עברית
Library

Likkutei Sichos

Tazria 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

125תזריע

א. אויפן פסוקא „וביום השמיני ימול בשר ערלתו" דרש'נען רז"ל אין תו"כב (און אין גמראג): „ביום ולא בלילה"; און לויט דעם קומט אויס, אַז דער דין אין מלין בלילהד איז נתחדש געוואָרן ערשט נאָך מ"ת, און פאַר מ"ת האָט מילה געמעגט זיין אויך בלילה.

אפילו לויט דעם צווייטן מקור פון דעם דין (אין מס' שבתה) אַז מ'לערנט עס אָפּ פון „ובן שמונת ימים גו'" וואָס שטייט אין פ' לךו (ובפרט אַז תוספותז זאָגט אַז דער עיקר הלימוד איז פון דעם פסוק) — איז דאָס נאָר בנוגע מילה בזמנה, אָבער אַז מילה שלא בזמנה מוז זיין ביום לערנט מען אָפּח פון (דעם וא"ו) „וביום השמיני גו'" אין אונזער פרשה (ווי תוספותט איז דאָס מבאר), ובמילא איז דאָס ערשט נתחדש געוואָרן נאָך מ"ת.

ב. דאָס צו מסביר זיין, יש להקדים וואָס עס שטייט אין מדרשי, אַז זייענדיק אין מצרים „הרבה מהן (פון אידן) לא היו מקבלים עליהם למול אמר הקב"ה שיעשו הפסח וכיון שעשה משה את הפסח גזר הקב"ה לד' רוחות העולם כו' הלכו ונדבקו באותו פסח כו' נתכנסו כל ישראל אצל משה א"ל בבקשה ממך האכילנו מפסחך כו' הי' אומר כו' אם אין אתם נימולין אין אתם אוכלים כו' מיד נתנו עצמן ומלו כו'".

פון דעם מדרש קומט אויס, אַז אידן האָבן זיך מל געווען בליל פסחיא; נאָכמער: פון מדרש (ובפרט אין שה"ש רבה) איז משמע אַז משה רבינו האָט בכלל ניט איבערגעגעבן צו אידן דעם ציווי „וכל ערל לא יאכל בו" ביז (ביינאַכט ווען) די אידן זיינען געקומען בעטן ביי משה'ן „האכילנו מפסחך"יב.

איז ניט מובן: אמת טאַקע אַז מ'האָט געמעגט מל זיין בלילה ווייל ס'איז געווען קודם מ"ת, עס פאָדערט זיך אָבער אַ הסברה (עכ"פ בפנימיות הענינים): וויבאַלד אַז אידן („הרבה מהן") האָבן זיך דאַן מל געווען (ניט מצד זיך אַליין, נאָר) מצד וואָס „גזר הקב"ה לד' רוחות כו'", און דער ריח האָט גורם געווען זיי זאָלן וועלן עסן מפסחו של משה, האָט דאָך דער אויבערשטער געקענט טאָן די זעלבע זאַך (אָדער כיו"ב) קודם חשיכה און דאַן זאָל משה אָנזאָגן די אידן דעם ציווי „וכל ערל לא יאכל בו"יג און מ'זאָל זיך מל זיין ביוםיד?

126ג. דער יפה תוארטו וויל זאָגן: יתכן שהי' זה קודם חשיכה (און ברענגט דערויף צוויי הכרחים) שמשחשיכה שהוא יו"ט אין מילה שלא בזמנה דוחה אותהטז, ועוד דאין מילה בלילהיז.

מ'קען אָבער אַזוי ניט זאָגן, ווייל פון דעם סיפור ווי ער ווערט געבראַכט אין שה"ש רבהיח (אויפן פסוקיט „עד שהמלך במסבו") איז קלאָר אַז ס'איז געווען בלילה. דאָרט שטייט בפירוש, אַז דאָס איז פאָרגעקומען „עד שהמלך במסבו" — „עד שמשה וישראל מסובין ואוכלין פסחיהם במצרים", און אכילת פסח איז דאָך „בלילה הזה" *יט, בליל ט"ו ניסן (און ניט „קודם חשיכה"כ).

און די צוויי הכרחים וואָס ער בריינגט — (א) מילה שלא בזמנה איז ניט דוחה יו"ט, (ב) אין מילה בלילה — זיינען ניט מכריח ווייל:

א) ווי געזאָגט פריער, איז דער דין אַז אין מילה בלילה (ביי שלא בזמנה) ערשט נתחדש געוואָרן נאָך מ"תכא,

ב) עד"ז — געפינען מיר ניט קיין איסור מלאכה ביו"ט ביי פסח מצריםכב. וואָרום כאָטש דער פסוק „וביום הראשון מקרא קודש וביום השביעי מקרא קודש יהי' לכם כל מלאכה לא יעשה בהם גו'" שטייט אין פ' באכג — מוז מען אָבער זאָגן אַז דער פסוק רעדט ניט וועגן פסח מצרים, וואָרום פסח מצרים אינו נוהג אלא יום אחדכד, און אין דעם פסוק שטייט דאָך „וביום השביעי מקרא קודש גו'".

[און מ'קען ניט זאָגן אַז דער פסוק זאָגט דאָ צוויי באַזונדערע דינים וועלכע זיינען ניט תלויים זב"ז — (א) וביום הראשון מקרא קודש, וואָס איז געווען שייך אויך בפסח מצרים, (ב) „וביום השביעי מקרא קודש", וואָס איז שייך נאָר בפסח דורות — ווייל:

א) אין פסוק שטייט „כל מלאכה לא יעשה בהם", ד.ה. אַז דער איסור מלאכה פון יום הראשון און פון יום השביעי127ווערן ביידע נכלל אין זעלבן ציווי. ב) אויף „כל מלאכה לא יעשה בהם" שטייט אין מכילתא: „אין לי אלא יו"ט האחרון שהוא אסור בעשיית מלאכה, יו"ט הראשון מנין ת"ל ביום הראשון מקרא קודש". קומט דאָך אויס פון מכילתא, אַז דער עיקר האיסור שטייט אויף „ביום השביעי", נאָר דורכדעם לערנט מען אָפּ אויך „ביום הראשון". און וויבאַלד בפסח מצרים איז ניט געווען דער עיקר האיסור („ביום השביעי"), פאַרשטייט מען במילא אַז אויך דער איסור נוסף („ביום הראשון") רעדט ניט וועגן פסח מצרים. ג) באַ פסח מצרים איז בכלל ניט געווען קיין „יום הראשון", נאָר „יום אחד"].

ד. אפילו לויט דער דיעה (פון ר"ןכה) אַז בפסח מצרים איז יע געווען אַ איסור מלאכה, קען מען פאַרענטפערן די קשיא אויפ'ן מדרש (ווי איז מילה שלא בזמנה דוחה יו"ט) ובהקדים אַ דיוק אין לשון המדרש (אין שהש"רכו): „כולם אחוזי חרב מלומדי מלחמה איש חרבו על ירכוכז, שבשעה שא"ל משה כו' מיד כאו"א נטל חרבו על ירכו ומל עצמו" — דלכאורה: א) למאי נפק"מ אַז זיי האָבן זיך מל געווען מיט אַ חרב — דער עיקר איז דאָך אַז זיי האָבן זיך מל געווען „מיד" ? ב) וואָס איז די הדגשה „חרבו" — זיין חרב — למאי נפק"מ צי דער חרב איז זיינער אָדער פון אימעצן אַנדערש?

נאָר דערמיט ווערט פאַרענטפערט די אויבענדערמאָנטע שאלה: ווען איז מילה אַ מלאכה האסורה ביו"ט, ווען זי ווערט געטאָן כדרכה — באיזמלכח. אָבער מילה בחרב איז אַ מלאכה שלא כדרכה און אַזאַ מלאכה איז מותר מדאורייתאכט. דעריבער איז דער מדרש (און דער פסוק וואָס ער ברענגט) מדגיש אַז מ'האָט זיך מל געווען בחרב.

ווען עס וואָלט אָבער געשטאַנען חרב סתם, וואָלט מען נאָך אַלץ געקענט מיינען אַז דאָ רעדט זיך וועגן אַ חרב מיט וועלכן מ'איז זיך מל, ווי עס שטייטל „עשה לך חרבות צורים ושוב מול את בנ"י שנית" — דעריבער איז דער פסוק מדגיש „חרבו" — זיין חרב: דער חרב פון „מלומדי מלחמה", וואָס איז דאָך ניט קיין חרב מיט וועלכן מ'איז מל.

ועפ"ז — אַז בפסח מצרים האָט מען זיך מל געווען בלילה — הדרא קושיין לדוכתא: פאַרוואָס האָט דער אויבערשטער ניט געמאַכט אַז מ'זאָל זיך מל זיין ביום, קודם חשיכה?

ה. וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים נאָך אַ תירוץ וואָס ווערט געבראַכט אין אחרוניםלא (אויף דער קושיא ווי האָבן זיך די אידן מל געווען בלילה) — אַז די נאַכט פון יצי"מ איז געווען (ווי עס128שטייט איז זהרלב) אין אַן אופן פון „ולילה כיום יאיר"לג, און במילא האָט די נאַכט געהאַט אַ דין פון „יום".

פרעגט מען אויף דעםלד: אויב די נאַכט פון יצי"מ האָט געהאַט אַ דין פון יום, ווי האָבן די אידן דעמאָלט מקיים געווען די מצות וואָס זיינען פאַרבונדן מיט לילה (אכילת פסחלה, מצהלו, מרור וכו')לז?

מוז מען זאָגן, אַז דער דין פון יום בליל יצי"מ איז געווען נאָר לגבי מצות מילה, אָבער ניט לגבי די מצות הנ"ל. און דער חילוק איז פאַרשטאַנדיק בפשטות: עס איז געווען אַ ציווי מפורשלח אויף דעם: ואכלו את הבשר בלילה הזה גו' מתניכם חגורים גו'.

ו. דער ביאור בפנימיות העניניםלט מיט וואָס איז מצות מילה אַנדערש וואָס נאָר לגבי איר איז די נאַכט געווען בבחי' „ולילה כיום יאיר": דער ענין פון יצי"מ איז געווען אינגאַנצן בדרך פון „פסח" — דילוגמ, העכער פון מדידה והגבלה פון טבע; וואָרום עפ"י טבע האָבן אידן ניט געקענט אַרויסגיין פון מצרים (סיי בגשמיות — „לא הי' עבד יכול לברוח ממצרים"מא, און סיי ברוחניות — זיינען אידן געווען מושקע אין מ"ט שערי טומאה ר"למב).

ווי אַזוי קען בטל ווערן מדידת הטבע דאָ למטה, דורך דעם וואָס עס ווערן בטל די מדידות והגבלות (מצרים — גבוליםמג) פון גאַנץ סדר השתלשלותמד, וואָס דאָס ווערט דורך דעם וואָס עס איז מאיר אַן אור וואָס איז לגמרי העכער פון כל מדידה והגבלה, פון כל סדר השתלשלותמה.

וויבאַלד אַז אַלע ענינים מוזן קומען דורך תורהמו, דאַרפן זיי פריער זיין בתורה — מוז אויך דער ענין (המשכת האור שלמעלה מהשתלשלות בכדי צו מבטל זיין די מדידות פון סדר השתלשלות) פריער זיין אין תורה: אין תורה ווערט נמשך פון אַ העכערן אָרט ווי תורה איז מצ"ע, כביכול, העכער פון די מדידות פון תורה.

דעריבער האָט דער אויבערשטער געמאַכט אַז משה רבינו זאָל איבערגעבן דעם ציווי פון „וכל ערל לא יאכל בו" ניט קודם חשיכה, נאָר דוקא בלילה, בכדי עס זאָל אַרויסקומען מילת בנ"י דוקא בלילה (ניט ווי עס קומט דערנאָך — נאָך מתן תורה — אַראָפּ אין מדידה דתורה) *מו — ווייל דער גילוי אור וואָס129האָט מאיר געווען באותו לילה, איז געווען באופן וואָס איז העכער פון גאַנץ סדר ההשתלשלות, ביז — העכער פון די מדידה פון תורה כביכול; און דעריבער זיינען דורך דעם נתבטל געוואָרן די מדידות פון סדר השתלשלות — ס'איז געווען אַ המשכת האור בדרך דילוג: ס'איז געווען המשכת אלקות אין ארץ מצרים ווי זי איז מלאה גילוליםמז (וואָס מצד סדר השתל' האָט עס קיין אָרט ניט), און דורך דעם איז נתבטל געוואָרן די מדידת הטבע אויך דאָ למטה, ס'איז געוואָרן פסח, דילוג — און ס'איז געווען יציאת מצרים, היפּך הטבע.

ז. פּונקט ווי ס'האָט געמוזט זיין דער ענין ה"דילוג" אין תורה בכדי עס זאָל קענען זיין יצי"מ, אַזוי האָט געדאַרפט זיין אויך ביי אידן אַן עבודה פון „דילוג", למעלה מהשתלשלות שבאדם.

דערפאַר איז די הכנה צו יצי"מ געווען דם פסח און דם מילהמח, ווייל די צוויי מצות פון פסח און מילה זיינען עבודות שלמעלה מהגבלהמט: „פסח" איז מלשון דילוגנ, און מילה איז ענינה „ברית עולם"נא מיט'ן אויבערשטן — אַן אייביקער פאַרבונד אָן קיין שום הגבלותנב.

דערמיט וועט מען פאַרשטיין וואָס מיר געפינען אַ חידוש ביי פסח און מילה וואָס איז ניטאָ ביי קיין אַנדערע מצות עשה — באַ זיי איז אַ חיוב כרתנג: ווען עס רעדט זיך וועגן ענינים שלמעלה מהשתלשלות ודרגות, קען דאָרט ניט זיין קיין צווישען דרגות. ס'איז איינס פון די ביידע: אָדער ער ווערט פאַרבונדן מיט'ן אויבערשטן מיט אַ ברית עולם, למעלה משינויי הזמן — בלי גבול; און אויב ניט — איז „ונכרתה גו'", ער האָט ר"ל אינגאַנצן ניט קיין שייכות צו אלקות.

[ע"ד ווי ביי כללות יצי"מ כנ"ל: עס מוזן אַראָפּגענומען ווערן אַלע מדידות, אויך די מדידות פון תורה כביכול; אויב ניט — בלייבט מען שטעקן אין מצרים, ארץ מלאה גילולים].

און דערפאַר האָט דער גילוי פון „ולילה כיום יאיר" ביי יצי"מ געדאַרפט האָבן אַ שייכות עיקרית מיט מצות מילה, ווייל דער ענין פון „ולילה כיום יאיר" אין דעם גילוי אור שלמעלה, איז פאַרבונדן מיט „ולילה כיום יאיר" אין עבודה פון אידן, וואָס דאָס איז די עבודה פון דם מילהנד.

130ח. עפ"י כהנ"ל איז אויך מובן דער חילוק אין מצות מילה צווישן פאַר מ"ת און נאָך מ"ת:

דער אמת'ער ענין פון דילוג אין מצות מילה איז דוקא אין דער מצות מילה פון פאַר מ"ת *נד. דעמאָלט האָט זי אויפגעטאָן אַ „דילוג" נאָך מער ווי מן הקצה אל הקצה: זי האָט אַרויסגענומען די אידן פון רשות הקליפה און זיי מכניס געווען לרשות הקדושה. און אין דעם גופא פון מ"ט שערי טומאה — צום נגלה עליהם הקב"ה בכבודו ובעצמונה וואָס דאָס איז דאָך באין ערוך לגמרי, זיינען דעריבער דאָ ניטאָ קיין שום מדידות, ובמילא — ניטאָ קיין חילוק צווישן יום ולילהנו.

משא"כ נאָך מ"ת זיינען אידן שוין געוואָרן אין אַן אופן דציור וסדר פון קדושהנז, און דער „ברית עולם" דורך מצות מילה איז אויך אין סדר דקדושה; ובמילא איז דאָס געוואָרן אַן עבודה שבמדידה והגבלה, און עס זיינען פאַראַן אין דעם חילוקי יום ולילה וכו'.

ט. די הוראה דערפון בעבודה בפועל:

די עבודה פון יצי"מ איז דאָך פאַראַן און מוז זיין בכל דור ודור וכל יום ויוםנח; וואָרום יעדער מדרי' איז בחי' מצרים (מל' מצרים וגבוליםנט) לגבי אַ מדרי' שלמעלה ממנהס. איז בשעת מ'דאַרף אַרויסגיין פון מצרים, דאַרף מען וויסן אַז ס'זיינען ניט פאַראַן דערביי קיין שום מדידות והגבלות, אפילו ניט די מדידות פון תורה כביכול

— ע"ד ווי ס'איז מבואר אין תניאסא, אַז בשעת עס רעדט זיך וועגן עובר זיין ח"ו (בחי' גלות מצרים) אויפן רצון העליון, איז דאַן ניטאָ קיין חילוק צווישן קלה שבקלות און חמורה שבחמורותסב, וואָרום מצד רצון העליון — וואָס איז העכער פון טעם ודעת (אפילו פון טעם ודעת שלמעלה) — זיינען אַלע מצות גלייך. און דאָס רופט אַרויס אפילו ביי אַ קל שבקלים, אַז אויך ער איז זיך מוסר נפש, אפילו אויף אַ דקדוק קל של דברי סופרים, און אָן קיינע חשבונות —

ומכש"כ אַז ס'זיינען ניטאָ די מדידות פון יום ולילה: אים איז קיין נפק"מ ניט צי ס'איז ביי אים ליכטיק אָדער ח"ו פינסטער; אים רירט ניט אָן וואָס ער איז פאַרמאַטערט, וואָס ער האָט פאַרשידענע רצונות ותאוות וכו'; ער נעמט אַרויס מיט אַ גבורה (למעלה מטו"ד) זיין חרב און איז זיך גלייך מל, פאַרבינדט זיך מיט'ן אויבערשטן דורך קיום רצונו בבחי' יסוד והתקשרות וברית עולם מיט קוב"ה.

(משיחת אחש"פ תשכ"ה)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-d4eakasq

Copies

Recent activity

#191 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · approved
#133 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · closed

Sources