עברית
Library

הוספה - ביאורים באגרת התשובה

191

ע"ד ווי קרבן עולה בזמן הבית — האָט דאָך געדאַרפט שטיין אין גמרא און אין רמב"ם, שו"ע וכו' (וואָס זיינען געשריבן געוואָרן שוין נאָכ'ן חורבן), ובדרך פּס"ד — בדוגמת קרבנות הנ"ל, אַז מען דאַרף פאַסטן אויף אַלע עונות וחטאיםמב, און דעם מספּר הצומות אויף יעדער חטא (פּונקט ווי ס'איז דאָ דער דין (אין תושב"כ און אין גמרא) אַז בזמן הבית האָט מען געדאַרפט מקריב זיין אַ קרבן עולה)?

דעריבער שרייבט דער אַלטער רבי "ועל יסוד זה לימד האריז"ל לתלמידיו עפּ"י חכמת האמת מספּר הצומות כו'", אַז די ענינים זיינען עפּ"י חכמת האמת, און דעריבער שטייען זיי ניט אין גמרא וכו', ווייל פאַר דער צייט פון דעם אריז"ל האָט מען די חכמה ניט געטאָרט מגלה זיין; זי איז געווען "נסתרה בימיהם כו' כ"א ליחידי סגולה ואף גם זאת בהצנע לכת כו'"מג.

דער יסוד פון דעם ענין שטייט טאַקע אין גמרא (ברכות יז, א), און ווי עס ברענגט זיך פריער אין דעם פּרק "כמ"ש בגמרא שיהא מיעוט חלבי ודמי שנתמעט כאילו הקרבתי לפניך". דאָרט אָבער שטייט בלויז דער יסוד פון דעם ענין, און "על יסוד זה" האָט דער אריז"ל געלערנט לתלמידיו דעם מספּר הצומות, ווייל בזמנו "בדורות אלו" איז געקומען די צייט, וואָס "מותר ומצוה לגלות זאת החכמה"מג.

נאָר אעפּ"כ, איז אויך בזמנו של האריז"ל, איז דאָס געווען אַ לימוד (והוראות) לתלמידיו; לימד נאָר לתלמידיו. אָבער דערנאָך, בזמנו של הבעש"ט ואדמו"ר הזקן, אַז ס'איז געקומען די צייט ונתגלה ונתפּרסם מענה מלכא משיחא יפוצו מעינותיך חוצה; אַז ס'איז געקומען די צייט וואָס מען האָט אָנגעהויבן מגלה זיין "זאת החכמה" בפּרסום, און אַראָפּטראָגן איר אין חכמה בינה ודעת פון יעדער אידן, האָט דער אַלטער רבי אַריינגעשטעלט דאָס וואָס לימד לתלמידיו כו' אין אגה"ת און אַרויסגעגעבן עס פאַר אַלעמען, וואָרום איצט איז דאָס פאַר יעדער אידן און אין אַן אופן פון "קרוב אליך הדבר מאד בפיך ובלבבך לעשותו".

מ"ע דרבנן כמו תפלה:

לז. אין להוכיח מכאן דאדה"ז ס"ל דתפלה מדרבנן [ראה שו"ע דאדה"ז סק"ו, תניא רפל"ח. לקו"ת בלק (ע, ג). ובמכ' אדה"ז הידוע (בית רבי ח"א כ, א) בפּשיטות דתפלה מה"ת. וראה משנת יואל שקו"ט וביאור], כי לכו"ע זמני התפלה הם דרבנן וכשביטל זה ציוה האריז"ל להתענות ס"א כו'.

וכמ"ש בישעי':

ראה לעיל סעיף כב. ובהערה 19.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-7asfcwt7

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources