עברית
Library

Letter 4674

א' אלול, תשט"ז · מו"ה יעקב שי' הכהן

ב"ה, א' אלול, תשט"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"מ באמונה

מו"ה יעקב שי' הכהן

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון ערב חדש הרחמים.

איך בין געווען צופרידען צו לייענען אין עם, אז בעת רצון רעווא דרעווין בעלות המנחה פון שבת מברכין אלול, האט איר מבאר געווען די ענינים פון חדש אלול, בתוככי בני ישראל וואס אכל בי עשרה שכינתא שריא, און בפרט אז עס ווערט גערעדט דברי תורה און דברי חסידות, און השי"ת זאל העלפען אז די התעוררות זאל אראפקומען בפועל, און די אלע וועלכע האבען גורם געווען צו דעם נעמען חלק בראש.

איך בין געווען צופרידען צו לייענען אין אייער בריף, אז איר וועט זיין דער שליח צבור בימי ראש השנה ויום הכפורים הבאים עלינו ועל כל ישראל לטובה.

און זיכער ווייסט איר די הוראה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אז די אלע וועלכע זיינען יורד לפני התיבה אין די טעג, זאלען עטליכע טעג פאר דעם, דורכקוקען דעם פירוש המלות על כל פנים כפשוטו פון די תפלות און די פיוטים וועלכע מען איז זיך נוהג צו זאגען, און אין וועלכע מען איז ניט אזוי איינגעוויינט.

ויהי רצון, אשר השם יתברך שומע תפלת עמו ישראל ברחמים, יהי' מאזין ומקשיב לתפלת שלוחי עמו ישראל והוא בכלל זה, ויתן לכאו"א בתוך כלל ישראל שנה טובה ומתוקה בכל הענינים, און בפרט אז דער יאר הויבט זיך אן אז מען גייט אויף גרייטע, כוונתי, אז דער ערשטער טאג נאך ראש השנה דעם יאר איז דאך שבת קדש, וואס דענסטמאל איז דאך לויטן פתגם רז"ל, כל מלאכתך עשוי'.

וויבאלד חדש אלול איז דאך שוין א הכנה ובמקצת התחלה מעשרת ימי תשובה, וואס עס הויבען זיך אן שוין די טעג צו מקבל זיין פני המלך (ממה"מ הקב"ה), וכמ"ש בלקוטי תורה פרשת ראה לג, ב, זאלען זיך שוין אנהויבען די גוטע זאכען, און פון דעם ערשטען טאג וואס מען איז זיך נוהג צו זאגען דעם מזמור לדוד ה' אורי.

בברכה לבשורות טובות בכל האמור, ופ"ש ב"ב שיחיו וכל חברי ביהכ"נ שיחיו.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 13
Id
rh-y1zmqkm0

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit4674