ווי באַוואוסט, ווערן אידן אָנגערופן "ביכורים"שסו, כביכורה בתאנה בראשיתה ראיתי אבותיכםשסח, ווייל זיי זיינען די "ראשית" פון וועלטשסז — פריער און העכער פון אַלץ וואָס איז באַשאַפן געוואָרן — מחשבתן של ישראל קדמה לכל דברשסט; וואָרום אידן זיינען דער תכלית פון דער גאַנצער בריאה, ווי חז"ל זאָגן אויפן פסוק "בראשית ברא אלקיםשעא", אַז די וועלט איז באַשאַפן געוואָרן צוליב אידן וועלכע ווערן אָנגערופן "ראשית"שע. און דאָס באַציט זיך צו יעדן איינצלנעם איד, צו אנשים נשים וטף, ווי חז"ל זאָגן כל אחד ואחד חייב לומר בשבילי נברא העולםשעב (יעדער איד דאַרף זאָגן אַז די גאַנצע וועלט איז באַשאַפן געוואָרן צוליב אים).
כשם ווי ביכורים אין פשטות דאַרפן געבראַכט ווערן אין ירושלים און אַוועקגעלייגט ווערן אין בית המקדש, לפני מזבח ה' אלקיךשעג — אַזוי איז אויך בנוגע אידן: זייענדיק די "ביכורים" פון וועלט, איז דער אמת'ער "אָרט" פון אידן, פון יעדער אידן, לפני ה' אלקיך, אין בית המקדש.
וואָרום די עיקר'דיקע מציאות פון אַ אידן איז זיין גטלעכע נשמהשעד, וועלכע איז אַ חלק אלקה ממעל ממששעה, און דעריבער, איז יעדער איד, אין וועלכן מצב ער זאָל זיך נאָר געפינען, איז ער פאַרבונדן און געבונדן מיט דעם אויבערשטן און דערפאַר דאַרף ער זיך געפינען לפני ה' אלקיך.
און דער געדאַנק דאַרף דורכדרינגען דעם גאַנצן לעבן פון אַ אידן בכלל און אויך בפרט. אַ איד דאַרף פילן ווי יעדער פרט פון זיין לעבן איז אַן ענין פון "ביכורים" צו השם יתברך: ניט נאָר ווען ער איז אַריינגעטאָן אין גטלעכע ענינים, די ענינים פון לימוד התורה און קיום המצוות, נאָר אפילו ווען ער איז באַשעפטיקט