מכתבים כלליים מכ"ק אדמו"ר שליט"א
458
אויך איז באַוואוסט, אַז אין צוגאָב צו דעם וואָס דער גאַנצער חודש אלול איז אַ זמן פון חשבון הנפש פון פאַרגייענדען יאָר און הכנה צום נייעם יאָר, זיינען די לעצטע צוועלף טעג פון חודש אלול, אָנהויבנדיק פון ח"י אלול, אויסגעטיילט דערמיט וואָס יעדער פון די צוועלף טעג איז פאַרבונדן מיט איינעם פון די צוועלף חדשים פונעם יאָר — יום לחודששכא — און ח"י אלול, דער ערשטער פון די צוועלף טעג, איז אַנטקעגן דעם ערשטן פון די צוועלף חדשים, דעם חודש תשרישכב. אַזוי אַרום פאַרבינדט דער טאָג פון ח"י אלול דעם ראש-השנה פון פאָריקן יאָר מיטן ראש-השנה פון נייעם יאָר.
ראש השנה באַנייט דער אויבערשטער דעם חיות און קיום פון גאַנצן באַשאַף. יעדן יאָר אין דעם זמן קומט אַראָפּ פוןדאָסניי אַ גטלעכער חיותשכג צו באַלעבן די גאַנצע בריאה במשך דעם קומענדיקן יאָר (ביז דעם ראש השנה פון נעקסטן יאָר). דערפאַר ווערט דער טאָג אָנגערופן "ראש השנה"שכד (דער "קאָפּ" פון יאָר) — און ניט "תחילת השנה"שכה — ווייל פּונקט ווי מיר זעען אין לעבן פון אַ מענטשן, אַז דער קאָפּ איז דער מקור וואָס פון אים ווערט פאַנאַנדערגעשפּרייט דער חיות הנפש אין גאַנצן קערפּער, פון "קאָפּ" צו יעדן אבר — אַזוי איז אויך "ראש השנה" דער "קאָפּ", דער מקור פון באַנייטן חיות אויפן גאַנצן יאָר, און פון ראש השנה ווערט דער חיות פאַנאַנדערגעטיילט צו יעדן טאָג פון יאָר.
און דאָס איז דער באַדייט פון דעם דין ומשפט פון ראש השנה, וואָס איז דער יום הדין ניט נאָר פאַר דעם עם ישראל, נאָר אויך פאַר אַלע פעלקער און באַשעפענישן; ווי מיר זאָגן אין די תפלות פון ראש-השנה: "ועל המדינות בו יאמרשכו", "זכר כל היצור לפניך באשכז", "וכל באי עולם יעברון לפניךשכח". וואָרום דער משפט באַציט זיך צו
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לט
- Id
- rh-fedpnvr0
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.