עברית
Library

Likkutei Sichos

Pirkei Avos 7

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

387פ"ה ב*

א. „בן הא הא אומר לפום צערא אגרא"א. איז מפרש דער ברטנורא: „כפי רוב הצער שאתה סובל בלימוד התורה ועשיית המצוה יהי' שכרך מרובה".

דער ענין פון באַקומען שכר פאַר מצות איז אַ חיוב ע"פ הלכה [ווי ס'איז מוכח אויך פון דעם וואָס דער רמב"ם ברענגט עס אין זיין (הלכה) ספר ה"יד"ב; און נאָכמער: ער איז אין דעם מאריך און מבאר כמה פרטי דינים*2]. ד.ה. אַז לויט די דינים פון תורה איז דער אויבערשטער כביכול „מחוייב" צו געבן שכר דעם מענטשן פאַר זיין עבודה, בדוגמאג צום חיוב פונעם בעה"ב צו באַצאָלן אַ פועל פאַר זיין אַרבעטד.

און דער חידוש פונעם מאמר „לפום צערא אגרא" (אין פשטות) באַשטייט אין דעם וואָס דער שכר ווערט גערעכענט לויט דעם צער, ניט לויט דער פעולה והתועלת והשבח. ועפ"ז — ווען דעם מענטשנ'ס עבודה ברענגט ווייניק תועלת, ביז אַז „ההוצאה והצער והטורח יתרים על השבח"ה (זיין האָרעוואַניע און צער כו' זיינען מער ווי זייער תוצאה און אויפטו), רעכנט מען דעם שכר ניט לויט דעם שבח נאָר ער באַקומט דעם פולן שכר פאַר זיין אַרבעט און זיין צער.

דאַרף מען פאַרשטיין:

שכר המצות איז מלכתחילה פאַרבונדען מיט דער הוצאה וטרחא ועמל וצער וואָס זיי פאַרלאַנגען, וכמחז"ל בכו"כ מקומות: אם בחוקותי תלכו, שתהיו עמלים בתורהו כו' ונתתי גשמיכם גו', עובד כו' לא עבדו כו' אינו דומה שונה פרקו מאה פעמים לשונה פרקו מאה ואחד כו' בשני זוזיז (מפני שמשנה רגילותוח), ונפש כי תקריבט כו' מי דרכו להביא מנחה עני מעלה אני עליו כאילו הקריב נפשוי. ועוד ועוד.

ועד"ז באַ אַ בעה"ב ופועל: דאָס וואָס מ'געפינט (אין ש"ס און פוסקים) *י, אַז מ'צאָלט אַ פועל בלויז דעם „שבח" ווען די הוצאה איז „יתירה על השבח" איז388נאָר אין באַשטימטע פאַלן: ווען דער בעה"ב האָט דעם פועל ניט געדונגען, נאָר דער פועל האָט עס געטאָן על דעת עצמו („היורד לתוך שדה חבירו ונטעה שלא ברשות"יא), אָדער ווען ער האָט געטאָן אַנדערש ווי דער בעה"ב האָט אים אָנגעזאָגט („אדום וצבעו שחור, שחור וצבעו אדום"יב), אָדער ווען ער האָט מזיק געווען בכוונה („צבעו כאור"יג).

אָבער ווען דער פועל האָט געטאָן די מלאכה אַזוי ווי דער בעה"ב האָט אים געהייסן, דאַן איז אויך אין פאַל אַז די יציאה איז יתירה על השבח, און אפילו ווען ער האָט גאַרניט אויפגעטאָן — זיין אַרבעט האָט ניט געבראַכט די תועלת וואָס זי האָט געדאַרפט ברענגען, ווי „השוכר את הפועל להביא כרוב ודורמסקנין לחולה והלך ומצאו שמת כו'"יד, וויבאַלד אַז „עביד שליח שליחותי'", ער פון זיין זייט האָט געטאָן די מלאכה בשלימות (נאָר צוליב אַ געוויסער סיבה האָט זיך ניט אויסגעפירט דער תכלית ומכוון פון דער מלאכה), איז דער דין, אַז „נותן לו שכרו משלם"יד (אפילו אין פאַל ווען „שכרוהו בשביל החולה יותר ממה שהי' ראוי לשוכרו"טו).

איז בכן ניט מובן: וויבאַלד אַז בנדו"ד איז „עביד שליח שליחותי'", ער האָט געטאָן וויפל ער קען אין תומ"צ, און נאָכמער — די אַרבעט האָט געבראַכט תועלת (כאָטש אפילו זי איז קליין אין פאַרגלייך מיט דער טירחא וצער), איז דאָך כש"כ אַז מען דאַרף באַצאָלן דעם שכר בשלימותטז, כולל אויך זיין הוצאה (צער)יז אע"פ וואָס די הוצאה איז יתירה על השבח — היינט אין וואָס באַשטייט דער חידוש פון „לפום צערא אגרא"?

389ב. אין די אויבנדערמאָנטע דינים איז די טירחא און מלאכה (די „הוצאה") פון דעם פועל אַ באַזונדער זאַך פון דער תועלת (ו"שבח"), וואָס דער בעה"ב וועט האָבן אַלס תוצאה פון זיין מלאכה; און אפילו ווען „עביד שליח שליחותי'" איז דאָס בלויז וואָס ער האָט געטאָן זיין פעולה בשלימות, אָבער דורך דעם האָט זיך ניט (אַלעמאָל) אויפגעטאָן דער מכוון צוליב וואָס דער בעה"ב האָט אים געדונגען.

אָבער בנדו"ד איז דער „צערא" פון קיום התומ"צ ניט קיין באַזונדער זאַך פון דעם ריוח ושבח; און ווי דער רמב"ם זאָגט אין „שמונה פרקים"יח: „שהמתאוה לעבירות ונכסף אליהם הוא יותר חשוב ויותר שלם מאשר לא יתאוה אליהם ולא יצטער בהנחתם כו' ולא דים זה עד שיאמר ששכר המושל בנפשויט גדול לפי רוב צערו במשלו בנפשו ואמרו לפום צערא אגרא ויותר מזה שהם ציוו להיות האדם מתאוה לעבירותכ כו' לא יאמר אדם אי אפשי כו' אלא אפשי ומה אעשה אבי בשמים גזר עלי".

ולפ"ז איז נאָכמער ניט פאַרשטאַנדיק וואָס איז דער חידוש אין לפום צערא אגרא: די הוצאה און צער גופא איז אַן ענין פון שבח, ביז אַז אויף דעם איז ער גאָר נצטווהכא געוואָרןכב — היינט וואָס איז דער חידוש אַז ער באַקומט שכר פאַר „צערא"?

ודוחק גדול לומר אַז דאָס איז טאַקע דער אויפטו פון דער משנה און זי איז דער מקור אויף דעם, וכפשטות לשון הרמב"ם וואָס בריינגט איר בנדו"ז — וויבאַלד אַז עס זיינען דאָ אַ ריבוי מחז"ל בזה, כנ"ל.

ג. והביאור בזה י"ל: מיט „לפום צערא אגרא" מיינט די משנה מחדש זיין: צערא סתם, יעדער צער, וביותר ובמיוחד אַ צער אמתי (אָן דעם צומיש פון דעם תענוג וואָס ער איז מקיים אַ ציווי, וואָרום עס רעדט זיך וועגן) אַזאַ צער אין תומ"צ וואָס דער אדם איז אין דעם ניט מחויב, נאָר ער אַליין נעמט דאָס אויף זיך —

[ועפ"ז יומתק וואָס די משנה „לפום צערא אגרא" שטייט אין מס' אבות ובסיומא וחותמה — וועלכע רעדט וועגן „מילי דחסידותא"כג, ענינים וואָס זיינען לפנים משורת הדין, כדלקמן סעיף ה',

און ווי ס'איז אויך מרומז אין דעם וואָס די משנה רופט אָן דעם בעל המאמר (פון „לפום צערא אגרא") ניט מיט זיין פרטיות'דיקן נאָמען, נאָר מיטן כינוי „בן הא הא", וואָס איז מדגיש אַז390ער איז אַ גר („בן אברהם ושרה שנתוסף ה"א בשמם")כד — צו אָנדייטןכה, אַז דאָ רעדט זיך ווען ער איז מקבל אויף זיך אַ צער אין וועלכן ער איז כלל ניט מחויב, בדוגמא צו דער גאַנצער מציאות (כקטן שנולד) פון אַ גר: ער איז זיך מגיירכו, וואָס איז ניטאָ כלל קיין חיוב בזה, ולאידך נעמט ער אויף זיך די שוועריקייט און צער פון קיום כל התומ"צ] —

און דעריבער וואָלט געווען אַ הוה אמינא, אַז פאַר אַזאַ צער *כו באַקומט ער ניט קיין שכר, נאָר לויט זיין אויפטו און שבח — ווי ס'איז דער דין פון דעם וואָס באַאַרבעט שדה חברו על דעת עצמו, וואָס ער באַקומט שכר (ניט פאַר זיין פולער „יציאה") נאָר לויטן שיעור פון דער „שבח" — זאָגט די משנה „לפום צערא אגרא", אַז מ'גיט אים שכר אויך פאַר זיין טירחא און צער (הגם ער איז אויף דעם ניט אָנגעזאָגט געוואָרן).

ולהעיר — באַ אַ גר איז דאָס זיין גאַנצע מציאות — עס איז אָבער דאָ דוגמתו באַ יעדערן: באַ אַ הידור מצוה, אָדער הנהגה טובה, אָדער אַ מינוי לדבר שבקדושה וכו' — וואָס ער נעמט מעצמוכז אויף זיך *כז.

ד. מ'קען אָבער פרעגן: ווען איינער באַאַרבעט דעם חבר'ס פעלד, אויב דער בעה"ב האָט מגלה דעתו געווען, אַז עס איז אים ניחא, דאַרף ער באַצאָלן דעם פועל פאַר דער גאַנצער הוצאה (אפילו ווען די הוצאה איז מער ווי דער שבח)כח, ולפי"ז איז הדרא קושי' לדוכתא: וויבאַלד דעם אויבערשטן איז „ניחא"כט דאָס וואָס דער אדם טוט לפנים משורת הדין, דאָס וואָס ער איז ניט נצטווה געוואָרן — איז וואָס איז דער חידוש אַז „לפום צערא אגרא" [ביז אַז דאָס איז (כנ"ל ס"ג) אַן ענין פון מדת חסידות]?

דער ביאור בזה:

ווען מען נעמט אויף זיך אַ טירחא וצער (אין תומ"צ) ניט זייענדיק מחויב אין דעם — ווי אַ הידור מצוה אָדער אַ הנהגה טובה וכיו"ב, און דערנאָך (נאָך דעם קיום ג' פעמים) איז ער ניט מקיים דעם הידור והנהגה — קומט אויס אַז391זיין נעמען אויף זיך דעם צער (סתם, ניט אויסטייטשנדיק אַז דאָס איז „בלי נדר") *כט איז ווי אַ „פשיעה", עס איז גורם דעם שפעטערדיקן הפסדל —

[און עאכו"כ ביי גר שנתגייר וואָס איז דערנאָך ניט מקיים די מצוות ווי מ'דאַרף, איז זיין גיור אַזוי ווי אַ פשיעה. וואָרום וויבאַלד אַז „קשים גרים לישראל כספחת"לא דערפאַר וואָס „אין בקיאין בדקדוקי מצות וישראל למדין ממעשיהם"לב — און על פי דין דאַרף מען פריער באַוואָרענען און וואָרענען דעם גר וואָס וויל זיך מגייר זיין: „מה ראית שבאת להתגייר וכו' דאי פריש נפרוש כו'"לג — און היות אַז ער האָט זיך פאָרט מגייר געווען ניט פאַרטראַכנדיק וועגן די שוועריקייט וואָס קען דערפון אַרויסקומען (ניט צו מקיים זיין די מצות בדקדוקיהן) איז עס אַזוי ווי אַ „פשיעה" —

דעריבער, ווען ניט דער חידוש „לפום צערא אגרא" וואָלט מען געקענט אָננעמען, אַז ער באַקומט ניט קיין שכר פאַר דעם „צער" — ע"ד ווי אַ פּועל וואָס האָט זיך אונטערגענומען איבערצופירן „חבית ממקום למקום" און זיי זיינען צעבראָכן געוואָרן צוליב זיין פּשיעה (צוליב דעם וואָס ער האָט זיי געפירט אויף אַ מקולקל'דיקן וועג, וכיו"ב), וואָס דער דין איז, אַז דער בעה"ב דאַרף אים ניט באַצאָלן פאַר דער אַרבעט [און אַדרבה: דער פּועל דאַרף באַצאָלן פאַר די צעבראָכענע חביות]לד;

איז דער אויפטו פון „לפום צערא אגרא", אַז אויך ווען דער אָנגענומענער „צער" האָט גורם געווען אַ הפסד (כביכול) צום בעה"ב (הקב"ה)לה, אעפ"כ גיט מען אים שכר פאַר דעם „צער" און טרחא לפנים משורת הדין *לה; און אַזוי ווי ביים דערמאָנטן פאַל פון דעם וואָס איז „מעביר חביות ממקום למקום", אַז (אויב ער האָט ניט וואָס צו עסןלו) מצוה392היא לעשות לו לפנים משורת הדין וליתן לו שכרו"לז.

ה. און הגם אַז דער דין („מצוה היא לעשות לו לפנים משורת הדין וליתן לו שכרו") איז געזאָגט געוואָרן דוקא ווען דער בעה"ב האָט געדונגען דעם פּועל איבערצופירן די חביות — און בנדו"ד טוט ער דאָך דעם גיור וההידור והנהגה טובה מדעת עצמו — וויבאַלד אָבער דעם בעה"ב איז ניחא דעם פּועל'ס אַרבעט בכלל, איז אויך ווען ער האָט פּושע געווען אין איין פּרט

[לדוגמא, אַז איבערפירנדיק די חביות „במקום רעוע"*37 האָט זיך צעבראָכן נאָר איין חבית און דער ריוח פון די איבערגעפירטע חביות איז מער פונעם הפסד פון דער איינציקער צעבראָכענער חבית, וואָס דאַן איז דעם בעה"ב ניחא די פעולה פון איבערפירן די חביות (ער איז נאָר ניט צופרידן פון דעם אופן ווי ער האָט דאָס געטאָן)],

דאַרף דער בעה"ב מצד מדת חסידות אים געבן דעם פולן שכר פאַר זיין אַרבעט (אויך פאַרן איבערפירן די חבית וועלכע האָט זיך צעבראָכן). וואָרום היות דעם בעה"ב איז ניחא די פּעולה בכלל איז עס כאילו ער וואָלט אים געדונגען אויף דעםלח.

און דעריבער איז אויך אַזוי בנדו"ד, אַז וויבאַלד דעם בעה"ב (דעם אויבערשטן) איז ניחא וואָס דער אדם נעמט אויף זיךלט די טירחא און צער פון אַ הידור מצוה וכו' (ס'איז נאָר וואָס דער אופן פון זיין אָננעמען אויף זיך איז ניט כראוי. אָן צו מתנה זיין „בלי נדר")מ, גיט ער דעם גאַנצן שכר פאַר דעם צער — „לפום צערא אגרא".

און עד"ז איז ביי גר שנתגייר: היות אַז דער עצם גיור איז אַ דבר הרצוי ביים בעה"ב (ביים אויבערשטן)מא, איז הגם אַז ס'איז דערנאָך געווען ביי אים אַ „פּשיעה" אין דעם וואָס ער איז ניט מקיים די מצות מיט אַלע דקדוקים, באַקומט ער שכר פאַר זיין גיורמב (כאָטש דאָס האָט גורם געווען אַ הפסד)מג.

393ו. ויש לומר, אַז דאָס וואָס דער בעל המאמר פון „לפום צערא אגרא" ווערט דאָ אָנגערופן מיטן כינוי „בן הא הא" אויף צו מדגיש זיין אַז ער איז אַ גר, כנ"ל — הגם אויך ביי אַ (געבוירענעם) איד איז שייך אַזאַ ענין אַז ער זאָל אויף זיך אָננעמען אַ צער וטורח (בתומ"צ) וואָס ער איז ניט מחויב על פי דין — איז עס דערפאַר ווייל דווקא ביי גירות איז דאָ אַ קבלת צער אין וועלכן מ'איז אינגאַנצן ניט מחויבמד.

די הסברה אין דעם:

די גאַנצע בריאה פון אַ אידן איז „לשמש את קונו"מה. איז דערפון מובן, אַז מען דאַרף אויסנוצן אַלע זיינע כוחות אויף דעם שימוש — עבודת ה', ביז ווי רז"ל זאָגןמו, אַז יעדער איד איז „חייב לומר מתי יגיעו מעשי למעשה אבותי אברהם יצחק ויעקב". דעריבער איז ביי אַ אידן שווער צו געפינען אַ טרחא און צער אין עבודת ה' אין וועלכע ער איז כלל ניט מחויב. וואָרום אויך ענינים פון לפנים משורת הדין און מילי דחסידותא זיינען ססוף ניט קיין זאַכן וואָס אַ איד איז פטור פון זיי, וויבאַלד ער איז מחויב „לשמש את קונו" מיט אַלע זיינע כוחות.

משא"כ אַ גר שנתגייר איז פאַר זיין גירות איז אויף אים כלל ניט חל קיין חיוב זיך צו מגייר זיין (און אדרבה: גר שבא להתגייר אומרים לו מה ראית שבאת להתגייר כו'לג), אַזוי אַז די קבלת צער דורך גירות אויף צו מקיים זיין תומ"צ איז אין אַן אופן וואָס ער איז אין דעם כלל ניט מחויבמז.

פונדעסטוועגן ווערט דער ענין („לפום צערא אגרא") געבראַכט אין מס' אבות וואָס איז שייך צו אַלע אידן (און ניט נאָר צו גרים), ווייל אויך ווען אַ איד נעמט אויף זיך אַ תוספת צער אין תומ"צ אין וועלכן ער איז ניט מחויב ע"פ דין — ובפרט ווען דאָס איז ניט לויט זיין טבע ורגילות ביז אַז צוליב דעם (צער און שינוי הרגילות) איז דאָס ע"ד ווי ער נעמט אויף זיך אינגאַנצן אַ נייע זאַך — איז עס בדוגמא צו גר שנתגיירמח.

394נאָכמער: די משנה („לפום צערא אגרא") שטייט (לויט כמה גירסאותמט) דוקא בסיום (המשניותנ פון) מס' אבותנא, וואָס דאָס מיינט אַז דאָס איז די העכסטע מעלה אין „מילי דחסידותא", וכנ"ל, ווייל אין דער משנה רעדט זיך וועגן אַזאַ קבלת צער וואָס איז אינגאַנצן ניט לויט זיין טבע ורגילות און מהאי טעמא איז דאָס אַ דרגא הכי נעלית אין מדת חסידות.

ז. והנה, אויף דעם וואָס האָט זיך פריער גערעדט (סעיף א'), אַז דער שכר פון מצות איז אַ חיוב ע"פ הלכה (אַז על פי דין תורה דאַרף אַ איד קריגן שכר פאַר זיין עבודה פון תומ"צ), קען מען פרעגן:

דער גדר החיוב ביי מענטשן צו באַצאָלן אַ פועל פאַר זיין אַרבעט (אַ שכיר יום, אַ קבלן וכיו"ב) איז דוקא ביי אַזאַ וואָס האָט ניט אויף זיך קיין חיוב צו אַרבעטן פאַרן בעה"ב און זיין מלאכה איז צוליבן שכר. משא"כ אַן עבד וואָס האָט אויף זיך די התחייבות לשמש את רבו דערפאַר וואָס ער איז קנוי צו אים; און עד"ז ביי אַ בן וואָס איז מחויב צו באַדינען זיין פאָטער צוליב דער מצוה וחיוב פון כבוד אבנב — איז ביי זיי ניטאָ דער גדר פון באַצאָלן שכר פאַר זייער שימוש און עבודהנג.

היינט וויבאַלד אַז די שייכות פון אידן צום אויבערשטן איז „אם כבנים אם כעבדים"; און נאָכמער: די מטרה פון דעם אידנ'ס באַשאַף איז „לשמש את קונו", איז דאָך מובן, אַז דאָס וואָס אַ איד איז קנוי ומחויב „לשמש את קונו" איז דאָס (ע"פ הלכה) אין אַ פיל גרעסערער מאָס ווי דער קנין און חיוב פון אַן עבד לאדונו — און אַוודאי מער ווי דער חיוב פון דעם בן צו זיין פאָטערנד — טאָ ווי קען מען זאָגן אַז395דעם אידן קומט (ע"פ דין) אַ שכרנה פאַר זיין דינען דעם אויבערשטןנו?

ח. איז דער ביאור אין דעם:

וויבאַלד תורה ומצות זיינען געגעבן געוואָרן פון דעם אויבערשטן צו אידן, איז מובן אַז אין זיי זיינען פאַראַן גדרים מצד דעם נותן (דעם אויבערשטן), און גדרים מצד דעם מקבל (אידן)נז.

און דעריבער געפינט מען אין דער תורה צוויי קצוות: „אין דברי תורה מקבלין טומאה" — ווען עס לערנט זיי אַ איד וואָס איז ניט טהור — ווייל זיי זיינען „דברי (כאש)"נח: דעם אויבערשטנ'ס רייד; און פונדעסטוועגן איז „רב שמחל על כבודו כבודו מחול", דערפאַר וואָס די „תורה דילי' היא"נט (ס'איז (ווי) דעם רב'ס תורה). ד.ה. אין געוויסע ענינים איז די תורה געבליבן אין דער „בעלות" פון דעם אויבערשטן, און אין אַנדערע פּרטים איז זי איבערגעגעבן געוואָרן צו דעם מקבל, צום אידן.

און אַזוי ווי דאָס איז בנוגע תורה ומצות גופא, עד"ז איז עס אויך בשייכות דעם חיוב צו לערנען תורה און מקיים זיין מצות, אַז אין דעם זיינען פאַראַן די צוויי גדרים:

מצד דעם גדר הנותן איז דאָ אויפן אידן אַ חיוב צו מקיים זיין תומ"צ אינעם אופן ווי דער חיוב השימוש פון אַ בן לאביו און אַן עבד לרבו; און מצד דעם גדר המקבל איז זיין עסק אין תורה ומצות אין אַזאַ סוג חיוב וואָס איז (ע"פ תורה)נו פאַרבונדן מיט קבלת שכרס, אַזוי ווי אַ קבלן ושכירסא.

[די צוויי היפך'דיקע גדרים אין דעם חיוב פון קיום התומ"צ, זאָגן זיך אַרויס (אויך) אין דעם חילוק צווישן די צוויי סוגי מצוות — די מצות (ע"ז ג"ע ושפ"ד) וואָס ביי זיי איז „יהרג ואל יעבור" און די אַנדערע מצות, אויף וועלכע ס'ווערט געזאָגט „אשר יעשה אותם האדם וחי בהם, וחי בהם ולא שימות בהם"סב:

ביי די מצות איז מודגש זייער גדר החיוב מצד דעם מקבל, און דעריבער איז ביי זיי נוגע דער מקבל — ויתרה מזו — זיי מאַכן אויף דעם מקבל — כמחז"ל אַז בכדי עס זאָל זיין „לשמש את קוני" איז „נבראתי" — „וחי בהם"סג; משא"כ אין די דריי ענינים (מצות) הנ"ל, איז זייער עיקרסד גדר החיוב מצד הנותן, דערפאַרסה איז ביי זיי ניטאָ די396זאַך פון „יעבור" — „יהרג ואל יעבור"].

ט. דער ענין הנ"ל אינעם שכר פון תומ"צ, אַז דאָס איז מצד די גדרים פון מקבל, איז נאָכמער מודגש אין דעם, וואָס דער אופן השכר איז „לפום צערא", אויף וויפל דער מקבל האָט אין דעם געהאַט צער און טרחא.

און דערמיט קומט צו אַ ביאור נוסף אין דער שייכות פונעם מאמר „לפום צערא אגרא" צו מסכת אבות — מילי דחסידותא:

דער מושג פון „מילי דחסידותא" (לפנים משורת הדין) איז מתאים נאָר מצד המקבל. משא"כ מצד הנותן אַז כל תכליתו פון דעם אדם איז נאָר „לשמש את קונו", איז ניטאָ קיין הגבלה אין זיין חיוב צו דינען דעם אויבערשטן (ביז, כנ"ל סוף ס"ז, אַז ער איז דערפאַר מחויב זיך מוסר נפש זיין) און במילא איז אויך ניט שייך די הגדרה פון „לפנים משורת הדין"סו.

און דאָס גיט (נאָךסז) אַ הסברה וואָס מס' אבות הויבט זיך אָן מיטן לשון „משה קבל תורה מסיני" (און ניט אַז „הקב"ה נתן תורה למשה בסיני" וכיו"ב), וואָרום דער ענין פון „מילי דחסידותא" (דער תוכן פון מס' אבות) איז שייך נאָר אין פאַרבינדונג מיט „קבל", מיט גדר המקבל פון תומ"צ;

און נעוץ תחילתה בסופהסח — דערפאַר איז אויך דער סיום פון (די משניות פון) מס' אבות בענין השכרסט — און אין דעם גופא דער ענין פון „לפום צערא אגרא" — וואָס דאָס איז מצד גדר המקבל, כנ"ל.

יו"ד. דאָס וואָס אין „לפום צערא אגרא" דריקט זיך אויס „גדר המקבל" איז דאָס ניט נאָר אין דעם, וואָס דער שכר („אגרא") איז לויטן ערך פונעם צער וטרחא („לפום צערא"), נאָר אויך אין דעם „צערא" גופא, אין דעם אופן הצער והטרחא.

וויבאַלד אַז דאָ רעדט זיך (כנ"ל ס"ג) וועגן אַ צער אין עבודת התומ"צ וואָס דער מענטש איז אין דעם ניט מחויב ע"פ דין, נאָר ער איז דאָס אויף זיך מקבל אינגאַנצן מיט זיין אייגענעם ווילן — אין דער דוגמא ווי די קבלת המצות (צער) פון אַ גר, וואָס קומט אינגאַנצן פון זיין אייגענער בחירה און רצון (ניט האָבנדיק קיין חיוב מגייר זיין זיך, כנ"ל) — קומט אויס, אַז דער „צערא" בעבודת התומ"צ (צי ביים אָננעמען כללות המצות ביי אַ גר, אָדערע אַ מילתא דחסידותא וכיו"ב ביי אַ אידן) *ע געהערט אינגאַנצן צו דעם אדםעא.

397דערמיט קומט צו אַ הסברה נוספת אין דעם קישור פון סיום מס' אבות מיט איר אָנהויבסח (אין צוגאָב צו דעם וואָס ס'האָט זיך גערעדט אין סעיף ט'), ווייל אויך ביי קבלת התורה, ווען „משה קבל תורה מסיני" (וואָס אינעם לשון „קבל" איז מודגש דער גדר המקבל וענינו, כנ"ל שם), זיינען אַלע אידן געווען גריםעב.

יא. ע"פ כהנ"ל וועט אויך פאַרשטאַנדיק ווערן די שייכות פון דעם מאמר „בן הא הא אומר לפום צערא אגרא" צום מאמר וואָס שטייט גלייך פאַר דעם: „בן בג בג אומר הפך בה והפך בה כו'" [ביז אַז לויט כמה גירסאותעג זיינען ביידע מאמרים איין משנה]:

אויך בן בג בג איז געווען אַ גר (אָדער אַ בן גריםעד). און כשם ווי דער כינוי „בן הא הא" איז מרמז (כנ"ל ס"ג) אַז ער איז געווען אַ גר — „בן אברהם ושרה שנתוספו ה"א בשמם", אַזוי איז אויף דעם מרמז אויך דער כינוי „בן בג בג", ווייל „בג בג" איז בגימטריא ה' ה'עה [און אויך איז עס מרומז אין נוטריקון פון „בג בג"עו: „בן גר בן גיורת"עז].

און מצד דעם זעלבן טעם (ווי כנ"ל בנוגע „בן הא הא") ווערט דער בעלהמאמר אויך דאָ אָנגערופן (ניט מיט זיין398נאָמען, נאָר) מיטן כינוי „בן בג־ב* (וואָס דייטעט אָן אויף זיין גירות) — צו מרמז זיין אַז דאָס וואָס דער בעל המאמר איז געווען אַ גר האָט אַ שייכות צו זיין מאמרעח „הפך בה והפך בה"עט:

וויבאַלד אַ בן־נח איז מחויב אין די שבע מצוות, איז מובן, אַז אויך זיין לערנען תורה (די דינים ופרטים פון די ז' מצוות) כאָטש דאָס איז אַן ענין נעלה — ביז אַז „נכרי ועוסק בתורה הרי הוא ככהן גדול"פ — פונדעסטוועגן איז זיין עסק התורה ניט קיין מטרה פאַר זיך נאָר בלויז (ווי אַ „מיטל") צו וויסן ווי אַזוי צו מקיים זיין די מצוות, און ס'האָט ניט די מעלת הלימוד בתורה פון אַ אידן. דוקא ברגע ווען ער איז זיך מגייר און ווערט מחויב צו לערנען תורה אַלס אַ מצוה ותכלית פאַר זיך, דעמאָלט ווערט אין זיין לימוד התורה אויפגעטאָן אַ שינוי עיקרי, עס ווערט אין דעם דער עילוי און מעלה נפלאה פון — „הפך בה והפך בה דכולה בה".

און דאָס איז אויך די שייכות פון „בן בג בג" צום מאמר „הפך בה והפך בה" (ד. ה. אַז דאָס וואָס ס'האָט ביי אים אַרויסגערופן צו זאָגן דעם מאמר איז דאָס דערפאַר) ווייל דער ציווי ועילוי בתורה פון „הפך בה והפך בה" ווערט דערהערט ביי אַ גר באופן מיוחד.

ועפ"ז איז מובן דער קשר צווישן די צוויי מאמרים — „בן בג בג אומר הפך בה וכו'" און „בן הא הא אומר לפום צערא אגרא": דער תוכן פון ביידע מאמרים האָט אַ באַזונדערע שייכות צו אַ גר.

און ס'איז מדויק דער סדר פון די צוויי מאמרים — פריער דער מאמר „הפך בה כו'", וואָס רעדט זיך וועגן לימוד התורה (תלמוד), און דערנאָך דער מאמר „לפום צערא אגרא", וואָס דאָס איז דער צער וטרחא בנוגע מעשה המצות — וואָרום „תלמוד מביא לידי מעשה"פא.

יב. אַלע ענינים אין תורה — אויך די נעמען פון די בעלי המאמרים — זיינען בתכלית הדיוק. איז דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז די שייכות פון די צוויי מאמרים („הפך בה כו'" און „לפום צערא כו'") צו די צוויי חכמים (בן בג בג און בן הא הא) איז ניט נאָר אַ כללות'דיקע, מצד דעם וואָס זיי זיינען ביידע געווען גרים, נאָר אַז די צוויי באַזונדערע שמות זיינען מרמז אויף די ענינים שונים פון די צוויי מאמרים.

[אַ הוכחה אויף דעם: לויט איין דיעהפב זיינען „בן בג בג" און „בן הא הא" צוויי נעמען פון דעמזעלבן תנא. איז וויבאַלד אַז ביים מאמר „הפך בה" ווערט ער אָנגערופן „בן בג בג" און ביי „לפום צערא" — „בן הא הא"פג, מוז מען זאָגן, אַז דער אונטערשייד צווישן399די נעמען איז בהתאם צום חילוק בתוכן צווישן די צוויי מאמרים].

דער הסבר אין דעם:

אין דעם כינוי „בן הא הא" (בעל המאמר „לפום צערא אגרא") איז מער קענטיק דער אַנדייט אויף אַ גר ווי אינעם כינוי „בן בג בג"; בלשון פון רשב"ם (בשם הר"י בן הרא"ש)פד: שבג בג (וואָס איז נאָר בגימטריא ה' ה') יותר נסתר ונעלםפה.

און עד"ז איז דער חילוק צווישן זייערע מאמרים: אין „הפך בה" רעדט זיך וועגן אַן ענין וואָס איז „נסתר ונעלם", און מען דאַרף אין עם מהפך זיין און נאָכאַמאָל מהפך זיין, משא"כ „צערא" איז אַ גלוי'דיקע זאַך.

והביאור: „הפך בה והפך בה" מיינט בעיקר (וכנ"ל סי"א) דעם עסק התורה אַלס מטרה און תכלית פאַר זיך (לערנענדיק צוליב פאַרשטיין און משיג זיין תורת ה' און ניט נאָר „לדעת את המעשה"), איז מובן אַז דאָס נעמט אַרום ניט נאָר די עניני הלכה וואָס זיינען נוגע למעשה (גלוי'דיקע ענינים), נאָר בעיקר דער לימוד פון שקו"ט וכדומה (וואָס זיינען פריער און אויך נאָך דער שקו"ט בלייבט אין זיי „נעלם" און מ'קען נאָך ווייטער שקו"ט).

און ווי מפרשיםפו זיינען מסביר דעם פירוש פון „הפך בה והפך בה": לפי שמצינו . . שהי' דורש מ"ט פנים טמא ומ"ט פנים טהור ואפי' שהיו אלו היפך אלו . . לכן אמר . . הפך בה והפך בה ודרוש דברים הפכיים זמ"ז פנים לטהר ופנים לטמא דכולא בה ואלו ואלו דא"חפז.

לויט דעם קומט אויס, אַז דער אונטערשייד צווישן „לפום צערא אגרא" און „הפך בה כו'", איז דער חילוק פון „גילוי" און „העלם": דער „צערא" (אין תומ"צ) וואָס אַ איד איז אויף זיך מקבל, איז שייך בנוגע אַ באַשטימטער (גלוי'דיקער) זאַך (אַ הנהגה, וכיו"ב)פח; משא"כ „הפך בה כו'", איז דער חידוש אין דעם וואָס ער איז עוסק (אויך) אין דעם חלק פון תורה (שקו"ט דתורה, מ"ט פנים לכאן ומ"ט פנים לכאן) וואָס די הוראות זיינען דאָרט „סתומות ולא מפורשות וגלויות וידועות"פט.

און דעריבער, כאָטש אַז אין ביידע מימרות איז מודגש דער ענין פון גר (וואָס איז די נקודה פון ביידע מאמרים), איז אין דעם מאמר „הפך בה כו'" איז דאָס אין דעם נאָמען — באופן „נסתר400ונעלם", און אין דעם מאמר „לפו ום צערא אגרא" — באופן גלויצ.

(משיחות יו"ד, י"ג וט"ו שבט תשל"ט) "א,

ל

"ע

בל

משא"כ בהמאמר „הפך בה הפך בה כו'" שהענין ע' דגר שבזה הוא „יותר נסתר ונעלם" כי אינו ניכר ע' בלימוד התורה שלו כ"א רק כשנזכר ע"ד אופן

לימודו קודם שנתגייר.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-4gcv8wv7

Copies

Recent activity

#191 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · approved
#133 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · closed

Sources