עברית
Library

הוספה - ביאורים באגרת התשובה

190

הצומות שלכל העבירות. ווייל דורך זיי ווערט אויפגעטאָן דער כללות ענין השינוי ביי דעם אדם המתענה, און די צומות וואָס זיינען מער פון ארבעים איז ענינם אַרויסברענגען דעם שינוי בפּרטיות און אין די פּרטי האדם (ובדוגמת העובר, וואָס כללות הציור שלו ווערט במשך ארבעים יום, און אעפּ"כ דאַרף מען האָבן ט' חדשים, בכדי עס זאָל אַרויסקומען דער ציור פּרטי).

ועפּי"ז יש לומר דעם טעם וואָס מ' צומות הייסט "תעניות הרבה מאד" ווייל וויבאַלד זיי שטעלן איבער (בכללות) דעם גאַנצן מענטשן מן הקצה אל הקצה, הייסט עס בנוגע דעם מענטשן "הרבה מאד", וויבאַלד זיי נעמען אַרום זיין גאַנצן מהות.

ועל יסוד זה. . ע"פ חכמת האמת:

לה. אין דעם וואָס דער אַלטער רבי שרייבט "ועל יסוד זה לימד האריז"ל לתלמידיו עפּ"י חכמת האמת מספּר הצומות כו'" איז ניט מובן:

א) מה נוגע להבנת עניננו שלימד "לתלמידיו עפּ"י חכמת האמת"?

ב) רגיל בתניא בכיו"ב — כשמוסיף פּרט על "האריז"ל" לציין הספר (תניא ספּ"ב). וכן בנוגע להרח"ו (שם פ"א) ועוד.

ג) אדרבה זהו סותר, לכאורה, לנדו"ד:

דער אגה"ת איז דאָך געשריבן געוואָרן פאַר אַלע אידן, אויך פאַר די וואָס מצד מדריגתם פירן זיי זיך ניט עפּ"י קבלה, און ווי גערעדט שוין (ראה לעיל סעיף. . . וראה גם לעיל סעיף ז­ח) אַז דער שער­בלאַט פון תניא "מיוסד על פּסוק כי קרוב אליך הדבר מאד" גייט אויך אויפן שעהיוה"א און אגה"ת. טאָ ווי שטעלט מען אַריין אין אגה"ת הוראות וואָס דער אריז"ל האָט געלערנט לתלמידיו עפּ"י חכמת האמת?

אפילו ווען ער וואָלט ניט צוגעלייגט די ווערטער "עפּ"י חכמת האמת", וואָלט אויך געווען די קשיא וואָס אין אגה"ת, וואָס איז פאַר אַלע אידן, זיינען הוראות וואָס זיינען שייך צו תלמידי האריז"ל. בפרט נאָך אַז ער איז מוסיף, אַז די הנהגה וואָס דער אריז"ל האָט געלערנט לתלמידיו איז [ניט עפּ"י נגלה (וכידוע אַז דער אריז"ל האָט געלערנט מיט זיינע תלמידים אויך נגלהמא), נאָר] "עפּ"י חכמת האמת", ווערט דאָך די קשיא נאָך שטאַרקער: צי דען זיינען הוראות למקובלים — הוראות צו אַלע אידן?

לו. איז דער ביאור אין דעם:

פריער אין דעם פּרק, איז ער מבאר אַז בכדי "שיהי' לרצון לפני ה' כו'", האָט מען געדאַרפט ברענגען אַ קרבן עולה. און איצטער וואָס מען קען ניט ברענגען קיין קרבנות, איז "התענית הוא במקום קרבן". ווערט דאָך גלייך די קשיא: וויבאַלד אַז בכדי "שיהי' לרצון לפני ה'", מוז מען אָנקומען איצטער (בזמן הגלות) צו תעניתים,

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-cv2z0a1b

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources