשנה „כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא": דערי שכר פון גן עדן — עולם הנשמות — איז ניט גלייך ביי „כל ישראל" (ביז אַז עס זיינען דאָ אַזוינע וואָס זיינען בכלל ניט זוכה צו ג"עיא); משא"כ עולם הבא — עולם התחי', ווען נשמות וועלן זיין בגופים — איז (בעיקרו) „בשוה לכל ישראל"יב, „כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא"יג.

דער טעם דערויף איז*13: דער שכר פון גן עדן — נשמות בלי גופים — איז (בעיקר) אויף לימוד התורהיד, וואָס איז פאַרבונדן בעיקר מיט דער נשמה (מיט איר כח השכל); תחיית המתים איז דער שכר פאַר קיום המצות, וואָס ווערט געטאָן מיט און דורכן גוף דוקא (וואָס דערפאַר באַקומט די נשמה דעם שכר פאַר דעם ווען זי איז צוזאַמען מיט דעם גוף) *יד.

און וויבאַלד אַז ביי השגת התורה זיינען פאַראַן (און דאַרפן זייןטו) חילוקים צווישן איין איד מיט אַ צווייטן ביז — מן הקצה אל הקצהטז, דערפאַר זיינען ניט „כל ישראל" גלייך אין דעם שכר אויף דער עבודה — גן עדן;

משא"כ עיקר קיום המצות איז אַן ענין פון עשי', וואָס יעדערער קען דאָס טאָן, און יעדער איד טוט עס טאַקע און איז מקיים מצות, ביז (כמאמר רז"ליז) אַז אפילו פושעי ישראל „מלאין מצות כרמון" — און היות אַז די עבודה פון מצות איז דאָ ביי אַלע אידןטז, דעריבער איז „כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא".

ד. מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: וויבאַלד אַז דער עיקר תשלום השכר איז בזמן (לאחרי) תחיית המתים, איז דערפון מובן, אַז דער שכר פון תחה"מ איז העכער פון דעם שכר אין ג"ע — היינט ווי שטימט עס דערמיט, וואָס ג"ע איז דער שכר אויף אַ העכערן אופן עבודה (השגת התורה) וואָס איז ניט שייך אויף345אַ גלייכן אופן ביי יעדער איד, און דער שכר פון תחה"מ איז אויף עשיית המצות, אַ פיל „פּשוט'ערע" עבודה, און וואָס איז דערפאַר דאָ ביי אַלע אידן?

איז דער ביאור אין דעם:

אע"פ אַז בחיצוניות, איז דער טעם וואָס אַלע אידן גלייכן זיך אויס אין עניני עשי', איז עס דערפאַר ווייל עשי' איז נידעריקער פון אַלע כוחות, עס איז אַן ענין וואָס איז ניט מכריח רגש הלב און ניט קיין הבנה והשגה שבמוח — איז אָבער דער טעם פנימי דערפון, מצד דער מעלה וואָס איז דאָ אין עשי' — ובלשון המשנה במס' אבותיח המעשה עיקר:

די פנימיות הכוונה העליונה איז, אַז אידן זאָלן מאַכן אַ דירה לו ית' בתחתונים, אין עוה"ז התחתון שאין תחתון למטה ממנויט, וכמאמרכ: סוף מעשה במחשבה תחלה. און די כוונה ווערט דורכגעפירט בעיקר דורך דער עבודה פון מעשה המצות, וואָס דורך זיי ווערט אויפגעטאָן דער בירור וזיכוך פון גוף ועניני העולם, ווי ערקלערט אין תניאכא בארוכה.

און ווייל אַלע אידן זיינען — בלשון הכתוב (הראי' שבמשנתנו) — „נצר מטעי מעשה ידי" של הקב"ה — דערהערט יעדער איד די כוונה און פירט איר דורך בפועל. אין „גילויים" זיינען דאָ חילוקים צווישן איין אידן מיט אַ צווייטן (ביז עס קען זיין אַזאַ וואָס איז ניט קיין כלי צו זיי), אָבער בשייכות צו דער כוונת העצמות „לעשות לו ית' דירה בתחתונים" — וואָס דאָס ווערט דערהערט אין דער עצמיות פון אַ אידן — זיינען אַלע אידן גלייךכב.

ה. און דאָס איז אויך דער טעם פאַרוואָס דער תשלום השכר אין עולם הבא איז צו נשמות בגופים דוקא:

מצד דעם וואָס די כוונה פון אויבערשטן איז אַז ער זאָל האָבן אַ דירה בתחתונים, שפּיגלט זיך דאָס אָפּ אויך אין אידןכג — וואָס זיי זיינען כביכול איין זאַך מיט עצמות — אַז די בחירת הקב"ה אין זיי איז (ניט נאָר בחירת נשמתם, נאָר אויך) פון זייער גוףכד;

[וואָס דערפאַר איז אויך דער גוף פון אַ אידן אַ מציאות נצחית וועלכע ווערט ניט נפסד, וכידועכה אַז דער „עצם לוז" ווערט ניט נפסד, און פון דעם „עצם לוז" וועט נבנה ווערן דער גאַנצער גוף בתחיית המתים].

און דעריבער, בשעת עס וועט זיך ענדיקן די עבודה פון בירור וזיכוך העולם און די וועלט וועט ווערן אַ דירה לו ית', וועט אויך ביי אידן זיין בגלוי ווי ס'איז די בחירת הקב"ה (אויך) אין זייער גוף, וואָס דערפאַר זיינען די חיים נצחיים פון עולם הבא (אויך) אין גוף.

ו. עפ"ז וועט ווערן פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס מען איז מקדים די משנה (כל ישראל) צום לימוד פון מס' אבות:

346כדי צו אַרויסברענגען ווי דער קיום און לימוד פון מס' אבות — וואָס ברענגט צו בירור וזיכוך פון חומריות הגוף — איז נוגע צו יעדן אידן, איז מען מקדים אַז „כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא" (עולם התחי', נשמות בגופים), דערפאַר וואָס (אויך) דער גוף פון „כל ישראל" איז „מעשה ידי" של הקב"הכו; ואדרבה, דוקא אין „מעשה ידי" איז דאָ דער „להתפאר", וואָרום דוקא „סוף מעשה" איז „במחשבה תחלה".

און דערפאַר קען זיך קיין שום איד ניט להבטל ממנהכז, אויף ניט מקיים זיין מילי דאבות — און אין ביידע קצוות:

ס'איז ניטאָ קיין גוף וואָס קען ניט נתברר ווערן, וואָרום דער גוף פון יעדער איד איז מעשה ידי של הקב"ה, איז ניט שייך אַז ער זאָל ניט קענען נתברר ווערןכח. און נאָכמער: זייענדיק מעשה ידיו של הקב"ה איז זיכער אַז בל ידח ממנו נידחכט, און ער וועט סו"ס זיכער נתברר ווערן;

און לאידך: די עבודה איז ניט צו „נידעריק" פאַר וועלכן־ס'איז אידן. ואדרבה, די אמת'ע „מילי דחסידותא" זיינען אין דער עבודה פון בירור וזיכוך הגוףל, ווייל דוקא אין „מעשה ידי" איז דאָ דער „להתפאר", וכנ"ל אַז „סוף מעשה במחשבה תחלה".

(ממאמר* ושיחת ש"פ אחרי חשל"ג)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-dhyykn3m

Copies

Recent activity

#191 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · approved
#133 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · closed

Sources