עברית
Library

יוהכ"פ

363

ועשירי"מב. און נוסף לזה האָט מען אויך די מעלה אַז דאָס קומט דורך "האוכל ושותה" כפשוטה (בגשמיות ממש), ניט דורך רעבמג (העדר האכו"ש)!

ויש לומר, אַז דער כח לזה קומט פון דעם — ווי מרומז אין דעם מאחז"ל — וואָס "מעלה עליו הכתוב כאילו התענה כו'": בעשירי בתשרי — גיט דער עצם טאָג דעם כח אויף "לחיותם ברעב". משא"כ בתשיעי בתשרי איז דורך "האוכל ושותה" ווערט "מעלה עליו הכתוב כאילו התענה כו'"מד: דער כתוב בתורה — תורת השם — הויבט אויף אַ אידן ("מעלה עליו") צו אַ העכערע מדריגה וואו ער וואָלט מצ"ע ניט געקענט דערגרייכן (ביז אַז דורך אורייתא ווערט ישראל וקוב"ה כולא חד), ביז צו דער מדריגה — "כאילו התענה תשיעי ועשירי", אַז ער האָט די מעלה פון "התענה" (לחיותם ברעב) פון צוויי טעג, און האָט אויך די מעלה פון תשיעי (די עבודה פון "האוכל ושותה").

ה. ע"פ הנ"ל איז נאָכמער מובן, אַז בערב יוהכ"פ וביוהכ"פ שטייט בגלוי דער עילוי פון תשובה עילאה, און די תוצאות דערפון לפועל — אַז אַ איד באַקומט אַלע ענינים, גשמיים ורוחניים, בכדי ער זאָל קענען שטיין בשמחה רבה, ביז — די ברכה הכי עיקרית פון דער גאולה העתידה, ווען מ'וועט האָבן שלימות אין אַלע ענינים און דאָ למטה בעוה"ז הגשמי, כנ"ל.

ובפרט דורך דעם וואָס אידן טוען זייער עבודה בפועל בתשיעי בתשרי, כולל — דורך מקיים זיין דעם "האוכל ושותה בתשיעי", "כפי שיעור ב' ימים ערב יוהכ"פ ויוהכ"פ"מה — וואָס זיכער האָט מען דאָס שוין אָנגעהויבן מקיים זיין, עכ"פ די סעודה ראשונה, און זיכער וועט מען דאָס משלים זיין און עסן די סעודה שני'מו (די וואָס האָבן דאָס נאָך ניט געטאָן).

וואָס דורך דעם ווערט דער "מעלה עליו הכתוב כאילו התענה תשיעי ועשירי", מיט דער מעלה פון "להחיותם ברעב" דיוהכ"פ, כנ"ל.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-jtncxrg3

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources