מכתבים כלליים מכ"ק אדמו"ר שליט"א
466
מיט וואָכעדיקע וועלטזאַכן פון פרנסה וכדומה — וויבאַלד זיי זיינען דאָך דברי הרשות פון אַ אידן, געהערן אויך זיי צום ענין פון ביכורים, ובמילא דאַרפן זיי זיין דורכגענומען מיט דער פולסטער און העכסטער מאָס דערהויבנקייט און הייליקייטשעו, ווי עס פּאַסט פאַר אַ זאַך וואָס ווערט געטאָן לפני ה' אלקיך.
און אפילו ווען עס רעדט זיך וועגן אַן איינציקע מחשבה, אַ דיבור אָדער אַ מעשה, וואָס זעט אויס מינדערווערטיק אין פאַרגלייך צו אַנדערע זיינע מחשבות, דיבורים און מעשים — אָבער ביים אַריינטראַכטן זיך ווי געהעריק, אַז אויך די מחשבה, דבור אָדער מעשה איז אַ טייל פון "ביכורים", וואָס ווערט געבראַכט אין בית המקדש, לפני ה' אלקיך — און דער כהן אשר יהי' בימים ההםשעז גיט אַכטונג אויף זיין יעדער תנועה — וועט ער געוויס זיך באַמיען און אָנשטרענגען אַז יעדער מינדסטע זאַך, יעדער איינצלנער פרט פון זיין הנהגה, זאָל געטאָן ווערן מיט דער פולסטער אויפמערקזאַמקייט און אָפּגעהיטנקייט.
אַזוי ווי מיר געפינען עס ביי דער מצוה פון ביכורים אין פשטות, אַז דאָס ברענגען די ביכורים ווערט דורכגעפירט מיט גרויס צוגעטראָגנקייט און אויפמערקזאַמקייט ביי יעדן פרט: גלייך ביים אָנהויב, ביים אָפּשיידן די ביכורים, איז אדם יורד לתוך שדהו ורואה תאנה שבכרה כורך עלי' גמי לסימן ואומר הרי זו בכורים; דערנאָך נעמט ער צוזאַמען די פירות, פירט זיי אַלייןשעט דעם גאַנצן וועג, ביז ער ברענגט זיי אין באַצירטע קאָרבן כו'שעח קיין ירושלים אין בית המקדש, מיטן גאַנצן פילפרטימדיקן סדר פון הבאת ביכורים, ווי געשילדערט אויספירלעך דורך חז"לשפ.
און צוזאַמען מיטן געפיל פון גרויסער אחריות, און זהירות פון אידן אין יעדן פרט פון זיין "ביכורים"הנהגה, ווערט ער דורכגענומען מיט דער געוואַלדיקער שמחה פון דעם גרויסן גליק וואָס ער האָט זוכה געווען בהשגחה פרטית צו זיין דעם אויבערשטנ'ס "ביכורים" און קענען "ברענגען" זיך מיט אַלע זיינע מחשבות דיבורים און מעשים און זיי אַוועקגעבן צו דעם אויבערשטן,
און אַזוי געפינען מיר אין דעם גרויסן פייערלכען סדר פון הבאת ביכורים אין
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לט
- Id
- rh-46a4zfdy
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.