עברית
Library

Likkutei Sichos

Tazria-Parshas Hachodesh

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

148תזריע — פ' החורש

א. שבת פ' החודש איז חל לפעמים (אַזוי ווי היינטיקן יאָר) בשבת פ' תזריע. אַלע ענינים פון תורה זיינען בדיוק — איז פון דעם גופא וואָס די ביידע פרשיות קומען צוזאַמען, איז מוכח, אַז זיי האָבן צווישן זיך אַ נקודה משותפת (ווייל אויב ניט, וואָלט תורת אמת זיי ניט מחבר געווען צוזאַמען).

בהשקפה ראשונה זעט אָבער אויס, אַז ניט נאָר האָבן זיי ניט קיין נקודה משותפת, נאָר, אדרבה, זיי זיינען גאָר ענינים הפכייםא, זה מזה:

פ' החודש ווערט אָנגערופן על שם דעם פסוק*1 „החודש הזה לכם ראש חדשים גו'" — חודש ניסן, וואָס ענינו איז חודש הגאולהב ווי עס קומט אינגאַנצן מלמעלה כדרז"לג אַז אויף דעם גייט קול דודי הנה זה באַ (און נאָכמער ער איז באַ אין אַן אופן פון) מדלג (דילג על הקץד) (באתערותא דלעילא)ה;

וואָס דערפאַר ווערט די גאַנצע פרשה אָנגערופן פ' החודש, הגם אַז נאָר איין פסוק (אין אָנהויב) פון דער קריאה רעדט וועגן „החודש", און די איבעריקע פסוקים ריידן וועגן די דינים פון קרבן פסח וכו'ו — ווייל היא הנותנת: קרבן פסח איז על שם „ופסחז ה' גו'"ח, וואָס ווייזט אויף דער גאולה וואָס קומט בדילוגט — אינגאַנצן מלמעלה — „נגלה עליהם מלך מלכי המלכים הקב"ה וגאלם"י — און דאָס איז דער תוכן פון „החודש", חודש ניסן, וואָס איז דער „חודש הגאולה".

משא"כ דער תוכן פון „תזריע" (ל' נקבה — ווי ער זאָגט פאַרדעם „אשה כי") איז — ווי דער אַלטער רבי איז מפרשיא דעם מאמריב „איש מזריע תחלה יולדת נקבה אשה מזרעת תחלה יולדת זכר", אַז „איש" ו"אשה" זיינען (מרמז אויף) הקב"ה וכנסת ישראל; און149ווען „איש מזריע תחלה" — דער אויבערשטער איז מעורר „תחלה" אַ אידן אויף עבודת ה', איז „יולדת נקבה" — די עבודה איז ניט קיין בת קיימאיג (אַזוי ווי נשים וואָס דעתן *יג קלהיד). ווען אָבער „אשה מזרעת תחלה" — די עבודה הויבט זיך אָן פון אתערותא דלתתא, דאַן — „יולדת זכר", די עבודה איז אַ בת קיימאיג;

וואָס לפ"ז ווייזט דער תוכן פון פ' „(אשה כי) תזריע" אויף עבודת האדם מצד אתערותא דלתתא דוקא (ניט ווי „החודש" וואָס קומט מלמעלה).

ב. אויף „החודש הזה לכם ראש חדשים ראשון הוא לכם לחדשי השנה" זיינען דאָ כמה פירושים, ומהם:

א) ע"ד הפשט — דער אבן עזראטו איז מסביר דעם ענין פון „חודש" און „שנה": מצד מהלך הלבנה איז בכלל ניטאָ דער גדר פון „שנה" — „אין ללבנה שנה כלל" — ווייל אין דעם סיבוב הלבנה איז קענטיק נאָר דער אָפּטייל פון חדשים (יעדער חודש („כ"ט יום וחצי וב' ידות שעה וע"ג חלקים"טז) קומט פאַר אַ פולער סיבוב פון דער לבנה (גם בנוגע למצב החמה ביחס לארץ *טז) און ס'קומט דער מולד הלבנה מחדש), ס'איז אָבער ניטאָ אין דעם מהלך הלבנה קיין פרט וואָס זאָל אָפּטיילן איין יאָר פון צווייטן;

לאידך גיסא, מצד השמש איז ניטאָ דער סוג הזמן פון חדשים — „אין לשמש חדש כלל" — דער סיבוב (השנתי) פון שמש איז שס"ה יום ושש שעותיז בערךיח און דער סיבוב זיינער איז באופן אַז עס שאַפט די ד' תקופות השנה, אָבער אין זיין מהלך איז ניטאָ קיין פרט וואָס זאָל שאַפן די גבולים פון חדשים.

און דער פסוק „החודש הזה לכם ראש חדשים גו'" רעדט וועגן דעם מנין החדשים — וואָס איז שייך צו (אַ שנת) לבנה (וכמאמר חז"ליט „ישראל מונין ללבנה") — אַז עס הויבט זיך אָן פון חודש הראשון, חודש ניסןכ [משא"כ דער ר"ה לשנים (וואָס איז שייך צום שמש) איז פון תשריכא].

ב) ע"ד המדרש — אויפן פסוק150„החודש הזה לכם גו'" זאָגן חז"לכב: „משבחר הקב"ה בעולמו קבע בו ראשי חדשים ושנים וכשבחר ביעקב ובניו קבע בו ר"ח של גאולה". איז מסביר דער (בעל ה)עקידהכג דעם חילוק צווישן „בחר הקב"ה בעולמו" און „בחר ביעקב ובניו": „בחר הקב"ה בעולמו" מיינט די הנהגה טבעית וואָס איז איינגעשטעלט געוואָרן אין דער בריאה, און דער „ראש" פון דער הנהגה איז חודש תשרי; „בחר ביעקב ובניו" מיינט די הנהגה נסית — דער שידוד הטבע — וואָס דער אויבערשטער טוט צוליב אידן („יעקב ובניו"), און דער „ראש" פון דער הנהגה איז „החודש הזה לכם" — חודש ניסן.

ג. אַלע פירושי רז"ל אויפן זעלבן פסוק אָדער ענין האָבן אַ קישור צווישן זיךכד. איז אַזוי אויך בעניננו: די צוויי ענינים הנ"ל (דער חילוק צווישן שנת חמה און שנת לבנה און דער חילוק צווישן הנהגה טבעית און הנהגה נסית — וואָס זיי זיינען הפכים) זיינען פאַרבונדן זה עם זה:

די הנהגת הטבע איז די הנהגה וואָס איז „לא ישבותו"כה — תמידית אָן אַ שינויכו, און דאָס איז בדומה צום אור (ומהלך) השמש וואָס אין אים איז ניטאָ קיין שינויים (וואָס דאָס איז ע"ד פון דעם פירוש אין „שנה" — פון לשון „משנה": ס'איז דער זעלבער מהלך השמש וואָס חזר'ט זיך איבער נאָכאַמאָלכז);

משא"כ די הנהגה נסית איז אַן ענין פון חידוש, וואָס לפעמים איז דער אויבערשטער משדד די הנהגת הטבעכו למשך זמן *כז; און דאָס איז בדומה צו דער לבנה וואָס (איר אור) שטייט אין שינויים מיום ליום און איר אור ווערט נתחדש יעדער חודש (חודש פון לשון חידושכח).

ד. מ'דאַרף אָבער פאַרשטיין:

א) אין פסוק שטייען צוויי עניניםכט: (א) „החודש הזה לכם ראש חדשים", (ב) „ראשון הוא לכם לחדשי השנה", אַז חודש ניסן איז ניט נאָר דער „ראש חדשים", נאָר אויך דער „ראשון גו' לחדשי השנה"ל — איז ניט מובן: וויבאַלד אַז דאָ רעדט זיך וועגן ענין „החודש" וואָס איז פאַרבונדן מיט דער לבנה, און „אין ללבנה שנה כלל", איז ווי זאָגט מען אַז ניסן איז דער „ראשון" אויך בשייכות צו עניני „(חדשי) השנה"?

ב) לאידך גיסא: אויך „משבחר הקב"ה בעולמו", וואָס איז שייך צו תשרי, ווערט דערמאָנט (ניט נאָר „קבע בו . . שנים", נאָר) אויך „ראשי חדשים" —151ולכאורה: ווי קומט אין דער בריאה (טבע) אַן ענין פון „חודש" — חידוש (נס)?

מוז מען זאָגן, אַז כאָטש בכללות איז תשרי פאַרבונדן מיט טבע (שנה) און ניסן מיט נס (חודש) — איז אָבער דאָ אַ „התכללות" צווישן זיי: אויך אין דער בריאה גופא (איידער „בחר ביעקב ובניו") איז דאָ אַן ענין פון נס (ר"חלא), און אַזוי אויך לאידך גיסא: דער אויפטו פון „בחר ביעקב ובניו" דריקט זיך אויס ניט נאָר אין הנהגה נסית (חודש), נאָר אויך אין (דעם שינוי וואָס ווערט דורכדעם אין) דער הנהגה טבעית (שנה).

ה. דאָס צו פאַרשטיין, דאַרף מען פריער מבאר זיין דעם תוכן וכוונה פנימית אין די צוויי הנהגות — טבע און נס — וואָס ביידע זיינען נויטיק צו אויספירן כוונת הבריאה און מגלה זיין גדולתו ית'; נאָר דער חילוק צווישן זיי איז:

דער תכלית פון הנהגה נסית איז צו מגלה זיין דעם „בלי גבול" פון אלקות — ווי דער אויבערשטער איז אינגאַנצן העכער פון וועלט, און דאָס ווערט דערהערט אין וועלט דורכן ביטול פון איר מציאות — (דער נס איז) משדד די מערכות הטבע — וואָס באַווייזט ווי טבע איז ניט תופס מקום לגבי (דעם בלי גבול פון) אלקות.

דער תכלית פון הנהגה טבעית איז צו מגלה זיין (ווי דער אויבערשטער איז זיך מתלבש אין וועלט אַזוי) אַז אויך די מציאות פון וועלט איז מיוחד מיטן אויבערשטן, אויך די חוקי הטבע זיינען אַ הנהגה אלקית.

ו. וויבאַלד אַז די וועלט איז באַשאַפן געוואָרן „בשביל התורה ובשביל ישראל"לב, מוז מען זאָגן, אַז אַלץ וואָס איז דאָ אין דער בריאה איז אָפּהענגיק אין דער עבודה פון אידן.

און דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז ניט נאָר די הנהגה נסית, וואָס איז פאַרבונדן מיט „בחר ביעקב ובניו" איז תלוי אין עבודת ישראל — נאָר אויך דער „בחר הקב"ה בעולמו", די הנהגה טבעית, איז תלוי אין עבודת ישראללג,

נאָר יעדע פון די הנהגות איז אָפּהענגיק אין דער עבודת האדם וואָס איז דוגמתהלד — וואָס אופני עבודת ה' טיילן זיך, בכללות, אין צוויי סוגים:

באַ אַ אידן דאַרף זיין די תנועה פון קבלת עול און מסירת נפש — דינען דעם אויבערשטן ניט מצד זיין פאַרשטאַנד און רגש כו', נאָר פאָלגן דעם רצון העליון מיט ביטול — ובמילא איז זיין עבודה ניט קיין געמאָסטענע לויט די מדידות והגבלות פון זיין מציאות;

152און דער אופן העבודה איז מעורר די הנהגה נסית, וואָס טוט אויף דעם ביטול אין וועלט, כנ"ל.

אָבער לאידך דאַרף אויך די מציאות האדם („כל לבבך" און „כל נפשך") זיין דורכגענומען מיט עבודת ה' און דעריבער דאַרף ער מקיים זיין תומ"צ (ניט נאָר מיט קבלת עול, נאָר) אויך מיט פאַרשטאַנד און געפיל וכו' — און אין דעם אופן העבודה איז אָפּהענגיק די הנהגה טבעית, וואָס פאַראיינציקט די מציאות פון וועלט מיט אלקות, כנ"ל.

ז. דער תכלית הכוונה איז (דאָך — אחדות, ובנדו"ד) אַז עס זאָל זיין דער איחוד פון נס און טבע:

דאָס וואָס נס און טבע זיינען צוויי באַזונדערע הנהגות, איז נאָר מצד אורות וגילויים, וואָס זיי שטעלן זיך אויס אין צוויי קווין — אין קו פון „בלי גבול" וואָס קומט אַראָפּ אין הנהגה נסית, און אין קו פון „כחו בגבול" — אין הנהגת הטבע;

מצד יכולת העצמות אָבער זיינען „בלי גבול" און „גבול" (ניט קיין צוויי קווין, נאָר) איין ענין — דער אויסדרוק פון שלימותו — וכמאמר הידועלה „אם תאמר שיש לו כח בלי גבול ואין לו כח בגבול אתה מחסר שלימותו", און (בפנימיות) דער אויסדרוק פון יכולתו ית'לו. און דעריבער פירט זיך אויס די כוונת הבריאה פון עצמותו ית' אין דעם איחוד פון נס און טבעלז.

און אַזוי אויך אין עבודת האדם: עס מאָנט זיך פון אַ אידן דער איחוד פון די צוויי אופני עבודה [מסנ"פ וקב"ע שלמעלה מטעם ודעת און די עבודה מצד די כחות פנימיים]; און דאָס ווערט אויפגעטאָן דורך די התעוררות פון עצם הנשמה, וואָס מצד דעם זיינען די ביידע אופני עבודה (ניט קיין הפכיים, נאָר אדרבה —) בהתאחדות.

ח. וויבאַלד אַז בעצם ובשרשם זיינען נס און טבע איין ענין, איז פאַרשטאַנדיק, אַז אויך אַראָפּקומענדיק אין השתלשלות אין וועלט (וואו בגילוי זעען זיי אויס ווי באַזונדערע (הפכיות'דיקע) הנהגות) זיינען זיי — בפנימיות — מיוחדלח.

און דאָס דריקט זיך אויס אויך אין דעם, וואָס אין טבע גופא איז אַריינגעגעבן געוואָרן די „תכונה" פון למעלה מן הטבע (כדלקמן סעיף ט'); און אַזוי אויך לאידך — דער ענין הנס איז פאַרבונדן אויך מיט דער הנהגת הטבע (כדלקמן סי"א)לט.

ט. דער ביאור אין דעם: אין דער הכרה פון גדולתו ית' אין הנהגת הטבע זיינען דאָ צוויי אופנים:

א) דורך התבוננות אין דער הנהגת הבריאה, הילוך המזלות וכו', קומט מען צו דער הכרה אַז עס מוז זיין אַ בעה"ב לבירה זו וואָס פירט אָן מיט דער הנהגת הטבע; און ווי דער רמב"םמ שרייבט בנוגע צו אברהם אבינו: התחיל לשוטט בדעתו . . האיך אפשר שיהי' הגלגל הזה נוהג תמיד ולא יהי' לו מנהיג ומי יסבב אותו כי א"א שיסבב את עצמו כו'.

153ב) דורך התבוננות אין דעם „לא ישבותו" — העדר השינוי פון דער הנהגת הטבע איז מען משיג ומכיר, אַז אַזאַ העדר השינוי קען ניט זיין מצד נבראים (וואָס זיינען הווים ונפסדים ובעלי שינוי)מא, און אפילו ניט, כביכול, פון דעם אור אלקי וואָס איז מלובש אין (דער הגבלה פון) וועלטמב — נאָר עס איז אַ כח הא"סמג וואָס איז אַריינגעגעבן געוואָרן אין דער הנהגת הטבע.

קומט אויס, אַז אין טבע גופא איז דאָ דער „למעלה מן הטבע"מד — דער „לא שניתי" פון א"ס ב"ה.

יו"ד. און דאָס איז דער ביאור אין דעם מאמר חז"ל „משבחר הקב"ה בעולמו קבע בו ר"ח ושנים": פון לשון חז"ל איז מובן, אַז דאָ רעדט זיך ניט וועגן דעם מצב פון „עולמו" מצד בריאת העולם, נאָר ווען דער אויבערשטער איז בוחרמה אין וועלט (ע"ד ווי „בחר ביעקב ובניו"), און מצד דער בחירה דוקא איז „קבע בו ר"ח ושנים"מה; אַ הוספהמו אויף דעם וואָס עס איז דאָ אין עולם מצד עצמו (מצד הבריאה).

איז ניט מובן: וויבאַלד אַז דער ענין פון „ר"ח ושנים" איז (ווי דער עקידה איז מסביר) דער סדר טבעי וואָס דער אויבערשטער האָט איינגעשטעלט אין בריאה, איז עס דאָך אַ חלק פון דער בריאה גופא — היינט ווי קען מען זאָגן אַז דאָס קומט דערפון וואָס „בחר הקב"ה בעולמו" (אַ העכערער עילוי ווי ס'איז מצד הבריאה)?

נאָר דער ביאור אין דעם: מצד דעם ענין פון „בחר הקב"ה בעולמו" — וואָס בחירה אמיתית איז נאָר אין עצמותו ית' כידועמז — איז טבע און העכערפוןטבע איין ענין. און דערפאַר איז אין טבע154גופא פאַראַן דער למעלה מן הטבע — די נצחיות פון „אני ה' לא שניתי";

און דאָס מיינט „משבחר הקב"ה בעולמו קבע בו ר"ח ושנים": דאָס איז דער נס (חודש) וואָס איז דאָ אין דעם ענין פון טבע, וואָס דריקט זיך אויס אין ענין ה"שנה" (מלשון „משנה", כנ"ל סעיף ב') — דער ענין פון העדר השינוימח.

יא. כשם ווי אין טבע גופא איז דאָ דער למעלה מן הטבע — אַזוי איז עס אויך לאידך גיסא: די הנהגה נסית איז ניט „מוגבל" אין דעם קו פון „נס" וואָס דריקט אויס דעם בל"ג פון אלקות, נאָר אין אים איז אויך דאָ דער ענין וואָס נס מאַכט איבער טבע (אַז טבע גופא זאָל ווייזן אויף הנהגה אלקית).

און דערפאַר איז אין נסים בכלל פאַראַן אויך דער סוג נסים וואָס זיינען מלובש — אַנגעטאָן אין טבע, וואָס אין זיי זיינען פאַראַן צוויי קצוותמט:

דאָס איז אַ נס (וואָס איז העכער פון טבע) פּונקט ווי די נסים וואָס זיינען ניט מלובש אין טבענ, און ווי דער פס"ד אַז מען מאַכט די זעלבע ברכה „שעשה נסים" סיי בחנוכה (נס שאינו מלובש בטבע), סיי בפורים (נס מלובש בטבענא)

(ואדרבה — חז"ל זאָגןנב אַז דוקא אויף די נסים המלובשים בטבע ווערט געזאָגטנג „עושה נפלאות לבדו");

אָבער דער נס גופא (וואָס איז אינגאַנצן העכער פון טבע) קומט אַראָפּ בהתלבשות אין (די דרכי ה)טבע, און טוט אויף אַז די הנהגת הטבע גופא זאָל זיך פירן „כרצונו דוקא כגרזן ביד החוצב כו'"נד.

ד. ה. אין דער הנהגה נסית שלמעלה מן הטבע איז אויך דאָ די „תכונה" פון „טבע" — ווייל ניט נאָר איז אַ נס מושל אויף טבע באופן אַז ער איז משדד טבע, נאָר דורכן נס ווערט טבע גופא „דערהויבן" ביז צו „למעלה מן הטבע"נה.

וי"ל אַז דאָס איז דער טעם וואָס ניסן איז ניט נאָר „ראש חדשים" נאָר אויך „ראשון גו' לחדשי השנה" — ווייל דער155תכלית פון דער הנהגה נסית פון ניסן איז צו איבערמאַכן די הנהגה טבעית (שנה)נו, אַז אויךנז אין טבע זאָל זיך אָנהערן אַז עס ווערט געפירט פון ניסן — למעלה מן הטבענח.

יב. ע"פ כהנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין דעם קשר צווישן פ' החודש און פ' תזריע:

דער חילוק צווישן „החודש" און „תזריע" איז ע"ד דער חילוק צווישן נס און טבע: „החודש" וואָס ווייזט אויף גילוי מלמעלה (כנ"ל סעיף א') איז העכער פון נבראיםנט — אַזוי ווי ענין ה"נס"; „תזריע" וואָס ווייזט אויף עבודת המטה (כנ"ל שם) איז פאַרבונדן מיט מציאות האדםנט — ע"ד ענין ה"טבע"ס.

און אַז פ' החודש איז חל אין פ' תזריעסא — איז עס מדגיש און דערמאָנט אַז זיי זיינען (בפנימיות) איין ענין;

און דאָס וועט זיין בגילוי לעתיד לבוא, ווען ס'וועט מקויים ווערן דער יעודסב „איש ואיש יולד בה": עס וועט

156זיין „איש מזריע תחלה" — די מעלה

וואָס איז דאָ אין „החודש" וואָס קומט

מלמעלה (נס); און צוזאַמען דערמיט

וועט זיין „ואיש יולד בה", „יולדת זכר" — די מעלה וואָס איז דאָ אין „תזריע" (טבע) — אתערותא דלתתא.

(משיחת ש"פ תזריע תשכ"ה,

מאמרי ד"ה החודש תשל"א, תשל"ג)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-b4wt9n6k

Copies

Recent activity

#191 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · approved
#133 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · closed

Sources