ער"ה
341
זיינען ניט תלוי זה בזה און אין אַנדערע יאָרן קען מען האָבן איינעם אָן דעם צווייטן):
(א) די שלימות פון שנת העיבורז, אין וועלכער עס קומט צו אַ חודש הי"ג, און דער יאָר ווערט אָנגערופן "שנה תמימה"ח.
(ב) דיט שלימות פון דעם וואָס חודש חשון און חודש כסלו — די צוויי חדשים אין יאָר וועלכע קענען זיין חסרים (של כ"ט יום) אָדער מלאים (של ל' יום)י — זיינען ביידע מלאים, צוויי חדשים מלאים — כפליים לתושי'יא, וואָס דעמולט ווערט דער יאָר אָנגערופן "שלימה"יב.
(ג) דערט ערשטער טאָג פסח קומט אויס ביום השבת, וואָס דעמולט האָט מען די שלימות אין ספירת העומר אַז דאָס הויבט זיך אָן "ממחרת השבת"ט אויך כפשוטויג, וואָס דעמולט זיינען די "שבע שבתות תמימות"ט — "תמימות כששת ימי בראשית" שמתחילות באחד בשבת ומסיימות בשבת (ווי עס שטייט אין מדרשיד).
און אין דעם נייעם יאָר קומען צוזאַמען אַלע דריי שלימות'ן: סיי די שלימות פון מספר החדשים (שנת העיבור), סיי די שלימות פון מספר הימים אין חדשים (צוויי חדשים מלאים) — במילא קומט אויס אַז דער יאָר האָט די סאַמע מערסטע טעג וואָס אַ יאָר קען האָבן (זייענדיק אַ "שנה תמימה" און אַ "שנה שלימה" — אַ שנת העיבור אין וועלכער חודש חשון און כסלו זיינען מלאים), און סיי די שלימות פון די "שבתות תמימות", מיט וועלכע ס'איז פאַרבונדן הבאת שתי הלחם און די אַנדערע קרבנות פון חג השבועות, זמן מתן תורתנו, וואָס איז פאַרבונדן אויך מיט "תורה חדשה מאתי תצא"יג.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לט
- Id
- rh-gc9rg3h3
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.