עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos and letters 12

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

364א ד ר

ב"ה, ראש חודש שבט, ה'תשכ"ט

. אַ וואָרט וואָס האָט בשעתו — און ביז היינט — געשאַפן אַ ווענדפּונקט אין דעם מצב פון אידישקייט אין דעם לאַנד . . .

גלייך ביים אָנקומען אין אַמעריקא אין שנת ה'ת"ש, ווען דער רבי דער שווער האָט אַנטפּלעקט זיין טלעכע שליחות אין דעם לאַנד — צו מאַכן אמעריקע פאַר אַ מקום תורה ויראת שמים, האָט מען עם געפרעגט; „דאָ איז דאָך אמעריקע, ניט ווי אינדערהיים?" האָט דער רבי דער שווער געענטפערט:

„אמעריקע איז ניט אַנדערש; בנוגע תורה און מצוות איז אמעריקע ניט קיין אויסנאַם!"

דער דאָזיגער וואָרט איז פון ספּעציעלער באַדייטונג פאַר אידישע פרויען, און אין געוויסע הינזיכטן נאָך מער ווי פאַר מענער. פרויען אין אַלגעמיין האָבן אַ נייגונג נאָכגיין די לעצטע „מאָדעס", און ניט זעלטן רירט די מאָדע אָן דעם ענין פון צניעות. דאַרפן אידישע פרויען וויסן, אַז די זעלבע תורה און מצוות, און דער זעלבער פּרינציפּ פון כל כבודה בת מלך פנימה (דער גאַנצער כבוד פון אַ אידישער טאָכטער איז אַן אינערלעכער), וואָס זיינען געווען גילטיג אינדערהיים זיינען אויך גילטיג אין אמעריקע. די זעלבע טראַדיציע פון האַרציגע אידישע פרויען, וועלכע זיינען געווען די ערשטע צו העלפן בויען דעם משכן (מקדש) פאַר דעם גאַנצן פאָלק ישראל, און דעם משכן און מקדש באַ זיך אינדערהיים, אַז עס זאָל זיין אַ היים וואָס דער אויבערשטער ית' קען זאָגן אויף דעם ושכנתי בתוכם, אַז דאָס איז אַ היים פאַר דער ג־טלעכער שכינה כביכול — איז אויך גילטיג דאָ אין אמעריקע, ווי אַמאָל אינדערהיים אויף יענער זייט ים . . .

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-3svcg18b

Copies

Recent activity

#184 Likkutei Sichos vol 6: machine reading · approved
#122 Likkutei Sichos vol 6: machine reading · closed

Sources