ער"ה
343
עה"פח "מי גוי גדול אשר לו אלקים קרובים אליו": "איזה אומה כאומה זו שיודעת אופי' של אלקי'. . שמנהגו של עולם אדם שיש לו דין. . אינו יודע איך יצא דינו, אבל ישראל אינן כן, לובשים לבנים ומתעטפים לבנים. . ואוכלין ושותין ושמחים בר"ה לפי שיודעים שהקב"ה יעשה להם נס כו'", "ומוציאט דינם לכף זכות וקורע להם גזר דינם".
דאָס הייסט, אַז אידן זיינען אַזאַ "אומה" — אַ פאָלק וואָס זייער טבע בהנהגתם בחיי יום יום (אויך בזמן הגלות) איז אַזאַ — וואָס נאָך איידער ס'איז דאָ דער פסקדין בפועל ווייסן זיי שוין זיכער אַז דער דין וועט זיין לזכות ("והצילו העדה"), ביז אַז די זיכערקייט דריקט זיך אויס און פועל'ט אַ שינוי אין זייערע לבושים און מאכלים ומשקאות בראש השנה ("אכלו משמנים ושתו ממתקים"י).
ב. ולהוסיף, אַז דער ענין איז אויך אונטערשטראָכן אין דער פרשת השבוע פון דעם שבת פון וועלכן עס ווערט געבענטשט ראש השנה — פ' נצביםיא:
"אתםיב נצבים היום כולכם לפני ה' אלקיכם" גייטיג אויף אידן — די אַלע עשר מדרגות שבכלל ישראל (ווי אויסגערעכנט אין המשך הכתוביד) און אין יעדער אידן בפרטטו (כנגד די עשר ספירות, ווי זיי שטייען בגלוי אין יעדער אידטז אַלס נשמה בגוף) — ווי זיי שטייען אין דעם יום הדין פון ראש השנהיז ("היום"יח), אַז הגם דאָס איז אַ יום הדין — שטייען זיי באופן פון "נצבים", "קיימים ועומדים, דהיינו שזוכים בדין"יט — "והצילו העדה".
ויש לומר אַז דאָס איז אויך פאַרבונדן מיט דעם פירושכ אין "נצבים" מלשון "נצב מלך"כא, אַז יעדער איד שטייט (בראש השנה) ווי אַ מלךכב, אַ מלך אויף כל
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לט
- Id
- rh-t55p2yyr
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.