מכתבים כלליים מכ"ק אדמו"ר שליט"א
464
יעדן פון זיי, ווי מיר זאָגן יעדן טאָגשנט, דריי מאָלשס: "נודה לך. . על חיינו המסורים בידך. . ועל נפלאותיך וטובותיך שבכל עת ערב ובוקר וצהרים".
נאָך מער: אפילו צווישן די אומות העולם, וועלכע גלויבן און אַנערקענען אַז דער אויבערשטער איז דער בורא עולם ומנהיגו — וואָס אַזוי דאַרף זיין און וועט ענדלעך זיין אין אַ פולקאָמען אופן ווען די וועלט וועט זיין ווי זי דאַרף זיין, ווי מיר בעטן אין די תפילות פון ראש-השנהשסא: וידע כל פעול כי אתה פעלתו ויבין כל יצור כי אתה יצרתו ויאמר כל אשר נשמה באפו ה' אלקי ישראל מלך ומלכותו בכל משלה (יעדע באַשאַפענע זאַך וועט וויסן און פאַרשטיין אַז דו, גט איז זיין באַשעפער, און יעדער איינער וואָס אָטעמט וועט זאָגן: השם דער גט פון ישראל איז דער מלך, און זיין מלכות הערשט איבער דעם גאַנצן באַשאַף) — געפינען מיר די הנהגה צו דאַנקען דעם אויבערשטן פאַר זייער שפּייז אד"ג.
געפינט מען אָבער אין דער מצוה פון ביכורים אַ טיפערן און מער אַרומנעמענדיקן אויסדרוק פון אַנערקענונג און דאַנקבאַרקייט צום אויבערשטן: דער איד ברענגט אַרויס זיינע דאַנקבאַרשאַפטגעפילן צום אויבערשטן פאַר דער גערעטעניש ניט בלויז בדיבור, נאָר ער דריקט עס אויס אין אַ שטאַרקן אופן אין מעשים — ער נעמט די ערשטע און בעסטע פון זיינע פירות, מראשית כל פרי האדמה, און ברענגט זיי אין בית המקדש, תביא בית ה' אלקיךשסב, און לייגט זיי אַוועק פאַרן אויבערשטן, והנחתו לפני ה' אלקיךשסג.
און אינעם ברענגען און איבערגעבן דאָס בעסטע און שענסטע צום אויבערשטן שפּיגלט זיך אָפּ די פולע אַנערקענונג אַז לה' הארץ ומלואהשסד, אַז אַלץ באַלאַנגט צום אויבערשטן; דער איד באַשרענקט זיך ניט מיט דער הכרה אַז דאָס וואָס ער פאַרמאָגט קומט צו אים בחסדי השם וברכתו ית' — נאָר ער באַווייזט מיטן ברענגען די בכורים אַז אויך נאָכן באַקומען די שפע פירות געהערט עס נאָך אַלץ צום בורא עולםשסה, ווייל "לה' הארץ ומלואה" — און דערפאַר ברענגט ער די ראשית כל פרי האדמה (דאָס ערשטע און בעסטע) לפני ה' אלקיך, אַז עס בלייבט אין רשות פון אויבערשטן.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לט
- Id
- rh-s8k3dxca
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.