עברית
Library

Likkutei Sichos

Shemos 2

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

13שמותב

א. אויפן פּסוק וימררו את חייהם בעבודה קשה בחומר ובלבנים ובכל עבודה בשדה את כל עבודתם וגו'א, זאָגט די גמראב: „בתחילה בחומר ובלבנים, ולבסוף ובכל עבודה בשדה, ולבסוףג את כל עבודתם". און די מפרשים* ערקלערן דעם פּשט פון דער גמרא; היות אַז מ'קען פרעגן פאַרוואָס דער פּסוק טיילט אויס באַזונדער די אַרבעט „בחומר ובלבנים", בעת דאָס ווערט נכלל אין „כל עבודתם" וואָס שטייט ווייטער? און דאָס באַוואָרנט די גמרא, אַז דער שעבוד „בחומר ובלבנים" איז געווען „בתחילה"; דער אָנהויב פון דער גאַנצער „עבודה בשדה" וואָס איז געקומען „לבסוף", און דערפאַר ווערט עס דערמאָנט (פריער און) באַזונדער.

אין תורה ועניני' איז דאָך אַלעס בתכלית הדיוק. איז דערפון פאַרשטאַנדיק אַז דאָס וואָס די אַרבעט „בחומר ובלבנים" איז געווען „בתחילה" (און „לבסוף" — „כל עבודתם"), מיינט עס ניט בלויז פריער אין מובן פון זמן, נאָר אויך „תחילה" אין תוכן, אין וואָגיקייט און האַרבקייט פון שעבוד; ד. ה. אַז אין „חומר ולבנים" איז באַשטאַנען דער עיקר און דער כלל פון דעם שעבוד, און דערפון זיינען דערנאָך אַרויסגעקומען (בדוגמת פּרטים פון אַ כלל) די כל מיני שעבוד פון „כל עבודתם".

דערפאַר זעט מען, אַז אויך „לבסוף" ווען די אידן האָבן שוין געאַרבעט ביי „כל עבודתם", איז זייער עיקר עבודה נאָך אַלץ באַשטאַנען אין אויסאַרבעטן לבנים *ד. ווי דאָס איז מוכח פון דעם וואָס עס ווערט דערציילט ווייטערה: בשעת פּרעה האָט געוואָלט דורכפירן דעם „תכבד העבודה על האנשים" [וואָס דאָס איז דאָך שוין געווען ביים סוף פון זמן גלות מצרים, נאָכדעם ווי משה ואהרן זיינען בשליחותו של הקב"ה געקומען צו פּרעה און אים געזאָגט „שלח את עמי"], האָט ער דאָס געטאָן (ניט דורך אַן אַנדער סאָרט אַרבעט, נאָר) דוקא דורך דער אַרבעט פון מאַכן לבנים (אָנזאָגנדיק מען זאָל זיי ניט געבן קיין תבן פאַר דעם, און צו דער זעלבער צייט זאָל ניט פעלן פון דעם פריער־באַשטימטן סכום לבנים).

נאָך מער; אויך אין משך פון דעם גאַנצן זמן השעבוד, איז זייער אַרבעטסטאָג בעיקר געווען פאַרנומען מיט אויסאַרבעטן לבנים (כאָטש זיי האָבן אויך געטאָן אַנדערע אַרבעט). דאָס איז מוכח דערפון וואָס ס'ווערט געזאָגט אין מדרשו אויפן פּסוקז „ויעבידו מצרים את בנ"י בפרך — בפה רך" 3, אַז פּרעה אַליין האָט גענומען אַ „סל ומגריפה" און געמאַכט לבניםט און דורכדעם איינגערעדט אידן: „עשו עמי היום בטובה", אַז אויך זיי זאָלן אים נאָכטאָן און מאַכן לבנים. האָבן די אידן געאַרבעט מיט אים14„בכל כחן", און ווען ס'איז געקומען די נאַכט האָט פּרעה געהייסן איבערציילן די אויסגעאַרבעטע לבנים פונעם טאָג און האָט זיי געזאָגט „כזה אתם מעמידים בכל יום ויום".

היינט וויבאַלד אַז אָג־נאָך־טאָג האָבן אידן דערנאָך געדאַרפט צושטעלן דעם זעלבן סכום לבנים וואָס זיי האָבן אויסגעאַרבעט במשך פון יענעם גאַנצן טאָג ווען זיי האָבן געאַרבעט בכל כחן, איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז אויך אין משך פון זייער ווייטערדיקן זמן השעבוד זיינען זיי דעם רוב היום ככילוי געווען באַשעפטיקט ביים אויסאַרבעטן לבניםיא ; און די אַנדערע כל מיני עבודה וואָס זיי האָבן געטאָן, איז דורכגעפירט געוואָרן אין די ווייניקע שעות נוספות (אין דער נאַכט)יב.

דערמיט ווערט גוט פאַרשטאַנדיק וואָס די תורה טיילט אויס באַזונדער די אַרבעט פון חומר ולבנים — ווייל אַפילו דערנאָך ווען זיי האָבן אויך געטאָן „כל עבודתם", איז אָבער זייער עיקר באַשעפטיקונג נאָך אַלץ געווען ביים מאַכן לבנים.

ב. דער ביאור פון דעם וואָס דער הויפּט שעבודיג איז באַשטאַנען פון חומר ולבנים;

שוין אַמאָל גערעדט באריכותיד אין דעם פּירוש פון „ויעבידו מצרים את בנ"י גו' וימררו את חייהם בעבודה קשה גו'", אַז דער לעבן און די כוחות פון אידן, וואָס זייער אמת'ער חיות און כחות נעמען זיך פון קדושהטו (נפש האלקיתטז), האָבן די מצריים אויסגענוצט אויף צו בויען די ערי מסכנות — לפרעה. אַנשטאָט דעם וואָס אידן דאַרפן זיך פאַרנעמען מיט אויפמאַכן אַ דירה לו ית', בויען דעם „עיר אלקינו"יז, זיינען זיי געצוואונגען געוואָרן פון די וואָס זיינען זייערע מציריםיח ומעיקים צו פאַרווענדן די הייליקע כחות צו אויפשטעלן אַ דירה פאַר קליפּה ר"ל, „ערי מסכנות לפרעה".

און „זה לעומת זה"; כשם ווי דער15„עיר אלקינו" ווערט „געבויט" פון אבנים (ע"ד דוגמא ווי אַ שטאָט באַשטייט פון ריבוי בתים און אַ בית ווערט געבויט פון שטיינעריט — עיקרו ותוקפו של בית זיינען די אבנים וואָס אין איםכ) — אַזוי איז אויך, להבדיל, געווען ביי די ערים דקליפּה אין מצרים (וואָרום קליפּה וויל זיך גלייכן צו קדושה — כקוף בפני אדםכא) ; דער עיקר השעבוד פון די אידן איז געווען צו אויסאַרבעטן די ציגל (ותהי להם הלבנה לאבןכב), די שטיינער, פאַר די מצרים־שטעט.

און דערמיט איז מבואר וואָס די עבודה „בחומר ובלבנים" שטעלט מיט זיך אויך פאַר דעם כלל פון „כל עבודתם" (כנ"ל סעיף א'), וואָרום יעדער אַרבעט און פּעולה וואָס מען זאָל ניט טאָן, איז תוכנה הפּנימי — בויען אַ „הויז", וואָס אַ הויז באַשטייט הויפּטזעכלעך פון אבנים כנ"ל; בשעת מען טוט אַ דבר טוב, צי דאָס איז אַ מצוה, צי דאָס איז עשיית דברי הרשות לשם שמים אָדער אין אופן פון „(בכל דרכיך) דעהו"כג, איז מען דערמיט מוסיף אַ שטיין אין דעם בנין פון קדושה; און בשעת מען טוט אַ דבר לא־טוב, איז מען דורכדעם מוסיף אַ ציגל אין דעם בנין דקליפּה. די פאַרשידנקייט פון די פּעולות און עבודות דריקט זיך אויס אין דעם תוכן הבנין, אָבער בחיצוניות, האָבן די אַלע פּעולות אַ צד השווה — בנין (פּעולות טובות — בנין ירושלים; פּעולות לא טובות — בנין צורכד).

ג. אין שטיינער גופא, וואָס מיט זיי ווערט בעיקר אויפגעשטעלט דער בנין, זיינען פאַראַן צוויי סאָרטן ; אבנים וואָס זיינען אַ בריאה בידי שמים; און לבנים וואָס ווערן אויסגעאַרבעט פון מענטשןכח. און די אַרבעט פון אידן אין מצרים איז באַשטאַנען (ניט אין אבנים, נאָר) אין מאַכן לבנים.

וואָס איז דער חילוק צווישן אבנים אין לבנים ? „אבנים", זייענדיק אַ בריאה בידי שמים, זיינען מרמז אויף אַ הויכער מדריגה פון קדושהכ. דעריבער האָט מען דעם בית המקדש געדאַרפט בויען (לכתחילה) פון אבניםכז, און אויך ארץ־ישראל אין אַלגעמיין ווערט אָנגערופן „ארץ אשר אבני' ברזל"כח. לבנים אָבער ווערן געשאַפן דורך מעשה ידי אדם, זיי זיינען מרמז אויף רשותט און עס היינגט אָפּ פון דעם מענטשן וואָס דערפון וועט ווערן: קדושה, אָדער דער היפּך,

[וואָס דערפאַר געפינט מען, אַז דער איסור פון השתחוי' בפישוט ידים ורגלים איז גילטיק דווקא ביי רצפּת אבנים16און ניט ביי רצפת לבניםי — ווייל דער דאָזיקער איסור איז מצד דעם טעם וואָס אין אַן אַנדער אָרט טאָר ניט געטאָן ווערן אַ זאַך וואָס איז בדוגמא צו דעם וואָס מ'טוט אין בית המקדשלא — השתחוי', און וויבאַלד אַז לבנים מצד עצמם פאַרמאָגן ניט קיין אָנדייט אויף אַן ענין פון קדושה, איז דעריבער די השתחוי' אויף רצפּת לבנים ניט קיין דוגמא צו דער עבודת ההשתחוי' אין בית המקדש];

לבנים האָבן אין זיך אויך (אַן אפשריות אויף), היפּך הקדושהלב, ווי די גמראלג זאָגט בנוגע ע"זלד „זקף לבינה"לה.

און דאָס איז די הסברה וואָס רש"יעח זאָגט „שאין אבנים בבבל; שהיא בקעה" — ווייל בבל (ובכלל אַ „בקעה"לז) איז נידעריק — אַן אָרט פון העלם האור אלקי, פון חשך, ביז אַז אויך בנוגע דער תורה ווי זי איז אין בבל זאָגן הז"ללח: „במחשכים הושיבני — זה תלמוד בבלי". דעריבער איז דאָרטן ניט שייך די מדריגה פון „אבנים" וואָס בריאתם בידי שמים.

ד. עפּי"ז וואָלט מען געקענט מסביר זיין דעם טעם פאַרוואָס די עבודה קשה פון די אידן אין מצרים איז געווען ביי לבנים — און ניט ביי אבנים — וואָרום היות דער צוועק דערפון איז געווען צו בויען „ערי מסכנות לפרעה" (היפּך פון „עיר אלקינו", כנ"ל), איז דערפאַר אויך דער בנין זייערער באַשטאַנען ניט פון „אבנים" וואָס דייטן אָן אויף קדושה, נאָר פון „לבנים" וועלכע זיינען בהתאם צו „ערי פּרעה".

אָבער אין אמת'ן איז דער ביאור ניט מספּיק: וויבאַלד אַז די כוונה פון די מצריים איז געווען צו אויסנוצן אין דער בויאונג פון ערים דקליפּה דווקא — די כחות און חיות פון קדושה (ווי דער פּסוק איז עס מדגיש: „ויעבידו מצרים את בני* ישראל גו' וימררו את חייהם גו'", כנ"ל תחילת סעיף ב'), האָבן זיי דאָך לכאורה געדאַרפט זוכן אויך (ואדרבה — ביתר שאתלט) דעם אויסנוץ פון אבנים פאַר זייערע ערים, בכדי זיי זאָלן17קענען געניסן און האָבן אַ יניקה אויך פון דער קדושה פון די ענינים שבריאתם בידי שמיםמ.

מוז מען זאָגן, אַז אדרבה; ניט געקוקט אויף דעם גודל העילוי אין דער בחינה פון אבנים, האָבן די לבנים אין זיך נאָך אַ העכערע מעלה. און טאַקע צוליב אָט דער מעלה האָבן זיך די מצריים אַזוי שטאַרק באַמיט צו באַשעפטיקן די אידן (הויפּטזעכלעך און די מערסטע צייט) דווקא ביי לבנים, בכדי אַריינצוקריגן אין רשות הקליפּה אויך די הויכע מדריגה וואָס איז אין „לבנים".

ה. לכאורה וואָלט מען געקענט מבאר זיין, אַז די מעלה וואָס איז פאַראַן אין די נידעריקע „לבנים" לגבי די העכערע „אבנים" (וואָס צוליב אָט דער מעלה האָבן די מצריים געוואָלט בויען די „ערי מסכנות לפרעה" דווקא פון „לבנים") — באַשטייט טאַקע אין זייער נידעריקייט:

ס'איז דאָך ידועמא, אַז „נתאווה הקב"ה להיות לו (ית'ב) דירה בתחתונים" — און זוי דער אַלטער רבי (דער בעל ההילולא פון כ"ד טבתמא) איז מדגישמד „שאין תחתון למטה ממנו" — ד. ה. אַז וואָס מער תחתון עס איז די בחינה וואָס ווערט אַ „דירה" צום אויבערשטן אַלץ מער און טיפער ווערט אויסגעפירט זיין רצון און כוונה. קומט דאָך אויס, אַז בשעת מען בויט דעם „עיר אלקינו" פון „לבנים" וואָס זיינען נידעריקער, פירט מען דורך די כוונה פון „דירה בתחתונים" מער ווי ווען מען טוט דאָס דורך „אבנים"מה.

און בדוגמא ווי ביי דער מעלה פון ביהמ"ק לגבי דעם משכן ; אַז דער משכן, וואָס איז געווען אַ „דירת עראי" צום אויבערשטןמו, איז בעיקר געווען געבויט פון (קרשים) ארזים — צומח, און דער ביהמ"ק, וואָס איז געווען אַ „דירת קבע" של הקב"המז, איז געווען געבויט בעיקר פון אבניםמח — דומם, וואָס איז נידעריקערמט פון סוג הצומחס.

אין אמת'ן אָבער, איז דער הסבר ניט גענוגנדיק; אויב מצד דעם עילוי הנ"ל וואָס איז דאָ אין לבנים (אַז ווען דער „עיר אלקינו" ווערט געבויט פון זיי18ווערט דורכגעפירט די כוונה פון „דירה בתחתונים" באופן יותר נעלה),

— האָבן די מצריים (זוכנדיק די העכסטע ענינים אין קדושה צו פאַרווענדן אין קליפּה, להבדיל) בלויז געדאַרפט וועלן אַז די בויאונג פון די ערי פּרעה, ערים דקליפּה, זאָל געטאָן ווערן (דורך אידן און) פון לבנים; אָבער ניט לייגן השתדלות אַז אויך דאָס אויסאַרבעטן פון די „לבנים" זאָל זיין דורך אידן. וויבאַלד אַז די מצריים האָבן געצוואונגען די אידן צו מאַכן די לבנים — ואדרבה; דער עיקר פון דעם „ויעבידו" איז געווען אין עשיית לבניםלא, איז דערפון משמע אַז אין דעם דריקט זיך טאַקע אויס דער תכלית העילוי (און דערפאַר האָבן זיך די מצריים אַזוי פאַרלייגט אויף דעם אַז אידן זאָלן „מאַכן לבנים" פאַר ערי פּרעה, בכדי צו האָבן אַ יניקה פון אָט דעם ענין נעלה וואָס טוט זיך אויף דורך „עשיית לבנים").

ו. בכדי צו פאַרשטיין אָט דעם עילוי אין עשיית לבנים, פאָדערט זיך פריער צו מבאר זיין גרינטלעכער דעם חילוק הנ"ל צווישן דעם משכן און בית המקדש — וואָס דער משכן איז געווען געבויט בעיקר פון צומח, און דער בית המקדש — פון דומם.

ווען דער משכן וואָלט אין זיך אינגאַנצן ניט געהאַט דעם סוג הדומם, וואָלט מען דאָס געקענט פאַרשטיין בפשטות — אַז אין אים האָט זיך נאָך איבערהויפּט ניט אויפגעטאָן די „דירה בתחתונים" אין דעם דומם וואָס „אין תחתון למטה ממנו" (און דאָס האָט זיך אויפגעטאָן ערשט אין ביהמ"ק). דער אמת איז דאָך אָבער, אַז אויך דער סוג הדומם איז געווען אַ טייל פון משכן; דער קרקע המשכן איז געווען פון עפר, און פּונקט ווי אין משכן בכלל, אַזוי אויך דאָרט, אין דעם קרקע המשכן, האָט זיך אויפגעטאָן דער „ושכנתי בתוכם". — ווי פאַרשטאַנדיק אויך פון דעם פּסק דין „ומן העפר אשר יהי' בקרקע המשכן יקח הכהן"נב,

און וויבאַלד אַזוי, אַז אויך אין משכן איז געווען המשכת אלקות אין אַזאַ תחתון „שאין תחתון למטה ממנו", פאַרוואָס איז ער טאַקע געווען געבויט פון „צומח" און ניט ווי דער ביהמ"ק — פון „דומם"?

ז. נאָר דער ביאור אויף דעם איז;

אָט דער עילוי וואָס טוט זיך אויף דורך המשכת אלקות למטה, בתחתונים, דריקט זיך אויס אויף צוויי אופנים;

א) דורך אַזאַ המשכה זאָגט זיך אַרויס דער תוקף בלתי מוגבל פון דעם אויבערשטנס אור, אַז ער איז „אין סוף" — ער האָט אויף זיך ניט קיין שום הגבלות, ביז ער ווערט נתפּשט און איז מאיר אויך אין דעם סוג היותר תחתון (וואָרום ווען דער אור וואָלט געהאַט אויף זיך וועלכע־סאיז הגבלות, וואָלט ער ניט קענען דערגרייכן אַזוי נידעריק).

[ובדוגמא ווי דאָס איז ביי אַן איש החסד; וואָס גרעסער זיין חסד איז, דערגרייכט זיין פּעולת הטוב צו אַלץ נידעריקערע מענטשן. און ווי מען זעט ביי אברהם אבינו, וואָס זיין מדת החסד איז געווען בלי גבוללג, האָט ער משפּיע געווען אַפילו צו א) ערביים ב) שהשתחוו (און צו וואָס) ג) לאבק שעל גבי רגליהםלד].

19ב) דורך דעם, וואָס דורך אָט דער המשכה ווערט גדולתו ית' דערקענט „בתחתונים", דריקט זיך אויס (ניט בלויז די אומבאַגרעניצטקייט פון דעם אור, וואָס ער דערגרייכט אויך למטה, נאָר אויך) די אמת'קייט פון אלקות, דערמיט וואָס אויך דער מטה, נבראים תחתונים (וואָס זיינען ניט אלקות) האָבן אין אים אַ הכרהסח.

און דער אויפטו אַז נבראים זיינען מכיר אלקות, שטעלט מיט זיך פאַר אַ פיל גרעסערן (חידוש ובמילא —) מעלה ווי דאָס וואָס דער אור אלקי דערגרייכט אויך למטה. וואָרום דאָ ווערט אמיתיות האלקות באַוויזן אויף אַזוי פיל, אַז אויך אַ זולת דערזעט און אַנערקענט דעם אמת. וע"ד מ"ש הרלב"גל ; וזה מסגולת האמת שהוא מסכים לעצמו מכל צד.

און וויבאַלד עס רעדט זיך וועגן אַ הכרה אין דער אמת'קייט פון אלקות מצד די נבראים למטה, איז ברור, אַז דאָס ווערט בעיקר ובאופן נעלה דערגרייכט דורך ראיות פון עניני הבריאה (מלמטלמ"ע), אַז די בריאה תחתונה גופא באַווייזט דעם אמת פון אלקות. אָבער אויך דאַן ווען די הכרה קומט מצד דעם גילוי פון דעם אור אלקי מלמעלה צו די נבראים — וואָס דאַן איז די הכרה ניט אַזוי שטאַרק און דורכדרינגענדיק — איז דאָך, אין דעם וואָס זיי זיינען מקבל דעם אור און באַנעמען דעם אמת אלקי, פאַראַן אַ גרעסערע מעלה ווי אין עצם הגילוי פון דעם אור פאַר זיך. וואָרום קבלת ההשפּעה איז טיפער פון דער השפּעה גופאנח, ובלשון הקבלה והחסידות: דער שרש הכלים איז העכער ווי דער שרש האור.

[און אויך אויף דעם איז דאָ די דוגמא פון איש החסדסח — זיין רצון צו טאָן טוב מיט אַנדערע מענטשן קומט (ניט בלויז מחמת דער נויטווענדיקייט20פון יענע וואָס דאַרפן אָנקומען צו זיין פּעולת הטוב, נאָר אויך) מצד זיין טבע ; וויבאַלד ער איז אַן איש הטוב, מאָנט זיך ביי אים, פון דער נאַטור, צו משפּיע זיין און מטיב זיין.

און ווי מען געפינט ביי אברהם אבינו, אַז בשעת ער האָט ניט געהאַט קיין אורחים וועמען צו משפּיע זיין חסדים, האָט ער דערפון געהאַט צערפט. ווייל זייענדיק בעצם אַ איש החסד, האָט דאָס זיך ביי אים געפאָדערט מצד זיין טבעפ; און דעריבער, איז כשם ווי דער גילוי פון זיין טבע בהשפּעת הטוב האָט אים פאַרשאַפט תענוג, אַזוי האָט דער העדר ההשפּעה פון זיין מדת החסד אים גורם געווען צער.

און דאָך זעט מען, אַז בשעת דער איש החסד איז משפּיע טוב צו אַ צווייטן און יענער איז מקבל די השפּעה, רופט דאָס ביי אים אַרויס נאָך אַ גרעסערן תענוג, מער ווי דער פאַרגעניגן וואָס אים פאַרשאַפט זיין השפּעת החסד — ווייל די קבלת ההשפּעה דערלאַנגט טיפער ווי די השפּעה גופא].

ח. און דאָס איז דער חילוק צווישן דעם משכן און דעם ביהמ"ק ; אין משכן איז געקומען צום אויסדרוק די אומבאַגרעניצטקייט פון דעם אור אלקי, ווי ער קומט אַראָפּ מלמעלה און ווערט נמשך אויך למטה מטה, ביז אין סוג הדומם; און אין ביהמ"ק האָט זיך אויפגעטאָן, אַז דער תחתון גופא — דער סוג הדומם — איז געוואָרן אַ כלי צו אלקות.

און דערפאַר איז אין משכן געווען אויסגעשטעלט דער סדר בדרך מלמעלה למטה; דער דאָך פון משכן איז געווען מלמעלה למטה — פון אילים ותחשים ועזים וצמר*1) — פון סוג החי, די ווענט (נידעריקער פון דאָך) — פון סוג הצומח, און קרקע המשכן וואָס איז גאָר למטה — איז געווען עפר (דומם). אין ביהמ"ק אָבער איז געווען פאַרקערט; דער עיקר און הויפּטזאַך פון זיין בניןמב איז געווען דער סוג פון דומם — פון אים איז געווען געבויט דער גאַנצער ביהמ"ק — און די כלונסאות של ארז (צומח) וואָס זיינען אין אים געווען איינגעבויט, זיינען בלויז געווען אַ טפלמח, נאָר בכדי צו אונטערשפּאַרן די ווענט וכיו"ב *4*).

בשעת דער עילוי פון דעם „תחתון" באַשטייט בלויז דערין וואָס דורך אים דריקט זיך אויס דער בלי גבול פונעם אור אלקי, ווייזנדיק אַז ער ווערט נמשך אַפילו למטה (אָבער ניט אַז דער תחתון גופא ברענגט מיט21זיך אַרויס דעם עילוי), דאַן באַקומט ער (דער תחתון) די השפּעה צום סאַמע ענדע, דאָס מיינט אין אַ נידעריקע דרגא. וואָרום וויבאַלד דאָ רעדט זיך דאָך וועגן המשכת האור, און זיין המשכה איז דאָך אין דעם סדר פון „מלמעלה למטה"; פריער ווערט ער נמשך אין העכערע מדריגות, און דערנאָך — אין נידעריקערע מדריגות, קומען די נידעריקע מדריגות נאָך (אויך במעלה) די העכערע. און אַזוי איז געווען אין מישכן.

בעת אָבער אַז דער עילוי באַשטייט אין דעם תחתון גופא, וואָס ער ווערט אַ כלי צו אלקות, ער איז מכיר גדולתו ית', איז דאָך מובן, אַז דער עיקר החשיבות איז אין דעם תחתון וואָס „אין תחתון למטה ממנו"פה. און דערפאַר איז אין ביהמ"ק געווען דומם דער עיקרמח.

ט. אעפּ"י אַז אין ביהמ"ק האָט זיך אויפגעטאָן דער ענין אַז תחתונים גופא זאָלן זיין כלים צו אלקות (ניט בלויז וואָס דער אור ווערט נמשך אין זיי), פונדעסטוועגן האָט זיך אין אים נאָך אַלץ ניט אויפגעטאָן דער אמת'ער ענין פון „דירה בתחתונים". דער תכלית האמיתי פון דירה בתחתונים וועט ערשט דערגרייכט ווערן לעתיד לבוא, אין דעם זמן פון ימות המשיח ובפרט אין דעם זמן פון תחיית המתיםמד, אָבער אין ביהמ"ק איז די „דירת קבע של הקב"ה" געווען בלויז „מעין עולם הבא"ז — ניט די תכלית השלימות און אמיתיות פון דירה בתחתונים.

וועט מען עס פאַרשטיין לויט דעם ידוע'דיקן וואָרטמח פון דעם אַלטן רבי'ן — בעל ההילולא — אויף דעם וואָס ס'ווערט געזאָגט; „נתאווה הקב"ה להיות לו ית' דירה בתחתונים", אַז „אויף אַ תאוה איז קיין קשיא ניט". ד. ה. אַז דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט געוואָלט האָבן אַ „דירה בתחתונים" איז עס ניט מצד אַ טעםפט, נאָר דאָס איז בבחי' „תאוה", כביכול, וואָס איז העכער פון צו האָבן אויף זיך אַ טעםנ.

22דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז אָט־די „דירה בתחתונים" — אַלס תכלית פון „נתאצוה הקב"ה" (למעלה מהטעם), מיינט ניט אַז דערמיט ווערט דערגרייכט אַן אויפטו פון אַ געוויסער מעלה און שלימות — וואָרום אויב יע, הייסט עס דאָך דאַן אַז די מעלה גופא איז אַ טעם אויפן רצן צו דער „דירה" — נאָר דווקא אַזאַ אויפטו וואָס קען ניט באַנומען ווערן ווי אַ מעלה און שלימותעא ; און דווקא דאָס איז די אמת'ע דירה בתחתונים דורך וועלכער עס ווערט אויסגעפירט די תכלית הכוונה פון „נתאווה הקב"ה כו'".

און דערפאַר איז ביי דעם (משכן און) ביהמ"ק נאָך ניט צוגעקומען צו דעם אמת'ן תכלית פון „דירה בתחתונים", וואָס צו דעם איז נתאווה הקב"ה — וויבאַלד דאָס איז געווען אַזאַ „דירה" וואו ס'האָט זיך יע אויסגעדריקט אַ באַשטימטע מעלהעב — וואָס (דער אור איז נמשך געוואָרן ביז למטה מטה, אָדער וואָס אויך) די נבראים תחתונים זיינען דערהויבן געוואָרן צו ווערן אַ כלי צו אלקות.

י. אין וואָס באַשטייט יע דער אמת'ער אופן פון „דירה בתחתונים" וואו עס פירט זיך אויס דער תכלית פון „נתאווה הקב"ה"?

זאָגט דער אַלטער רבימד, אַז דאָס איז אין דער נידעריקסטער נידעריקייט, אין דעם „תחתון שאין תחתון למטה ממנו בענין הסתר אורו ית' וחושך כפול ומכופּל עד שהוא מלא קליפות וסט"א שהן נגד ה' ממש לומר אני ואפסי עוד" — דאָס מיינט ; אין אַזאַ תחתון וואָס האָט כלל קיין שייכות ניט צו אלקות [ס'איז ניט שייך אַז אין אים זאָל מאיר זיין קיין אור און אַוודאי ניט אַז ער זאָל זיין אַ כלי צו אלקות] און אדרבה; ער איז פול מיט קליפּות וסטרא אחרא וואָס זייער גאַנצער וועזן שטעלט מיט זיך פאַר דעם הרגש פון „אני ואפסי עוד", דעם סאַמע היפּך פון אלקות — נגד ה' ממש, און דאָרט האָט דער אויבערשטער געוואָלט האָבן זיין „דירה לו ית'".

ווען אַ איד נעמט די ענינים „תחתונים" וואָס זיינען פול מיט קליפּות וסט"א וועלכע זיינען מנגד צו אלקות, און דאָרט מאַכט ער אויף אַ דירה לו ית' (ניט דורך זוכן מגלה זיין דעם טוב און קדושה וואָס זאָל זיין באַהאַלטן אין זיי פון פריער, ווייל אדרבה, זייער גאַנצער וועזן איז „נגד ה' ממש", נאָר) דורך צעברעכן און מבטל זיין23די סט"א אינגאַנצן, אַזוי אַז די „דירה" צום אויבערשטן ווערט געשאַפן אויסשליסלעך מצד דער עבודה פון אידן אין אַן אופן פון התחדשותעג — דאָס איז די „דירה" וואָס „נתאווהעד הקב"ה"טו.

און אָט־דער ענין, אויפצומאַכן אַ דירה לו ית' אויך דאָרט וואו די נבראים תחתונים זיינען „נגד ה' ממש", האָט ניט קיין טעם אין שכל און עס האָט ניט קיין אָרט מצד בחי' הגילוייםיח24— היות אַז דאָ איז ניט שייך צו פּועל זיין אין זיי ניט דורך המשכת האור און אַפילו ניט דורכן שרש הכלים (וויבאַלד אַז זיי קענען ניט זיין קיין כלים צום אור, כנ"ל) ; דאָס קען אויפגעטאָן ווערן בלויז מיטן כח וואָס קומט פן עצמותו ית' אַלייןעז (וואָס ער איז דאָך דער וואָס „נתאווה" צו דער דאָזיקער דירה) — וואָרום „הוא לבדו בכחו ויכלתו לברוא יש מאין ואפס המוחלט ממש"378) — און אָט־דעם כח האָט ער געגעבן כביכול צו אידן, אַז אויך זיי זאָלן קענען אויפמאַכן אַ דירה לו ית' בתחתונים אין אַן אופן פון אַ נייער שאַפונג לגמרי, כנ"ליט.

יא. עפּ"י הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין דעם טעם וואָס דער עיקר עבודה אין גלות מצרים איז באַשטאַנען אין „עשיית לבנים";

דער סדר פון עשיית לבנים איז, אַז נאָכדעם ווי מען לייגט אַריין דעם געקנאָטענעם ליים אין דעם „מלבן" וואָס פורעמט אויס דעם ציור פון לבנים, ווערן זיי דורכגעברענט אין אַ קאַלכאויווןל, בכדי זיי זאָלן ווערן פאַרהאַרטעוועט און שטאַרק אַזוי ווי אבנים, און ווי עס שטייט (ביים דור הפלגהא); „נלבנה לבנים ונשרפה לשריפה ותהי להם הלבנה לאבן"יא — דורך „ונשרפה לשריפה" איז „ותהי להם הלבינה לאבן", אַז די לבנים באַקומען די האַרטקייט און שטאַרקייט פון אבנים (שבידי שמים) און מען קען פון זיי בויען אַ בנין (דקדושה)פב.

און וויבאַלד אַז אָט־די שטאַרקייט פון די לבנים קומט דוקא דורך דעם וואָס מען ברענט זיי אין פייער — וואָס ביי כלי חרס איז דער דיןפא, אַז נאָכן דורכברענען די כלי הייסט זי אַ נייע מציאות, „פּנים חדשות"פד — איז עס דאָך25[ניט קיין שטאַרקייט וואָס איז פאַראַן אין זיי און דער מענטש איז דאָס בלויז מגלה דורכן דורכברענען זיי, נאָר] אַ נייע שאַפונג וועלכע ווערט אויפגעטאָן בעיקר דורכן מענטשן — וואָס ברענט זיי דורך און איז מבטל זייער פריערדיקע מציאות.

און דערפאַר ווייזט עשיית לבנים (ווען דאָס ווערט געטאָן מיטן צוועק צו בויען מיט זיי דעם „עיר אלקינו") אויף דער עבודה פון אויפמאַכן אַ דירה לו ית' בתחתונים ;

כשם ווי „עשיית לבנים" באַשטייט פון די צוויי ענינים ; (א) דורכברענען און מבטל זיין דעם ציור פון „לבנים", וואָס ווייזט אויף „סטרא דמסאבותא"ג און (ב) אַז דאָס וואָס די לבנים ווערן „קשים וחזקים כאבנים" — די קדושה'דיקע שטאַרקייט אַזוי ווי אבנים שבידי שמים — איז עס לגמרי אַ נייע מציאות וואָס ווערט געשאַפן דורך דער אַרבעט פונעם אדם;

אַזוי זיינען אויך ביי דער עבודה פון „דירה בתחתונים" פאַראַן ביידע ענינים; (א) דאָס ווערט אויפגעטאָן דורך צעברעכן און מבטל זיין די קליפּה וסט"א וואָס די וועלט איז געווען פול מיט זיי, און (ב) דאָס איז לגמרי אַ נייע שאַפונג וואָס קומט דורך עבודת האדם.

און דאָס איז דער טעם וואָס דער עיקר עבודה אין זמן הגלות, אָנהויבנדיק פון גלות מצרים (שרש לכל הגליותנח), באַשטייט אין עשיית לבנים — ווייל היות אַז דער תכלית השלימות פון דירה בתחתונים וואָס וועט זיין בימות המשיח ותחיית המתים איז „תלוי במעשינו ועבודתינו כל זמן משך הגלות"פז, דאַרף דעריבער בדוגמא לזה אויך אונזער עבודה אין וועלט בזמן משך הגלות באַשטיין אין „עשיית לבנים" —

יעדער ענין אין וועלט הייבט זיך דאָך אָן אין תורה, תורת חיים — איז דאָס — „דא ליבון הלכתא"פח, וואָס דורך דעם וועט מען זוכה זיין אין תורה — „לגילוי פּנימי' התורה לע"ל להיות אראנו נפלאות"ל, און אין וועלט, אַז די וועלט וועט זיין בתכלית שלימות בריאתוצ, דער תכלית השלימות פון דירה בתחתונים, בביאת משיח צדקינו, בקרוב ממש.

(משיחות ש"פ בלק תשכ"ד

וש"פ שמות תשכ"ו)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-6sxtz3fc

Copies

Recent activity

#184 Likkutei Sichos vol 6: machine reading · approved
#122 Likkutei Sichos vol 6: machine reading · closed

Sources