ועוד והוא העיקר — אַז די שלימות משולשת פון דעם נייעם יאָר גיט צו נאָכמער כח אַז תיכף ומיד ממש — נאָך בתחלת השנה — זאָל מען שוין זוכה זיין צו אַלע עניני שלימות, כולל — די שלימות פון "תורה חדשה מאתי תצא", ווייל תיכף ומיד ממש קומט די גאולה האמיתית והשלימה,
און תיכף ומיד ממש איז מען זוכה צו אַ כתיבה וחתימה טובה בגלוי לכל אחד ואחת בתוך כלל ישראל — לשנה טובה ומתוקה.
ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א
אחרי קבלת פ"נ הכללי, ערב ראש השנה ה'תשנ"ב
א. בנוגע צו עניני דין אין תורה — וואָס איז ספּעציעל גילטיק אין די איצטיקע טעג וועלכע ווערן אָנגערופן ימי הדיןא, (אָנהויבנדיק פון דעם יום הדין פון ראש השנהב) — איז אַ פסקדין פון דעם אויבערשטן אין תורהג, אַז דער דין דאַרף זיין אין אַן אופן פון "(ושפטו העדה גו') והצילו העדה"ד, ד.ה. אַז דער גאַנצער דין איז נאָר בכדי עס זאָל זיין נאָכמער "והצילו"ה [ביז די שלימות פון "והצילו" בגאולה האמיתית והשלימה, כדלקמן ס"ג].
ווי עס שטייט אין טורו אַלס פסקדין (אע"פ וואָס ער ברענגט עס פון מדרשז)