א.אויפן פּסוק וילך איש מבית לוי ויקח את בת לויא, פרעגט די גמראב; פון פּסוקג „אשר ילדה אותה ללוי במצרים" לערנט מען אָפּ, אַז יוכבד איז געבאָרן געוואָרן בין החומות — „לידתה במצרים והורתה שלא במצרים"ד, קומט דאָך במילא אויס, אַז בעת עמרם האָט גענומען יוכבד'ן (צום צווייטן מאָלב) — איידער משה רבינו איז געבאָרן געוואָרן, איז זי אַלט געווען הונדערט און דרייסיק יאָר
(וואָרוםה די אידן זיינען געווען אין מצרים צוויי הונדערט און צען יאָרו, און בעת זיי זיינען אַרויס פון מצרים איז משה אַלט געווען אַכציקז יאָר),
היינט פאַרוואָס שטייט אין פּסוק „ויקח את בת לוי" וואָס דער לשון „בת" מיינט אַז זי איז געווען יונג? און די גמרא ענטפערט; „מלמדח שנולדו בה סימני נערות, נתעדן) הבשר נתפּשטו הקמטים וחזר היופי למקומו".
זאָגט אויף דעם דער רשב"ם0), אַז דאָס וואָס די גמרא לערנט אָפּ אַז „לידתה במצרים והורתה שלא במצרים", איז עס פון דעם וואָס דער פּסוק „אשר ילדה אותה ללוי במצריםט איז „קרא יתירא הוא, דהא כבר כתיב בת לוי".
ב. שוין גערעדט פיל מאָלי, אַז בשעת מען לערנט אָפּ איין ענין פון אַ צווייטן, איז כאָטש אַז לכאורה קען מען זאָגן, אַז דער לימוד איז בלויז אַ ראי' פאַר אונז (אַז בכדי מיר זאָלן וויסן דעם ענין מוזן מיר אים אָפּלערנען פון צווייטן ענין), איז אָבער, אַריינטראַכטנדיק זיך אין שלימות התורה (ובמילא — תכלית הדיוק אין אַלע אירע פּרטים) מוז מען אָננעמען אַז בפּנימיות העניניםיא, איז דער ענין המלמד וואָס באַשטימט ווי און וואָס דער ענין הנלמד איז — איז ער דער טעם אָדער די סיבה פון דעם ענין הנלמדיב (גופא, אָדער עכ"פּ פון זיין המשכה און גילוי צו אונז).
27פון דעם איז פאַרשטאַנדיק בנוגע לעניננו;
א) וויבאַלד אַז די ראי' צום פּירוש אין „ויקח את בת לוי" — אַז „נולדו בה סימני נערות כו'" — איז פון דעם וואָס „לידתה במצרים והורתה שלא במצרים" (וואָס ווייזט דאָך, כנ"ל, אַז זי איז דאַן שוין אַלט געווען הונדערט און דרייסיק יאָר), איז דערפון געדרונגען, אַז דאָס וואָס „נולדו בה סימני נערות" בעת עמרם האָט גענומען יוכבד'ן צום צווייטן מאָל, האָט עס אַ שייכות צו דעם בדוגמת פון סיבה ומסובב ד.ה. אַז עס איז מצד דעם וואָס „הורתה שלא במצרים".
ב) לאידך גיסא; וויבאַלד אַז דער דיוק אין פּסוק „אשר ילדה אותה ללוי במצרים" — אַז בלויז לידתה איז געווען במצרים — קומט מצד דעם פּסוק „ויקח את בת לוי" וועלכער איז פאַרבונדן מיט לידת משהיג (וואָס צוליב דעם פּסוק *יג איז „אשר ילדה אותה ללוי" אַ „קרא יתירא") — איז פאַרשטאַנדיק אַז דאָס וואָס „הורתה שלא במצרים" איז עס בכדי אַז משה רבינו, מושיען של ישראל, זאָל געבאָרן ווערן פון אַזאַ מוטער וואָס „הורתה שלא במצרים".
ג) היות אַז דער פּסוק „אשר ילדה אותה ללוי במצרים" (וואָס ווייזט אונז אַז „הורתה שלא במצרים"יד,28ובמילא אויך „שנולדו בה סימני נערות"יח) שטייט ביי דעם מנין פון די באי הארץ — פאַרשטייט מען דערפון, אַז די ביידע ענינים („הורתה שלא במצרים" און „נולדו בה סימני נערות") האָבן אַ שייכות פּנימית צום ענין הכניסה לארץ.
ג. וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים וואָס דער מדרשי זאָגט אויפן פּסוק „ואלה שמות בני ישראל הבאים מצרימה" (הבאים לשון הווהיז) ; עס איז דאָך „ימים רבים היו להם שבאו למצרים" — נאָר „כל זמן שיוסף הי' קיים, לא הי' להם משוי של מצרים, מת יוסף נתנו עליהם משוי, לפיכך כתיב הבאים כאילו אותו היום נכנסו למצרים".
און דאָס איז דאָך אויך דער ביאור פון דעם אַלטן רבי'ן אין תורה אורטו, אַז דאָס וואָס אין פּרשת שמות ווערט איבערגע'חזר'ט נאָכאַמאָל דער ענין פון בואם מצרימה — הגם דאָס ווערט שוין פריער דערציילט אין פּרשת ויגשיט — איז עס ווייל דער „הבאים מצרימה" פון סדרה טמות איז אַ פיל גרעסערע ירידה ווי דער „הבאים מצרימה" וואָס שטייט אין פּרשת ויגש, ביז אַז זי רעכנט זיך פאַר אַ באַזונדער ירידה (ביאה) אין מצרים.
און דער אַלטער רבי איז מבאר, אַז כשם ווי אין גלות מצרים זיינען געווען צוויי ירידות — די ירידה וואָס שטייט אין פּ' ויגש און די וואָס שטייט אין פּ' שמות [וואָס ביידע זיינען מרומז אין דעם כפל הלשון בפסוק — „ירוד ירדנו"0)] — „ירידה אחר ירידה", אַזוי זיינען אויך אין דער יציאה וגאולה ממצרים פאַראַן צוויי עליות [וכמרומז בפסוק „ואנכי אעלך גם עלה"כא; ובפסוק „עלה נעלה"כב — אַ כפל פון עליות] — „עילוי אחר עילוי": איין עילוי איז געווען אַרויסגייענדיק פון מצרים — „אעלה אתכם מעני מצרים גו' אל ארץ זבת חלב ודבש"כג, און דער צווייטער עילוי וועט זיין אין דער גאולה העתידה.
ד. אָט דער צווייטער „הבאים מצרימה" וואָס ווערט דערציילט אין אונזער סדרה, האָט זיך אָנגעפאַנגען (ווי דער מדרש זאָגט) גלייך ווען „מת יוסף"לד, פאַר דער פּטירה פון „כל אחיו וכל הדור ההוא".
און הגם אַז „כל זמן שהי' אחד מהם קיים מאותן טירדו למצרים לא שעבדו המצרים בישראל"ג — איז דער דיוק אין דעם אַז „לא שעבדו", אָבער דער „משוי של מצרים" איז29אויף זיי געגעבן געוואָרן באַלד ווי „מת יוסף"כ.
ה. דערפון וואָס דעם „משוי של מצרים", גלייך נאָך דעם ווי „מת יוסף", רופט אָן תורה „הבאים מצרימה" און דאָס ווערט גערעכנט אַלס אַ צווייטע ירידה — ניט ווי דער שעבוד מצרים, לאחרי ווי „וימת גו' וכל הדור ההוא", וואָס ווערט דערציילט בלויז ווי אַ מאורע און אַ פּרט וואָס איז אין דער צווייטער ירידה גופא — איז פאַרשטאַנדיק,
(א) אַז די ירידה בעת מיתת יוסף, איז באין ערוך צו דער ערשטער ירידה וואָס איז געווען פריער, וואָס דערפאַר קען זי ניט גערעכנט ווערן ווי אַ פּרט אין דער פריערדיקער ירידה, נאָר זי איז אַ ירידה בפני עצמהכז.
(ב) אַז דער גודל הריחוק צווישן די צוויי דאָזיקע ירידות, איז בדוגמת דעם ריחוק הערך צווישן דער עלי' בעת יצי"מ לגבי דער עלי' וואָס וועט זיין אין דער גאולה העתידהכח (וכנ"ל בשם דעם אַלטן רבי'ן, אַז די צוויי עליות זיינען כנגד די צוויי ירידות).
ו. איז דער ביאור אין דעם;
דער ענין פון „מצרים" (פון לשון מיצרים און גבולים0)) איז, אַז זי גיט ניט קיין אָרט פאַר גילוי אלקות וואָס איז למעלה מהטבעמ. וואָס דערפאַר האָט יוסף געזאָגט צו פּרעה מלך מצרים „אלקים יענה את שלום פּרעה"לא, „אשר האלקים עושה הראה את פּרעה"לב — ווייל דאָס וואָס עס קען זיך אָפּלייגן ביי פּרעה מלך מצרים איז בלויז די בחינה פון שם אלקים בגימטריאלג הטבעלד. און30בשעת משה רבינו איז געקומען צו פּרעה'ן און אים געזאָגט „כה אמר הוי' גו' שלח את עמי גו'" — האָט פּרעה געענטפערט „מי הוי' אשר אשמע בקולו גו' לא ידעתי את הוי'"ג — פון דעם ענין פון הוי' שלמעלהד מהטבע ווייס ניט פּרעה און ער וויל אויך ניט מודה זיין אין דעםלז.
און אין דעם איז באַשטאַנען די ערשטע ירידה אין מצרים וואָס ווערט דערציילט אין פּ' ויגשלה; פריער זיינען די אידן געווען אין ארץ־שראל, וואו מען זעט בגילוי ווי דער אויבערשטער איז משגיח על כל פּרט ופרט — „ארץ אשר הוי' אלקיך דורש אותה תמיד עיני הוי' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה"ל, איז בשעת מען קומט אין אַ לאַנד וואו „לא ידעתי את הוי'", איז עס אַ ירידה גדולה ביותר.
ז. איינער פון די ענינים אין וואָס עס דריקט זיך אויס דער חילוק הנ"ל צווישן ארץ־ישראל מיט ארץ מצרים איז, אַז אין מצרים גייט ניט קיין רעגן און די צמיחת התבואה וכו' קומט דאָרט פון טייך נילוס; משא"כ ארץ־ישראלמ איז „למטר השמים תשתה מים"מא.
פאַרוואָס האָט דער אויבערשטער איינגעשטעלט אַזוי, „שלא תהא הארץ שותה אלא מלמעלן"? איז איינער פון די טעמים אויף דעם בכדי „שיהיו הכל תולין עיניהם כלפּי מעלה"מב: בעת אַ מענטש ווייס אַז ער מוז אָנקומען צו „מטר השמים", איז אַפילו ווען ער האָט אַ ריבוי השפּעה, „תאכל ושבעת גו' וכל אשר לך ירבה", וועט עס אים פונדעסטוועגן אָפּהאַלטןמג (אין אַ געוויסער מאָס) פון „ורם לבבך ושכחת את הוי' אלקיך"מד, ווייל ער ווייס, אַז וויפל ער זאָל ניט טאָן כל הענינים התלויים בו — חרישה זריעה וכו', מוז ער אַלץ אָנקומען צו דעם אויבערשטןמג;
31בשעת ער געפינט זיך אין מצרים אָבער, וואו דער אויבערשטער האָט איינגעשטעלט אַז די הנהגה זאָל זיין בטבע, אַז בתקופה מסויימת איז נילוס עולה און איז משקה די פעלדער — וויבאַלד אַז בעיני בשר זעט ער ניט אַז ער דאַרף אָנקומען צום אויבערשטן, קען ער זיך איינרעדןי אַז „כחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה" און פאַרגעסן ח"ו אַז „הואמז הנותן לך כח לעשות חיל"מח.
און וויבאַלד אַז אויך לאחרי ברכתו של יעקב איז דער הרגש פון מצרים געווען אַז זייער עצם קיום איז (ח"ו) ניט פון אויבערשטן, איז דאָס קומען אַהין אַ ירידה גדולה ביותר.
ט. עפּ"ז וועט מען פאַרשטיין ווי לאחרי מיתת יוסף האָט זיך אָנגעהויבן אַ נייע ירידה — אַ צווייטן מאָל „הבאים מצרימה", און אַזאַ וואָס איז באין ערוך צו דער ירידה וואָס איז געווען ביז דאַן:
עס שטייט אין חסידותלג, אַז מד־32ריגת יעקב (מצד עצמו) איז אין אצילות, און בכדי אַז די עניני יעקב זאָלן אָנקומען אויך אין נידעריקערע עולמות — אין בי"ע, ביז אין „עוה"ז הגשמי והחומרי ממש" „שאין תחתון למטה ממנו" ו"מלא קליפּות וסט"א"נד, איז אָט־די המשכה קומט דורך יוסף'ן.
און דאָס איז דער טעם הפּנימי אויף דעם וואָס יעקב'ס ברכה צו פּרעה'ן — „שיעלה נילוס ברגלו" איז געקומען דורך „ויבא יוסף את יעקב אביו ויעמידהו לפני פּרעה"נג,
ווייל יעקב (מצד עצמו) און אַלע זיינע ענינים — זיינען אין אצילות, און בכדי אַז עניני יעקב זאָלן זיך „אָנהערן" אויך למטה, ביז אַז אַפילו אין נילוס — ע"ז של מצרים — זאָל זיין נרגש אַז פּעולתו (בשלימות) איז תלוי' בברכתו של יעקב — דאָס קומט דוקא דורך יוסף'ן, וואָס ער האָט אַראָפּגעבראַכט (און ממשיך געווען) די ענינים פון יעקב'ן „לפני פרעה".
פון דעם איז מובן, אַז דער גילוי אור וואָס יעקב האָט ממשיך געווען אין מצרים — אַז אויך דאָרט זאָל זיך אָנהערן די שליטה וממשלה פון אויבערשטן, ציט זיך כל זמן חיי יעקב און (אויך) חיי יוסף. אָבער נאָכדעם וואָס וימת יוסף, איז דער גילוי נפסק געוואָרן, ובמילא איז מצרים געבליבן ווי זי איז מצד עצמה.
און דערפאַר זאָגט דער מדרש „מת יוסף . . כאילו אותו היום נכנסו למצרים"; ביז דאַן, ווען אין מצרים האָט נאָך מאיר געווען בגילוי דער אור וואָס איז נמשך געוואָרן דורך (יעקב ו)יוסף (הגם אַז אויך דעמאָלט איז מצרים געווען פיל נידעריקער ווי ארץ־ישראל, כנ"ל סעיף ח'), איז עס נאָך ניט געווען דער אמיתית הענין פון „מצרים"; דוקא ווען „מת יוסף" און דער גילוי הנ"ל איז נפסק געוואָרן, דאַן איז „כאילו אותו היום נכנסו למצרים".
י. כאָטש אַז אויך לאחרי מיתת יוסף האָט מען נאָך געדענקט, אַז די ברכה וועלכע איז אַריינגעקומען אין מצרים איז געווען פון (יעקב און דורך) יוסףנח
[און די מציאות פון אַ „מלך חדש . . אשר לא ידע את יוסף" — האָט געקענט זיין ערשט נאָכדעם וואָס „וימת יוסף וכל אחיו וכל הדור ההוא"נז]
33— דאָס איז אָבער געווען בלויז אַן ענין פון ידיעה און השגה, וואָס דאָס איז כלל ניט בדומה צו דעם ווי עס איז געווען פאַר מיתת יוסף, ווען דער אור איז געווען בגילוי.
און היות אַז ידיעה והשגה איז בלויז אַן ענין חיצונינח, אָבער דער עיקר (ופּנימיות) הענין פון המשכת יעקב ויוסף איז שוין דאַן סיי ווי ניט געווען, קומט דאָך אויס, אַז מיטן „וימת" פון „כל אחיו וכל הדור ההוא" — וואָס דאָס האָט געבראַכט צו „ויקם מלך חדש אשר לא ידע את יוסף" (בידיעה אויך ניט), האָט זיך אָבער קיין ענין עיקרי אין דער ירידה ניט אויפגעטאָן
יא. ע"פּ כל הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות פון „נולדו בה סימני נערות" מיט „הורתה שלא במצרים";
ס'איז אַ כלל אַז „אין חבוש מתיר עצמו"ל. און דעריבער האָט משה רבינו מושיען של ישראל געדאַרפט זיין דוקא פון שבט לוי80), וואָס זיי האָבן ניט געהאַט אויף זיך „מלאכת שעבוד מצרים"81) — ווייל דערפאַר וואָס ער איז ניט געווען משועבד, האָט ער געהאַט בכח אַרויסצונעמען די אידן פון מצרים.
היות אָבער אַז משה האָט געדאַרפט אַרויסנעמען די אידן ניט בלויז פון שעבוד מצרים, נאָר אויך פון זייער ירידה במצרים, און אויך פון דער ערשטער ירידה שבפּ' ויגש — איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז משה האָט געדאַרפט שטיין אין אַזאַ מצב וואָס איז ניט אונטערגעוואָרפן (ניט בלויז צו שעבוד מצרים, נאָר אויך ניט) צו „הבאים מצרימה", און אַפילו ניט צום ערשטן „הבאים מצרימה".
און דערפאַר האָט דער אויבערשטער געמאַכט אַז הורתה של יוכבד אמו של משה זאָל זיין „שלא במצרים"סב, וואָס מצד דעם ווערט זי ניט געציילט (בפירוש) צווישן „הבאים מצרימה"83). בכדי אַז איר זון משה זאָל קענען זיין „מושיען של ישראל".
34און דער זעלבער ענין האָט זיך אויסגעדריקט אויך אין דעם וואָס איידער יוכבד האָט געדאַרפט געבוירן משה'ן, „נולדו בה סימני נערות"84) — אַן ענין שלמעלה מהטבע85) — וואָרום היות אַז דער עיקר ענין פון גלות מצרים איז דער העלם והסתר פון לבושי הטבע, איז בשעת מען דאַרף געבוירן דעם „מושיען של ישראל", דאַרף זיין דער ביטול פון לבושי הטבע88).
און דאָס איז דער ביאור דערפון וואָס דעם ענין פון „נולדו בה סימני נערות" לערנט מען אָפּ פון „הורתה שלא במצרים" און דעם ענין פון „הורתה שלא במצרים" לערנט מען אָפּ פון „ויקח את בת לוי"; בכדי עס זאָל קענען זיין דער גילוי פון למעלה מהטבע לגמרי ביז צו „נולדו בה סימני נערות", האָט געמוזט פריער זיין „הורתה שלא במצרים"; און דאָס וואָס „הורתה (איז געווען) שלא במצרים", איז עס צוליב „ויקח את בת לוי", וואָס איז פאַרבונדן מיט לידת מושיען של ישראל, כנ"ל.
און דאָס איז אויך די שייכות צווישן די צוויי ענינים — „הורתה שלא במצרים" און „נולדו בה סימני נערות" — מיט ביאת הארץ (וואָס דערפאַר לערנט מען אָפּ די צוויי ענינים פונעם פּסוק „אשר ילדה אותה ללוי במצרים" וואָס שטייט ביי דעם מנין פון די באי הארץ);
ווייל דער גמר פון יציאת מצרים איז געווען ערשט ביי דער כניסה לארץ ישראל87), אין דעם „ארץ אשר הוי' אלקיך דורש אותה גו'" — דער סאַמע היפך פון מצרים, און דאָס איז דאָך דער ענין פון „הורתה שלא במצרים" און „נולדו בה סימני נערות" — דער גילוי שלמעלה מהטבע, כנ"ל.
(משיחת ש"פ שמות תשכ"ב)
Suggest a fixSent for reviewReport a problemNo account neededEmbed on another site