מכתבים כלליים מכ"ק אדמו"ר שליט"א
460
צום נברא ווירקט און ברענגט דעם נברא צו דער טיפער אַנערקענונג און געפיל, אַז אַלץ און אַלע זיינען אינגאַנצן אָפּהענגיק אין דעם שטענדיקן חסד פון דעם אויבערשטן, און דאָס ווידער ברענגט אים אויך צו שטענדיקער און פולקאָמער איבערגעגעבנקייט צום בורא עולם, ער זאָל דורכפירן דעם אויבערשטנ'ס רצון און כוונה און אין דער פולער מאָס.
און דאָס איז דער ענגער פאַרבונד צווישן ח"י אלול, אַלס יום הולדת פון די "שני המאורות הגדולים", מיטן חשבוןהנפש און דער ספּעציעלער הכנה צו ראש השנה וואָס הויבט זיך אָן פון ח"י אלול: דורך אַריינטראַכטן זיך גוט אין דעם וואָס די "שני המאורות הגדולים" לערנען אונז, קומטצו אַ גרויסע ליכטיקייט און לעבעדיקייט אין דער עבודה פון "אני לדודי ודודי לי" — די פנימיות'דיקע איבערגעגעבנקייט פון דעם אידן ("אני") צום אויבערשטן ("דודי"), און פון אויבערשטן ("דודי") צום אידן ("לי").
דער אויבנדערמאָנטער ענין — די אַנערקענונג אַז יעדע באַשעפעניש איז שטענדיק אָפּהענגיק אין די חסדי השם — איז אַן עיקר אינהאַלט פון מצות ביכורים, מיט וועלכער אונזער פרשה תבוא אל הארץ הויבט זיך אָן (וואו די מצוה פון ביכורים און הבאת ביכורים ווערט אַרויסגעבראַכט מיט אַן אריכותשלד): מ'זעט ווי אַ איד ברענגט און גיט אַוועק דעם אויבערשטן מראשית כל פרי האדמהשלה, פון זיינע ערשטעשלו און בעסטעשלז פרוכטגערעטעניש, און דאַנקט דעם אויבערשטן פאַר די פירות מיט וועלכע דער אויבערשטער האָט אים געבענטשט — און דערביי זאָגט ער הויךשלח און קלאָר און מיט שמחהשלט — "וענית ואמרתשמ" — זיין הכרה אין "חסדי המקוםשמא" (אין אַלגעמיין), ווי דערמאָנט אויספירלעך אין דער פרשה.
און לויט דער אויבנדערמאָנטער תורה פון בעלשםטוב, אַז דער קיום פון אַ באַשאַפענעם וועזן איז אַ שטענדיקער חסד וואָס דער אויבערשטער טוט בכל רגע
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לט
- Id
- rh-094tcky0
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.