עברית
Library

Letter 4400

כ"ט אייר, תשט"ז · הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה יונה שי'

ב"ה, כ"ט אייר, תשט"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה יונה שי'

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון ה' אייר.

עס וואונדערט מיר וואס איר דערמאנט גארניט וועגען אייער עסקנות צבורית, וועגען וועלכעס איך פרעג אדער דערמאן אין מיינע בריף צו אייך, און האפענטליך וועט איר דאס ערגענצען אין אייער נעקסטע בריף.

די פ"נ בייגעלייגט צו אייער בריף, וועלען געלייענט ווערן - בלי נדר אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע...

בברכה לקה"ת בשמחה ובפני'.

נ.ב.

זיכער האט איר געהערט פון דער געשעהעניש אין כפר חב"ד באה"ק ת"ו און אין צוזאמענהאנג מיט דעם ווערט איצטער אנגעפירט א קאמפיין לטובת די בתי הספר למלאכה וחקלאות, אויף וועלכע עס איז געווען דער איבערפאל, ל"ע ול"ע. וואס לויטן ווארט פון רבנו הזקן, איז אין אזא ווארט ווערט נתגלה די מדת הרחמים וועלכע איז פיל גרעסער ווי מדת החסד שלפני' נחלה בלי מצרים ומבריח מן הקצה אל הקצה, האב איך איבערגעגעבען אייער טשעק אלס ערשטע איינצאלונג פאר דעם צוועק, און השי"ת זאל העלפען אז בקרוב ממש זאלט איר מוסיף זיין אויף דעם כמה פעמים ככה און אויך אייערע קינדער זאלן טאן אזוי און כמה פעמים ככה און דאס וועט פארגרעסערען די ברכות פון השם יתברך והצלחתו אין געזונט פרנסה און אז דאס זאל זיין מתוך מנוחת הנפש והרחבת הדעת. און ערווארטע פון אייך גוטע בשורות אין דאס אלץ אויבען געזאגטע.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 13
Id
rh-m3adfac4

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit4400