English
ספרייה

מכתבים כלליים מכ"ק אדמו"ר שליט"א

460

צום נברא ווירקט און ברענגט דעם נברא צו דער טיפער אַנערקענונג און געפיל, אַז אַלץ און אַלע זיינען אינגאַנצן אָפּהענגיק אין דעם שטענדיקן חסד פון דעם אויבערשטן, און דאָס ווידער ברענגט אים אויך צו שטענדיקער און פולקאָמער איבערגעגעבנקייט צום בורא עולם, ער זאָל דורכפירן דעם אויבערשטנ'ס רצון און כוונה און אין דער פולער מאָס.

און דאָס איז דער ענגער פאַרבונד צווישן ח"י אלול, אַלס יום הולדת פון די "שני המאורות הגדולים", מיטן חשבון­הנפש און דער ספּעציעלער הכנה צו ראש השנה וואָס הויבט זיך אָן פון ח"י אלול: דורך אַריינטראַכטן זיך גוט אין דעם וואָס די "שני המאורות הגדולים" לערנען אונז, קומט­צו אַ גרויסע ליכטיקייט און לעבעדיקייט אין דער עבודה פון "אני לדודי ודודי לי" — די פנימיות'דיקע איבערגעגעבנקייט פון דעם אידן ("אני") צום אויבערשטן ("דודי"), און פון אויבערשטן ("דודי") צום אידן ("לי").

* * *

דער אויבנדערמאָנטער ענין — די אַנערקענונג אַז יעדע באַשעפעניש איז שטענדיק אָפּהענגיק אין די חסדי השם — איז אַן עיקר אינהאַלט פון מצות ביכורים, מיט וועלכער אונזער פרשה תבוא אל הארץ הויבט זיך אָן (וואו די מצוה פון ביכורים און הבאת ביכורים ווערט אַרויסגעבראַכט מיט אַן אריכותשלד): מ'זעט ווי אַ איד ברענגט און גיט אַוועק דעם אויבערשטן מראשית כל פרי האדמהשלה, פון זיינע ערשטעשלו און בעסטעשלז פרוכט­גערעטעניש, און דאַנקט דעם אויבערשטן פאַר די פירות מיט וועלכע דער אויבערשטער האָט אים געבענטשט — און דערביי זאָגט ער הויךשלח און קלאָר און מיט שמחהשלט — "וענית ואמרתשמ" — זיין הכרה אין "חסדי המקוםשמא" (אין אַלגעמיין), ווי דערמאָנט אויספירלעך אין דער פרשה.

און לויט דער אויבנדערמאָנטער תורה פון בעל­שם­טוב, אַז דער קיום פון אַ באַשאַפענעם וועזן איז אַ שטענדיקער חסד וואָס דער אויבערשטער טוט בכל רגע

ספריית ליובאוויטש · chabadlibrary.org

יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-094tcky0

עותקים

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות