עברית
Library

יוהכ"פ

361

הקב"ה (וואָס דער אויבערשטער בעט זיך כביכול) "אמרו לפני בראש השנה מלכיות זכרונות ושופרות, מלכיות כדי שתמליכוני עליכם, זכרונות כדי שיעלה זכרוניכם לפני לטובה, ובמה בשופר"כח,

ביז אַז דאָס ווערט די הכנה קרובה צו עיקר כל הברכות — "תקע בשופר גדול לחירותנו"כט — די גאולה האמיתית והשלימה, תיכף ומיד ממש, וואָס דעמולט וועט זיין דער גילוי בשלימות פון ישראל וקוב"ה כולא חד ווי אידן זיינען נשמות בגופים דאָ למטה.

ובפרט דורך דער הכנה לזה פון ערב יוהכ"פ און יוהכ"פ, כידוע אַז יוהכ"פ איז מעין דער גילוי דלעתיד לבואל, כמובן אויך פון דעם וואָס יוהכ"פ ווערט אָנגערופן "שבת שבתון"לא ע"ד יום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמיםלב.

ג. דער ענין הנ"ל, אַז תשובה עילאה (בשמחה רבה) פון יוהכ"פ איז ממשיך אַלע צרכים וענינים פון אַ אידן (ניט נאָר די ענינים רוחניים, נאָר) אויך די ענינים גשמיים — איז קיין סתירה ניט צו דעם וואָס יוהכ"פ איז אַ יום צום, פאַרבונדן דוקא מיט עינוי הגוף, און אויך תשובה עילאה איז לכאורה העכער פאַר עניני הגוף —

ווייל דער אויפטו פון תשובה עילאה איז — דער פאַרבונד פון אידן מיטן אויבערשטן וואָס איז העכער פאַר אַלע ענינים, העכער פאַר די גדרים וחילוקים פון עליון און תחתון, רוחניות און גשמיות וכו', און דעריבער נעמט דאָס דורך אַלע טיילן פון מציאות האדם, ביז אין גשמיות הגוף. ואדרבה — דער עיקר גילוי דערפון איז דוקא אין עשי' גשמיתלג.

און דער עילוי דריקט זיך אויס דוקא דורך דעם עינוי וצום פון יוהכ"פ — ווי פאַרשטאַנדיק פון דעם ביאור אַז דער תענית פון יוהכ"פ איז באופן פון "להחיותם ברעב"לד: די נשמה באַקומט חיות פון דעם "רעב" פון יוהכ"פ וואָס איז העכער פאַר

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-5wmby6yk

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources