עברית
Library

Likkutei Sichos

Kedoshim 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

205קדושים*

א. אין דעם אונטערשייד צווישן דער אזהרה „לא תגנובו" — בפרשתנוא — און דער אזהרה „לא תגנוב" אין עשה"דב, זאָגט די גמראג (און רש"י ברענגט עס דאָ אַראָפּ) אַז בפרשתנו רעדט זיך וועגן גונב ממוןד און דער „לא תגנוב" פון עשה"ד רעדט וועגן גונב נפשות.

בנוגע דעם איסור גניבת ממון זאָגן רז"לה „כל הגונב" איז „כאילו עובד עבודת כוכבים".

דאָס וואָס רז"ל זאָגן וועגן געוויסע עבירות אַז דער וואָס איז עובר אויף זיי איז „כאילו עובד עבודת כוכבים"ו (וכיו"ב), איז מובן, וויסענדיק הדיוק בתכלית פון לשון רז"ל, אַז דערמיט ווערט ניט נאָר געמיינט אַרויסצוברענגען דעם חומר פון דער עבירה — אַז זי איז אַזוי האַרב ווי די עבירה הכי חמורה, (וואָס איז „עובד עבודת כוכבים"), נאָר די עצם עבירה האָט אין זיך אַן ענלעכקייט צו ע"ז.

[נאָכמער: באמת, האָבן דאָך אַלע עבירות אַ שייכות צו ע"ז, ווי דער אַלטער רבי איז מבאר בארוכה אין תניאז אַז „לא יהי' לך" איז „כולל כל שס"ה מצות ל"ת" — וויילח דורך יעדער עבירה וואָס מ'איז עובר אויפן רצון העליון ווערט מען בשעת מעשהט אָפּגעריסן פון אלקות אַזוי ווי דורכן חטא פון ע"ז —

און וויבאַלד אַז צוזאַמען דערמיט, וואָס דאָס (די שייכות צו ע"ז) איז אַ צדהשוה ביי אַלע עבירות, געפינט מען דאָך אַז די חז"ל האָבן אויסגעטיילט באַשטימטע חטאים אינעם סוג פון „כאילו עובד ע"ז"י, איז דאָך דאָס גופא אַ באַווייז אַז אָט די עבירות האָבן אַן ענין מיוחד אין זייער שייכות צו ע"ז].

דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז דאָ אין גניבה, וואָס איז פון די מצוות שבין אדם לחבירו, וואָס איז ענליך צו ע"זיא?

206ב. וועט מען דאָס פאַרשטיין, ע"פ הביאור פון אַן ענין אין סיום מס' סנהדריןיב, וואו מען געפינט אַ חומר מיוחד ביי גניבה. די גמרא שטעלט זיך דאָרט אויף דעם וואָס עס שטייט אין דער משנה „ולא ידבק בידך מאומה מן החרםיג, שכל זמן שהרשעים בעולם חרון אף בעולם אבדו רשעים מן העולם נסתלק חרון אף מן העולם", און די גמרא זאָגט אויף דעם: „מאן רשעים אמר רב יוסף גנבי".

איז דאָ ניט פאַרשטאַנדיק — סיי אין דער קשיא פון דער גמרא סיי אין רב יוסף'ס תירוץ: א) וואָס פרעגט די גמרא אין סיום פון מס' סנהדרין „מאן רשעים" נאָכדעם ווי דער וואָרט „רשע" איז שוין דאָ בתנ"ך (כו"כ פעמים) און איז אַן ענין עקרי בהשקו"ט פון די פריערדיקע פרקים אין דער מסכת? ב) וואָס איז דער ענטפער אַז רשעים מיינט „גנבי" — יעדער וואָס איז עובר אויף אַ ל"ת ווערט דאָך אָנגערופן רשע (און איז פסול לעדות, ווי מ'האָט שוין פריער געלערנטיד) ?

זיינען מפרשיםטו מבאר: היות אַז דער סיום המשנה קומט בהמשך צו דעם וואָס רעדט זיך פריער בנוגע עיר הנדחת, און אויך דער פסוק „ולא ידבק בידך מאומה גו' למען ישוב ה' מחרון אפו" שטייט בסיום הפרשה וועגן עיר הנדחת —

איז די שאלה: וואָס מיינט די משנה „כל זמן שהרשעים בעולם"? דאָס קען ניט מיינען די אנשי עיר הנדחת, וואָרום די ווערטער „ולא ידבק גו'" שטייען אין פסוק נאָך די ווערטער „הכה תכה את יושבי העיר"טז, ד.ה. ס'רעדט זיך שוין נאָכדעם ווי מ'האָט מעניש געווען די אנשי עיר הנדחת און זיי זיינען שוין ניטאָ בעולם, און אין דעם באַשטייט די שאלה פון דער גמרא „מאן רשעים": וועגן וועלכע רשעים רעדט זיך דאָ בשייכות צו עיר הנדחת?

און אויף דעם ענטפערט רב יוסף: „גנבי", די וואָס האָבן גע'גנב'עט פון חרם — פון שלל פון עיר הנדחת, וואָס דאָס לערנט מען אָפּ פון פסוק „ולא ידבק בידך מאומה מן החרם למען ישוב ה' מחרון אפו", אַז כל זמן ס'זיינען דאָ די רשעים וואָס האָבן גענומען פון חרם, איז פאַראַן „חרון אף בעולם".

עס איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק: פאַרוואָס זאָגט רב יוסף דעם לשון „גנבי"? — די הדגשת הרשעות איז דאָך דאָ ניט אינעם חטא פון גניבה (סתם), נאָר אין דעם וואָס זיי האָבן גענומען פון חרם עיר הנדחת — האָט ער דאָך געדאַרפט זאָגן אַזאַ לשון וואָס איז מדגיש דעם עיקר חטא, ווי לדוגמא: „אלה שלקחו מן החרם", אָדער ע"ד לשון הפסוק „ידבק בידך מן החרם"יז?

207— נאָכמער: בנוגע צו גניבה מן החרם — פון איסורי הנאה, איז דאָך דאָ אַ גאַנצע שקו"ט, אויב עס איז דאָ אין דעם דער גדר פון גניבהיח. און הגם אַז מ'געפינט דעם לשון „גונב את החרם"יט, און אַזוי שטייט אויך אין פסוק בנוגע צו עכן: „וגם גנבו"כ; מיינט עס נאָר, אַז דער לשון גניבה קען זיך לייגן אויך אויף חרםכא — אָבער אין ר' יוסף'ס ענטפער דאַרף דאָך אַרויסגעבראַכט ווערן (ניט דער פרט פון גניבה, נאָר) דער ענין פון חרם — איז פאַרוואָס זאָגט ער „גנבי" (און דערמאָנט אינגאַנצן ניט וועגן חרם)?

ג. דער ענין וועט זיין פאַרשטאַנדיק דורך מבאר זיין איינעם פון די שינויים אין די לשונות פון דער משנה און דער ברייתא בסיום המסכת:

אין דער ברייתא שטייט: „ת"ר רשע בא לעולםכב חרון בא לעולם שנאמרכג בבוא רשע בא גם בוז ועם קלון חרפה רשע אבד מן העולם טובה באה לעולם שנאמרכד ובאבוד רשעים רנה"; און איז מסיים „צדיק בא לעולם טובה באה לעולם שנאמרכה זה ינחמנו ממעשנו ומעצבון ידינו".

דאָס וואָס די ברייתא איז דאָ מער מאריך ווי די משנה, איז מובן: די משניות האָט רבי מסדר געווען (ווי דער רמב"ם שרייבטכו) „קוצר מלי'", „דבר קצר וכולל ענינים רבים"; אָבער אין שפּעטערדיקן דור, ווען נתמעטו המוחין האָט מען זיך גענויטיקט אין דעם אופן ווי די ענינים זיינען אויסגעשטעלט אין די ברייתות — מיט מער אריכות ופרטים, ראיות פון כתובים וכו', ווי מ'געפינט עס כמ"פ בש"ס, אַז די זעלבע ענינים וואָס שטייען אין דער משנה בקיצור קומען זיי אין דער ברייתא באריכות ובפרטיות.

וואָס ס'איז דאָ ניט פאַרשטאַנדיק איז דער פאַרקערטער שינוי צווישן דער משנה און דער ברייתא: דער לשון המשנה איז „חרון אף", און די ברייתא איז מקצר און זאָגט „חרון" (סתם) —

208דממ"נ: אויב די ברייתא זאָגט עס בהמשך צו דער משנה האָט אויך די ברייתא געדאַרפט זאָגן דעם לשון „חרון אף"; און אויב דאָס איז בקשר צום פסוק וואָס ווערט נאָכדעם געבראַכט אין דער ברייתא — ווערט דאָך אין דעם פסוק ניט דערמאָנט דער ענין פון „חרון"כז, און דער אויספיר פון „רשע בא לעולם" האָט געדאַרפט זיין „רעהכח באה לעולם" — בניגוד צום לשון וואָס שטייט ווען „רשע אבד מן העולם טובה באה לעולם"?

ד. דער ביאור בזה:

עס איז דאָ אַן אונטערשייד אין תוכן צווישן דער משנה און דער ברייתא: די משנה רעדט וועגן עיר הנדחת, און אַזוי אויך בסיום המשנה „ולא ידבק בידך מאומה מן החרםכט, שכל זמן שהרשעים בעולם חרון אף בעולם", ווערט דערמיט געמיינט דער חטא פון עיר הנדחת, דער חטא הכי חמור — ע"ז. און דערפאַר זאָגט די משנה דעם לשון „חרון אף בעולם", ווייל דער ביטוי „(חרון) אף" געפינט מען דווקא בשייכות צו ע"ז (ווי דער רמב"ם זאָגטל).

אין דער ברייתא אָבער רעדט זיך ניט וועגן רשע פון חטא ע"ז (ובפרט אַז מ'האָט שוין מסלק געווען דעם יצר הרע פון ע"זלא), נאָר וועגן רשעים בכלל, ניט פון אַזאַ סוג וואָס לא שכיחא כלל (ווי חטא ע"ז, ובפרט — עהנ"ד) און דערפאַר הויבט אָן די ברייתא מיטן לשון „רשע באַ לעולם" — סתם אַ רשע וואָס איז עובר אויף עבירות (אָבער ניט אויפן חטא ע"ז) — ובמילא איז אויך רעכט דער לשון אין אויספיר „חרון (סתם) בא לעולם", ניט דערמאָנענדיק דעם וואָרט „אף", וואָס קומט בשייכות צו ע"ז, כנ"ל, אין דער משנה *לא.

ס'איז אָבער דאָ אַ תוכן משותף אין דער משנה און דער ברייתא: די משנה זאָגט אַז „כל זמן שהרשעים בעולם חרון אף בעולם", אַזוי אויך אין דער ברייתא איז דער מכוון פון „רשע בא לעולם חרון באַ לעולם" (דער „חרון" קומט געמיינזאַם מיט „רשע"), אַז כל זמן ס'איז דאָ „רשע" איז דאָ „חרון" — ביז דער צייט ווען „רשע אבד מן העולם".

לפ"ז אָבער שטעלט זיך די שאלה: בשלמא אין דער משנה איז מובן פאַרוואָס ס'איז דאָ „חרון אף" בעולם „כל זמן שהרשעים בעולם", ווייל דאָ רעדט זיך בשייכות צו ע"ז און כל זמן ס'איז דאָ אַ מציאות פון ע"ז („חרם") איז אויך פאַראַן „חרון אף" (און ווי ס'שטייט אין ספרילב: „כל זמן שע"ז בעולם חרון אף209בעולם"); אָבער פאַרוואָס זאָל ביי אַנדערע חטאים פון „רשע (סתם) בא לעולם" פאַרבלייבן (און נמשך ווערן) דער „חרון" אויך נאָך דער מעשה העבירה, ווען פעולת החטא איז שוין מער ניטאָ במציאותלג?

ה. איז דער ביאור אין דעם: פון דעם וואָס די משנה איז מדייק און זאָגט „כל זמן שהרשעים בעולם וכו'" — און ניט ווי עס שטייט אין ספרי: „כל זמן שע"ז בעולם וכו'" — איז מוכח, אַז לויט די משנה איז דער „חרון אף" ניט (נאָר) צוליב דעם וואָס ס'איז נאָך פאַראַן (אַ מציאות פון) ע"ז („חרם") בעולם, נאָר צוליב די רשעים וואָס האָבן עובר געווען אויף דעם חטא השייך לע"ז, וואָס האָבן עובר געווען אויף „ולא ידבק בידך מאומה מן החרם"לד — אפילו ווען די חפצא פון חרם איז שוין ניטאָ במציאות.

אויף דעם פרעגט די גמרא: „מאן רשעים"; וואָס פאַר אַ סוג רשעים מיינט מען דאָ, וועלכע רשעות איז עס, וואָס איז ממשיך דאָ דעם „חרון אף" פון ע"ז אויך נאָכדעם ווי די ע"ז איז שוין ניטאָ?

און אויף דעם זאָגט ר' יוסף „גנבי" — די משנה מיינט די רשעים וואָס זייער פאַרבונד־קייט מיט ע"ז איז דורך גניבה (פון שלל של עיר הנדחת); און וויבאַלד ס'איז אינעם אופן פון גניבה, דערפאַר איז „כל זמן שהרשעים בעולם — חרון אף בעולם", ווערט נמשך דער „חרון אף" אפילו ווען דער חרם איז שוין פאַרברענט געוואָרן און עבר מן העולם *לד.

ו. די הסברה אין דעם: דער איסור גניבה (אָדער גזילה) האָט אין זיך אַ חומר מיוחד דערמיט וואָס עס איז אַ פעולה נמשכת, יעדער רגע וואָס מ'קערט ניט אום די גניבה (וגזילה) איז מען עובר אויף „לא תגנובו" (און „לא תגזול").

דערמיט איז דער ראָגאַטשאָווערלה מבאר, דאָס וואָס דער רמב"םלו רעכנט די לאווין פון „לא תגזול" און „לא תגנוב" אין דעם כלל פון „לאו שניתן לתשלומין" און ניט אין דעם כלל פון „לאו שניתק לעשה": באַ אַ לאו הניתק לעשה איז מען עובר אויפן לאו נאָר בשעת מעשה העבירה, ובמילא אַז די תורה האָט געגעבן אַן עשה צו מנתק זיין און מתקן זיין דעם לאו, מוז מען210זאָגן אַז דער תיקון איז חל למפרע אויף דער מעשה העבירה; אָבער ביי גניבה וגזילה איז מען עובר אויפן לאו כל זמן ער האָט ניט באַצאָלט, יעדער רגע פון זמן הפעולה אָן, און נאָכדעם — ס'איז אַ „פעולה נמשכת", ובמילא בשעת ער קערט אום (די גניבה וגזילה) איז דאָס נאָר אַ „לאו שניתן לתשלומין" — בהוה, ער זאָל מכאן ולהבא ניט עובר זיין (ס'ווערט נפסק די פעולה נמשכת), דאָס איז אָבער ניט מתקן דעם לאו בעברלז.

ז. עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק דער חידוש בנדו"ד: וויבאַלד אַז גניבה איז אַ פעולה נמשכת, ער איז יעדער רגע עובר אויף „לא תגנבו" כל זמן ס'ניט געווען די „תשלומין", קומט דאָך אויס, אַז אויך ווען דער חרם פון עיה"נ איז שוין ניטאָ — איז נאָך אַלץ נמשך ביי די „גנבי" די רשעות פון פעולת הגניבהלח, וואָרום מ'געפינט דאָך ניט אַז דאָס איז נאָר ביז מ'פאַרברענט דעם חרם.

און וויבאַלד די רשעות איז אַ פעולה נמשכת פון גניבת החרם פון עיר הנדחת — ע"ז — איז „כל זמן שהרשעים בעולם", זיי האָבן נאָך ניט תשובה געטאָן אויף דער גניבת ע"ז, איז אויך דער „חרון אף" פון ע"ז נמשך בעולם.

ח. און דאָס גיט אויך אַ הסברה אין דברי הברייתא „רשע בא לעולם חרון באַ לעולם", אויך נאָך דעם עובר זיין די עבירה:

וויבאַלד די משנה רעדט דאָ ניט וועגן אַן אופן ווען די מציאות פון ע"ז איז פאַראַן בעולם, נאָר וועגן המשך פון דער עבירה מצד דעם גברא וואָס האָט עובר געווען אויפן חטא פון גניבה;

ובמילא קען מען אָט די נקודה געפינען אויך ביי אַנדערע עבירות, אויך אפילו ביי די וואָס די מעשה העבירה איז ניט קיין פעולה נמשכת: בשעת אַ איד טוט אַן עבירה לייגט זיך גלייך אויף איםלט די מצוה וחיוב צו טאָן תשובה אויף דער עבירהמ — און כל זמן ער211האָט ניט תשובה געטאָן איז ער יעדער רגע עובר אויף דער מצות התשובהמא.

און דעריבער זאָגט די ברייתא „רשע באַ לעולם חרון באַ לעולם" אַז כל זמן ער הייסט נאָך „רשעמב (בא לעולם)" — ביז ער טוט תשובה — איז אַלעמאָל „חרון (בא לעולם)"; און די ברייתא איז ניט מפרט אַן עבירה פרטית, מיינט עס די רשעות פון יעדער עבירה — אַז כל זמן עס ציט זיך דער העדר הקיום פון מצות התשובה ציט זיך אויך דער „חרון", אין אַן אופן תמידימג.

ט. לויטן הסבר הנ"ל איז אויך מובן וואָס דער חטא פון גניבה איז בדומה צום חטא פון ע"ז מער ווי אַנדערע עבירות: כשם ווי מען געפינט ביי ע"ז, אַז אפילו נאָך די מעשה החטא, איז עס נאָך אַלץ גורם „חרון אף בעולם", ובלשון הספרי „כל זמן שע"ז בעולם חרון אף בעולם", ד.ה. אַז כל זמן ס'איז דאָ די מציאות פון ע"ז בעולם, ווערט כסדר נמשך חרון אף בעולם, אַזוי אויך ביים חטא פון גניבה, וויבאַלד ס'איז אַ פעולה נמשכת איז כל זמן דער גנב טוט ניט תשובה אויף דעם, איז ער כסדר ממשיך חרונו של הקב"ה בעולם.

משא"כ ביי אַנדערע עבירות, כאָטש אויך דורך זיי איז דאָ חרון בעולם (און אויך זיי האָבן אַ שייכות און ענליכקייט צו דעם חטא ע"ז), איז אָבער דער המשך החרון ניט מצד דער עבירה גופא, נאָר דערפאַר וואָס ער האַלט זיך אָפּ פון מקיים זיין מצות התשובה, און ניט ווי ביי גניבה, וואָס די עבירה פון גניבה גופא איז אַ פעולה נמשכת כנ"למד.

יו"ד. עס בלייבט נאָך אָבער ניט פאַרשטאַנדיק: א) פאַרוואָס זאָגט רב יוסף „גנבי" נישט „גזלני", אָדער „גנבי וגזלני" — דער גדר פון פעולה נמשכת איז דאָך דאָ סיי באַ גניבה און סיי ביי גזילה? ב) וואָס די ברייתא זאָגט „חרון באַ לעולם" און ניט „רעה באה לעולם", וואָס איז דער היפך פון „טובה באה לעולם" וואָס ער זאָגט ביי „צדיק בא לעולם"? ג) „חרון" איז דאָך האַרבער פון סתם „רעה" — פאַרוואָס זאָלן די עבירות גורם זיין ניט נאָר „רעה", נאָר נאָכמער — „חרון"?

212וועט דאָס זיין מובן ע"פ דברי הגמראמה: „שאלו תלמידיו את ר"י בן זכאי מפני מה החמירה תורה בגנב יותר מגזלן אמר להן זה השוה כבוד עבד לכבוד קונו וזה לא השוה כבוד עבד לכבוד קונו כביכול עשה עין של מטה כאילו אינה רואה ואוזן של מטה כאילו אינה שומעת שנאמר . . עזב ה' את הארץ"מו.

די הסברה איז מוסיף טעם אין דעם וואָס רב יוסף ענטפערט, אַז מיט „רשעים" וואָס בריינגען „חרון אף" מיינט די משנה „גנבי" (סתם, ניט דערמאָנענדיק אַז ס'רעדט זיך וועגן „חרם"), וואָרום דער עצם החטא פון גניבה איז כעין ע"ז: אויך דער גנב האַלט כאילו „עזב ה' את הארץ ואין ה' רואה" — און דעריבער קומט אויך דורך „גנבי" (אַ מעין פון) „חרון אף" וואָס דורך ע"ז.

און דערמיט איז אויך מבואר די ברייתא וואָס זאָגט, אַז יעדער עבירה איז גורם „חרון בא לעולם" (ניט נאָר „רעה"), וואָרום ביי יעדער עבירה איז דאָ, אַן ענליכער יחס צו „כבוד קונו" ווי ביי גניבה: דאָס גופא וואָס אַ מענטש דערוואַגט זיך צו טאָן אַן עבירה איז אַ באַווייז אַז ס'דוכט זיך אים כאילו „עין של מטה אינה רואה", און ע"ד ווי ס'שטייט אין פסוקמז „אם יסתר איש במסתרים ואני לא אראנו", און ווי ר"י בן זכאי האָט געזאָגט צו זיינע תלמידיםמח, „יהי רצון שתהא מורא שמים עליכם כמורא בשר ודם אמרו לו תלמידיו עד כאן אמר להם ולואי תדעו כשאדם עובר עבירה אומר שלא יראני אדם".

איז במילא מובן וואָס די ברייתא זאָגט צוליב דער עבירה פון „רשע בא" קומט דער עונש פון „חרון", ווייל דאָס איז מדה כנגד מדה — און ווי דער געבראַכטער פסוק איז עס מדגיש: „בבוא רשע בא גם בוז ועם קלון חרפה" — וויבאַלד אַז דורכן חטא איז ער מבזה „עין שלמטה", קומט דערפאַר דער חרון בעולם — אַ תוצאה פון בוז וכו'מט.

און אויך נאָך דעם ווי די עבירה איז שוין אָפּגעטאָן געוואָרן, איז נאָך אַלץ פאַראַן דער חרון, כל זמן ס'איז דאָ „רשע" — ווייל כל זמן ער האָט ניט תשובה געטאָן בלייבט נאָך אַלץ די סיבה פון „חרון": ער איז נאָך אַלץ אין דעם זעלבן מצב פון „עשה עין של מטה כאילו אינה רואה".

יא. ס'איז ידוענ אַז דער סיום פון יעדער מסכתא האָט אַ קשר ושייכות צו התחלת המס' (און אויך מיט דעם נאָמען פון כללות המס'), וואָס דערפאַר פאַרבינדט מען — אין אַ הדרן — דעם סיום המס' מיט איר התחלה.

אַזוי איז אויך בעניננונא: אין דער ערשטער משנה (ווי דאָס איז אויסגעשטעלט אין די משניות שבגמראנב) ווערן מבואר די פרטי דינים פון ב"ד און סנהדרין, אָנהויבענדיק פון „דיני213ממונות בשלשה" ביז צו „סנהדרין גדולה של שבעים ואחד". און הגם אַז יעדער ב"ד (שלש כו' כג, עא) האָט זיך זיין באַשטימטן סוג דינים וואָס ער איז דן, פונדעסטוועגן גלייכן זיי זיך אַלע אין דעם, וואָס דער כללות'דיקער תוכן און תכלית פון אַלע בתי־דין איז ניט נאָר צו דן זיין דעם חוטא און אים מעניש זיין, בכדי ובערת הרע מקרבך (צו אויסראַמען די מציאות פון רע וחטא) און „למען ישמעו ויראו וגו'" — נאָר צו באַוואָרענען אַז ס'זאָל מלכתחלה ניט זיין קיין אָרט פאַר רע וחטא.

ווי עס שטייט אין תנא דבי אליהו רבאנג, אַז די סנהדרין של שבעים ואחד האָבן אויף זיך געהאַט דעם תפקיד „לקשור חבלים של ברזל במתניהם ולהגבי' בגדיהם למעלה מארכבותיהן ויחזרו בכל עיירות ישראל . . בכל מקומות ישראל וילמדו את ישראל כו'". וואָס לכאורה איז דאָס תמוה:

די אנשי סנהדרין זיינען דאָך געווען „מופלגין בחכמת התורה בעלי דיעה מרובה וכו'"נד, און זייער אָרט איז געווען בלשכת הגזיתנה — וואָס אויב זיי געפינען זיך ניט דאָרטן האָבן זיי ניט דעם דין פון סנהדרין גדולהנו — איז ווי מאָנט מען אַז זיי זאָלן קושר זיין „חבלים של ברזל במתניהם . . ולהגבי' בגדיהם למעלה מארכבותיהם"? ווי פּאַסט אַזאַ הנהגהנז פאַר אַזעלכע מופלגין בחכמת התורה בעלי דיעה מרובה; ובפרט נאָך אַוועקגיין פון לשכת הגזית — און דאָס אַלץ צו פאַרהיטן און לערנען מיט אַ אידן וואָס געפינט זיך ערגעץ וואו אין די „עיירות ישראל"?

איז דער ביאור אויף דעם אין סיום המס': בשעת אַז ס'איז דאָ אַ „רשע בעולם" פועל'ט דאָס „חרון" פון אויבערשטן בעולם, און ניט נאָר בעת מעשה החטא, נאָר ס'איז אַ „פעולה נמשכת",

ניט נאָר די תמידיות'דיקע התפשטות אין זמן, נאָר אויך אין אַן אופן פון התפשטות אין מקום ! דער „חרון (איז) באַ לעולם" — דאָס רירט אָן ניט נאָר דעם עובר עבירה, נאָר דעם גאַנצן עולם כולונח, און עס רירט אָן אַלע אידן, אויך זיי, די סנהדרין גדולה של ע"א.

ובמילא איז פאַרשטאַנדיק, אַז אויף זיי ליגט דער חוב ואחריות צו באַוואָרענען מ'זאָל מלכתחלהנט ניט צוקומען צו אַ מצב וואָס זאָל גורם זיין אַז „חרון בא לעולם".

214יב. עפ"י הנ"ל קען מען מבאר זיין נאָך אַן ענין: אַלע עניני התורה זיינען דאָך הוראות צו יעדן אידןס — ובמילא שטעלט זיך די שאלה בנדו"ד: וואָס פאַר אַ הוראה לערנט אַ איד אַרויס פון דעם ענין אַז „רשע באַ לעולם חרון בא לעולם . . צדיק בא לעולם טובה באה לעולם"?

ס'איז שווער צו זאָגן, אַז ס'איז נאָר בכדי אַרויסצולערנען דערפון דעם חומר פון אַ חטא, אַז אַן עבירה איז גורם חרונו של מקום; ולאידך, אַז דורך מעשים טובים איז דאָ טובה ושכר — וואָרום שוין אין תושב"כ, אין די ציווים ומצות התורה, איז דאָך אַזוי פיל מבואר ומודגש דעם שכר פאַר מצות און דער עונש פאַר אַן עבירה וכו', ביז צום כללות'דיקן אָנזאָג: „אם בחקותי תלכו גו' ונתתי גשמיכם בעתם גו' שלום בארץ גו'".

אָבער לויטן אויבנגערעטן הסבר קומט צו פון דעם ענין אַ הוראה נפלאה: בשעת אַ איד פאַלט דורך אין אַן עבירה ר"ל, קען ער זיך טראַכטן: אַוודאי דאַרף איך תשובה טאָן און איך וועל טאַקע תשובה טאָן — אָבער וואָס איז דאָ די איילעניש ! לייגט ער אָפּ די תשובה אויף אַ ווייטערדיקן זמן און איז דערוויילע פאַרנומען מיט אַנדערע ענינים (ובפרט אויב דאָס זיינען ענינים טובים);

און אַזוי אויך אין צד הטוב: בשעת

איינער איז מחליט צו טאָן אַ דבר טוב, אַ מצוה, ער איילט זיך אָבער ניט צו טאָן דאָס און איז דערוויילע באַשעפטיקט אין עניני הרשות כו' —

און דאָס באַוואָרנט די גמרא און לערנט אַ אידן, אַז עס טאָר ניט זיין אַזאַ הנהגה, ווייל כל זמן ער האָט ניט תשובה געטאָן איז שטענדיק דאָ „חרון" בעולם, ניט נאָר בשעת מעשה העבירה; נאָכמער: דאָס איז ניט נאָר נוגע אים אַליין, נאָר צו דער גאַנצער וועלט: כל זמן ער האָט ניט תשובה געטאָן איז דער חרון שולט אויף דער גאַנצער וועלט.

ועד"ז דורך עשיית הטוב [וואָס „צדיק" דאָ מיינט דאָך ניט דוקא דער אמיתית שם התואר פון „צדיק", נאָר אויך צדיק בשם המושאלסא], בריינגט ער ניט נאָר טובה פאַר זיך, נאָר פאַר דער גאַנצער וועלט, און אין אַ אופן פון פעולה נמשכת.

און בשעת אַ איד וועט זיך אין דעם אַריינטראַכטן אַז אין אים איז תלוי אַזאַ גוואַלדיקער אויפטו: עס זאָל מיט אַ רגע פריער אַוועקגיין דער „חרון" פון דער וועלט, און אַז עס זאָל מיט אַ רגע פריער קומען די טובה פון הקב"ה אין עולם, וועט דאָס אים מוזן אַ טרייסל טאָן און אים העלפן אַראָפּבריינגען וואָס שנעלער די החלטה טובה אין פועל ממש און דורך דעם תיכף ומיד בריינגען טובה לעולם.

(משיחות יו"ד שבט וש"פ בשלח תשל"ה)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-05ynd604

Copies

Recent activity

#191 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · approved
#133 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · closed

Sources