English
ספרייה

מכתבים כלליים מכ"ק אדמו"ר שליט"א

461

ורגע מיט יעדן נברא, איז פאַרשטאַנדיק אויף וויפל עס פאָדערט זיך דער שטענדיקער געפיל פון דאַנקבאַרקייט צום אויבערשטן, אין אַן אַנטפּלעקטן און אָפענעם אופן, סיי בדיבור, און נאָך מער — אין מעשה בפועל, אַז עס זאָל זיין ניכר אין אַלע זיינע מעשים די אַנערקענונג פון חסדי השם, ביז אַז דאָס דערוועקט אויך אַלע אַרומיקע אַז זיי זאָלן דאָס אויך אַנערקענען און זיך אויפפירן אין איינקלאַנג דערמיט.

אייגנטלעך, איז דאָס די ערשטע זאַך וואָס אַ איד טוט באַלד ביי זיין אויפוועקן זיך פון שלאָף יעדן פרימאָרגן דורך זיין אַנערקענען און דערקלערן (בדיבור): מודה אנישמב לפניך. . שהחזרת בי נשמתי, ער דאַנקט דעם אויבערשטן ("מודה") מיט זיין גאַנצן וועזן ("אני" — אַזוי ווי "אני לדודי") פאַר דעם וואָס דער אויבערשטער האָט אים אומגעקערט זיין נשמה, זיין לעבן. און דאָס איז דער פונדאַמענט, דער ערשטער אַריינפיר צו זיין עבודת השם, וואָס ווערט פאָרטגעזעצט אין די פאַרשידענע און מערערע ברכות וואָס ער בענטשט און דאַנקט דעם אויבערשטן במשך דעם גאַנצן טאָגשמג, און אַלע טעג, פאַר יעדער טובה און הנאה וואָס ער געניסט.

* * *

ויהי רצון, אַז יעדער איינער און איינע, בתוך כלל ישראל, זאָל אין דעם אַלעם טאָן בכל לב ונפש,

ובפרט שטייענדיק אין די טעג פון אלול, וואָס לויטן מנהג ישראל ווינטשט מען יעדן אידן אַ כתיבה וחתימה טובהשמד; און זיכער איז דער אויבערשטער גלייך מקיים דעם וואונטש, דעם וואונש פון ועמך כולם צדיקים, און גיט גלייך, נאָך אין די טעג פון אלול, די כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה, צו יעדן אידן און אַלע אידן, ביז אַז אַ איד זעט שוין אין חודש אלול, און אין אַן אָפענעם אופן, דעם אָנהויב פון דעם "טוב" און "מתיקות" וואָס דער אויבערשטער האָט אים צוגעטיילט פאַרן נייעם יאָר;

ספריית ליובאוויטש · chabadlibrary.org

יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-a1g1p3z5

עותקים

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות