קומענדיק פון שבת קודש, ווען מען האָט געלייענט ברבים די סדרה פון "תבוא אל הארץ", וועלכע הויבט זיך אָן מיט מצות ביכורים (מיט מערערע פרטיםשנד פון הבאת ביכורים),
איז די פּאַסענדע צייט — לאחרי הפתיחה בברכהשנה, ברכה שהזמן גרמא, ברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה — אָפּצושטעלן זיך אויספירלעכער אויף דעם וואָס איז באַרירט געוואָרן בקיצור אין פאָריקן בריוושנו וועגן מצות ביכורים, אַז דער אינהאַלט פון הבאת ביכורים איז די אַנערקענונג אַז די ברכה פון דעם אויבערשטן ברענגט אַ אידן די שפע תבואות און פירות אין זיין פעלד, וואָס דערפאַר גיט ער אַוועק דעם אויבערשטן מראשית כל פרי האדמהשנז, פון די ערשטע און בעסטע פרוכטן פון דער פעלד, און דאַנקט דעם אויבערשטן פאַר אַלע זיינע חסדים.
באַ אַ אידן איז דאָ דער שטענדיקער געפיל פון דאַנקבאַרקייט צום אויבערשטןשנח פאַר זיינע חסדים אין בני חיי ומזוני, און די פרטים און פרטי פרטים אין