עברית
Library

יוהכ"פ

362

אכילה ושתי' (בדוגמת עוה"ב וואָס "אין בו לא אכילה ולא שתי'לה), און דורך דעם קומט צו חיות בחיבור הנשמה בגוף.

וואָס עפ"ז קומט אויס, אַז דורך דעם רעב ביוהכ"פ פעלט ניט אין חיות הגוף, ווייל דעמולט איז דאָ חיות, נאָר די חיות קומט (ניט פון אכילה ושתי', נאָר) פון דעם רעב גופא.

ואדרבה — די חיות הנשמה והגוף וואָס קומט דורך דעם רעב, קומט דעמולט פון דעם גוף עצמו. ע"ד ובדוגמא הנשמה ניזונית מן הגוף לע"ללו.

ווי דער ענין איז אויך מובן בפשטות — ע"פ חכמת הרפואה (כמדובר כמ"פלז): געוויינלעך באַקומט אַ מענטש חיות פון עסן, וואָס דער עסן ווערט דערנאָך דם וכו' וואָס באַלעבט דעם מענטש. אָבער בשעת ער פאַסט — באַקומט ער חיות פון דעם דם וחיות וואָס איז שוין דאָ אין דעם גוף פון פריער (פון דעם וואָס ער האָט פריער געגעסן און איז שוין געוואָרן דער דם וחיות פון דעם מדבר, ועאכו"כ פון אַ איד וואָס עיקר החיות שלו איז פון נפש האלקית), ער ווערט דעמולט באַלעבט פון חיי המוח והלב הגשמיים וואָס ווערט נמשך אין אַלע אברי הגוףלח.

ועפ"ז איז מובן, אַז דער עילוי פון תשובה עילאה פון יוהכ"פ נעמט דורך כל מציאות האדם, סיי די עניני הנשמה (רוחנית) און סיי די עניני הגוף (גשמיות), ואדרבה — דאָס דריקט זיך אויס בעיקר אין (מעלת) עניני הגוף הגשמי, אַז שטייענדיק אַלס נשמה בגוף זעט מען בגלוי (מראה באצבעו ואומר זה, אפילו בעיני האומות) ווי די נשמה באקומט איר חיות פון דעם גוף!

ד. ויש לומר אַז מעין זה איז אויך אין ערב יום הכפורים, וועלכער איז אַ הכנה צו יוהכ"פ:

די גמרא זאָגטלט (אַ דבר פלא), אַראָפּגעבראַכט להלכהמ — אַז "כל האוכל ושותה בתשיעי מעלה עליו הכתוב כאילו התענה תשיעי ועשירי". ד. ה. אַז די אכילה ושתי' פון ערב יוהכ"פ (תשיעי) טוט אויף דעם זעלבן ענין ווי דער תענית פון יוהכ"פ ("שהאכילה נחשבת כעינוי"מא) — מיט דער גאַנצער שלימות פון "להחיותם ברעב (כנ"ל). און נאָכמער: דורך "האוכל ושותה בתשיעי" האָט מען די מעלה פון "התענה", "לחיותם ברעב", פון צוויי טעג — "כאילו התענה תשיעי

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-cxajvq90

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources