עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos and letters 5

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

428י"א ניסן

עס איז דאָ אַ הבטחה אין תורה שבכתבא, און אַזוי ווערט אָפּגעפּסקנט אויך אין תורה שבעל פהב, און עס ווערט אויך ערקלערט דורך תורת חסידות חב"דג, אַז „ואברכה מברכך", ד. ה. אַז דער וואָס בענטשט אַ אידן, איז דער אויבערשטער מבטיח, אַז ער וועט אים בענטשן.

וואָס ברכתו של הקב"ה, זאָגט ער אין מדרשד, איז תוספתו מרובה על העיקר. ווי גרויס עס זאָל ניט זיין דער „עיקר" וואָס הנותן בעין יפה נותןה און בעין יפה מברךו, איז אין ברכתו של הקב"ה פאַראַן ניט נאָר דער עיקר נאָר אויך אַ תוספות, און וואָס פאַר אַ תוספות — אַ תוספות שמרובה על העיקר.

דער ביאור אין דעם:

כללות ענין הברכה איז המשכה פון שרש ומקורז, ווי עס איז ידוע אַז ברכה איז מלשון המבריך את הגפן, וכמבואר הראי' ממ"ש איש אשר כברכתו ברך אותם. ד. ה. אַז ברכה טוהט ניט אויף קיין נייע זאַך נאָר זי איז ממשיך דאָס וואָס איז שוין דאָ אין מקור. נאָר אַזוי ווי עס קען דאָך בלייבען בהעלם, אָדער — נאָר ברוחניות, אָדער עס קען אַראָפּקומען בגילוי ערשט לאחר זמן, אויף דעם איז ענין הברכה, אַז ער איז דאָס ממשיך בגילוי למטה מטה. משא"כ ברכתו של הקב"ה טוהט אויף אַ נייע זאַך, דאָס וואָס עס איז ניטאָ אפילו אין מקור.

דאָס הייסט, אַז אין ברכתו של הקב"ה איז דאָ אויך די מעלה פון תפלה. וואָס תפלה האָט דאָך אַ מעלה אויף ברכה דערמיט וואָס זי טוהט אויף אויך אַ רצון חדש, יהי רצוןח, איז ווי אין תפלתו של בשר ודם, אַזוי ברכתו של הקב"ה האָט אויך די מעלה, אַז זי טוהט אויף אַ נייעם ענין, וואָס איז העכער פון שרש ומקור של הנברא המתברך.

פון דעם איז מובן, אַז דאָס וואָס מען זאָגט אַז אין דער ברכה פון „ואברכה" איז דאָ אַ תוספות מרובה על העיקר פון דער ברכה פון דעם „מברכך", איז דאָס ניט סתם אַ תוספות, צוויי מאָל אַזוי פיל, דריי מאָל אַזוי פיל אָדער נאָך מערער, אָבער אַלץ בערך ובמדידה והגבלה, נאָר ס'איז אַן ענין שבאין ערוך, וואָרום וויבאַלד אַז429דער אויבערשטער איז ניט געבונדן ח"ו מיט שרש ומקור הנבראים, קען ער דאָך געבן בלי גבול.

4

וויבאַלד אַז דאָס איז אַן ענין וואָס עס שטייט אין תושב"כ, און אָפּגעפּסקנט אין תושבע"פ ביז אין תלמוד ירושלמי, ועאכ"ו אַז אויך אין בבלי, איז דאָך דאָ דער דין אין חו"מט, און דער אַלטער רבי בריינגט עס אין הלכות תלמוד תורהי, אַז דאָס וואָס עס שטייט טעה בדבר משנה חוזריא, וויילע אַ משנה דאַרפן אַלע וויסן, דאָס איז געווען בזמן הגמרא. אָבער בזמן הגאונים איז די זעלבע זאַך ניט נאָר בנוגע אַ דבר משנה, נאָר אויך בנוגע אַלע ענינים וועלכע שטייען אין גמרא, ובזמנינו איז דאָס אויך בנוגע אַלע ענינים וועלכע שטייען אין פּוסקי ישראל, אפילו פון די שפּעטערדיקע דורות.

איז דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז וויבאַלד דער ענין פון „ואברכה מברכך" איז אַ גמרא מפורשת, איז דאָס אַ דבר ידוע ומפורסם לכל.

בנוגע לענינינו: עס זיינען פאַראַן כמה וכמה וואָס האָבן געבענטשט, און געוויס בעין יפה ובלבב שלם, איז באמת האָט מען געדאַרפט יעדערן באַזונדער ענטפערן וכמנהג העולם,

וויבאַלד אָבער אַז דאָס איז אַ דבר ידוע ומפורסם, איז, ווי דער לשון אין ירושלמייב „כבר מילתי' אמורה", אַז ס'איז שוין אָפּגעפּסקנט פון דעם אויבערשטן אַליין, אַז ער אַליין בענטשט יעדערן בתוספות מרובה על העיקר, און ניט נאָר אַ ריבוי שבערך נאָר אַ ריבוי שלא בערך, כנ"ל,

עס זאָל זיין ימים על ימי מלך תוסיף, וואָס כל ישראל מלכים הםיג. אַז דאָס וואָס עס קומט יעדערן בזכותו, און דאָס וואָס עס קומט במזלויד, און דאָס וואָס עס קומט מלמעלה וואָס איז משנה את המזלטו, זאָל צוקומען אין דעם נאָך דער „תוסיף", און עס זאָל אַראָפּקומען ביז אין קצה הארץ, און ביז אַז ישב עולם לפני אלקיםטז, אין בני חיי ומזוני רויחי כפשוטו, און אויך אין בני חיי ומזוני רויחי בענינים רוחנים.

430אָבער — דער מנהג העולם, וואָס מנהג ישראל תורה היאיז איז דאָך, אַז מען זאָגט צו יעדערן באַזונדער, איז די וואָס זיינען דאָ, זאָג איך דאָס צו יעדערן באַזונדער. און בעט מ'זאָל עס איבערגעבן אויך לאת אשר איננו פה, אַז ס'איז כאילו ווי ער וואָלט געווען דאָ, און איך וואָלט עס אים געזאָגט באותו מעמד ומצב, מעמד פון (כו"כ) עשרה מישראל וואָס שכינתא שריאיח,

אַז עס זאָל מקויים ווערן בפועל ממש אָן העלמות והסתרים, און בטוב הנראה והנגלה, ברכתו של הקב"ה בתוספת מרובה על העיקר, ביז אין בני חיי ומזוני רויחי, כנ"ל.

(צוה לנגן הניגון והריקתי לכם ברכה עד בלי די. באמצע הניגון הפסיק ואמר:)

עס איז דאָך אעלה את ירושלים על ראש שמחתי — דער אָרט וואו ס'איז געווען „יראה שלם"יט, וואו ס'איז נתגלה געוואָרן תורת החסידות, ובפרט תורת חסידות חב"ד, וואָס די ממשיכים בזה זיינען דאָך די אידן וואָס אין רוסלאַנד און במדינות הסמוכות, סיי די וואָס געפינען זיך נאָך איצט דאָרטן, סיי די וואָס געפינען זיך איצט מבחוץ פון די מדינות, ובפרט די אין כפר חב"ד

וואָס זיי אַלע זיינען דאָך נוטלים חלק בראש,

אויך די וואָס האָבן ניט געקענט שרייבן אָדער איבערגעבן וכו', איז דאָס אָבער כאילו וכו',

זאָל דער אויבערשטער בענטשן אַז יוציאם מן המיצר אל המרחב, עם כל הפירושים, בקרוב ממש, ובשובע שמחות, ובטוב הנראה והנגלה,

ובתוך כלל ישראל — זאָל זיין והריקתי לכם ברכה עד בלי די, עד שיבלו שפתותיכם מלומר דיכ.

(ניגנו עוד פעם את הניגון בריקוד. ואחרי הניגון והריקוד, אמר את המאמר ד"ה גדול העונה אמן יותר מהמברך).

(משיחת י"א ניסן תשכ"ב)

431ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א לאנ"ש שי' שברכו אותו

י"א ניסן — אחרי תפלת מנחה

י"א ניסן ה'תשל"ז

דער אויבערשטער זאָל געבן די אַלע און — אין וועמעס נאָמען מ'רעדט בכלל, און לכאו"א בפרט,

אין אַן אופן פון כל המברך מתברך בברכתו של הקב"ה שתוספתו מרובה על העיקר7,

הצלחה אין אַלע ענינים הכלליים והפרטיים, און אין אַלע ענינים פון כלל ישראל, וואָס יעדער איינער קען טאָן אין דעם — ובהרחבה.

חג הפסח כשר ושמח, און די הכנות צו פּסח זאָלן זיין מתוך שמחה והרחבה,

און גרייטן זיך צו אַ שנת גאולה, און שנת אורה, ביז שנת תורה,

און הערן בשורות טובות בטוב הנראה והנגלה למטה מעשרה טפחים, ביז צו ביאת משיח צדקנו בקרוב ממש.

י"א ניסן ה'תשל"ח

זאָל דער אויבערשטער ממלא זיין די ברכות וואָס אידן בענטשן אידן — און וואָס יעדער איד בענטשט יעדער אידן און אַלע אידן — בטוב הנראה והנגלה למטה מעשרה טפחים, ובעגלא דידן,

און ס'זאָלן מקויים ווערן די ברכות במיוחדא, און מ'זאָל גיין צוזאַמען לקבל פּני משיח צדקנו בקרוב ממש,

און זיכער וועט מקויים ווערן מאמר רז"לב אַז כל המברך מתברך, אַז דער אויבערשטער איז מבטיח ואברכה מברכיךג, בברכתו של הקב"ה, וואָס תוספתו מרובה על העיקרד,

432ביז ה' גו' יוסף, עליכם ככם אלף פעמים גו'ה, וואָס דאָס זאָגט משה מעצמוו, און דער אויבערשטער וועט געבן נאָכמער און נאָכמער ביז אין אַן אופן פון א"סו,

ולמטה מעשרה טפחים נשמות בגופים,

ונאכלז שם מן הזבחיםח ומן הפסחיםט, בקרוב ממש.

433ויהי רצון מהשם יתברך אשר, על פי המבואר בסידור זה*(בתחלתו „השכמת הבקר"), תרגיל את עצמך להתבונן לפני מי אתה עומד „לפני מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא כמו שכתוב הלא את השמים ואת הארץ אני מלא וכו'",

שעל ידי זה בודאי תזדרז בלימוד התורה ובקיום מצותי' ובהנהגה טובה בכלל ובאופן דמוסיף והולך ואור,

וכל זה — בשמחה וטוב לבב,

ועד אשר בצדק תוכל לאמר — בלשון הכתוב: בך הוי' חסיתי אל אבושה לעולם, כמופת הייתי לרבים ואתה מחסי עוז,

והודיעה תורתנו תורת חיים אשר,

קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו.

בברכת הצלחה בכל האמור

הפ"נ יקרא, בלי נדר, על הציון הקדוש.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-5ngeam44

Copies

Recent activity

#191 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · approved
#133 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · closed

Sources