מכתבים כלליים מכ"ק אדמו"ר שליט"א
459
דער אַלגעמיינער באַנייאונג פון דעם גטלעכן חיות פון דער גאַנצער בריאה בכלל און פון יעדער באַשעפעניש בפרט.
און דער באַוואוסטזיין, אַז דער דין ומשפט נעמט אַרום דעם חיות און קיום פונעם מענטשלעכן וועזן בפרט און פון דער גאַנצער וועלט בכלל, דאַרף דורכדרינגען דעם חשבוןהנפש פון אַ אידן אין די צוגרייטונגסטעג פון חודש אלול. און דעמאָלט ברענגט עס אים צו דער פולשטענדיקער איבערגעגעבנקייט צום אויבערשטן, ווי דאָס ווערט אויסגעדריקט אין די ראשי-תיבות פון "אלול" — אני לדודי ודודי לי, אַז אַ איד גיט איבער זיין "אני", זיין גאַנצן וועזן און פאַראַנענקייט, צום אויבערשטן, און דאָס רופט אַרויס דעם "ודודי לי", אַז דער אויבערשטער ווייזט אַרויס זיין אהבה צום אידן, און איז אים משפיע חיות, בבני חיי ומזוני רוויחי, ובכולם רוויחי, אַ כתיבה וחתימה טובהשכט, לשנה טובה ומתוקהשל.
אין דעם אַלעם קומט צו אַ באַלויכטונג און אַ באַלעבונג פון דעם טאָג פון ח"י אלול, דער יום הולדת פון די "שני המאורות הגדולים", וועלכער "גיט אַ חיות אין דער עבודה פון אני לדודי ודודי לי".
ס'איז איינער פון די יסודות פון תורת הבעל-שם-טוב — אויספירלעך ערקלערט דורך דעם אַלטן רבי'ןשלא — אַז דער באַשאַף פון דער גאַנצער וועלט, "בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץשלב", איז ניט געווען אין אַן איינמאָליקן אופן אין די ששת ימי בראשית, נאָר די באַשאַפונג פון דער גאַנצער בריאה ווערט באַנייט בכל יום ויום, און נאָכמער — בכל רגע ורגע. און דאָס ווייזט אויף דעם אומבאַגרענעצטן חסד פון דעם אויבערשטן: ניט נאָר איז ער ב"ה "זן את העולם כולו בטובו בחן ובחסד וברחמיםשלג", נאָר נאָכמער, ער באַשאַפט נאָכאַנאַנד די וועלט מיט אַלע אירע צאָלרייכע באַשעפענישן.
אָט דער נאָכאַנאַנדיקער באַשאַף פון דער בריאה דורכן אויבערשטן אַליין איז, צווישן אַנדערע טעמים, אויך דערפאַר, ווייל אָט די שטענדיקע השפעה פון בורא
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לט
- Id
- rh-hw50m21p
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.