עברית
Library

Letter 4559

כ"ג תמוז, תשט"ז · ה' עליהם יחיו

ב"ה, כ"ג תמוז, תשט"ז

ברוקלין.

ועד לעניני הדת במאנטעווידעא

מחלקת לטהרת המשפחה

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון יום ה' תמוז, אין וועלכען איר שרייבט וועגען דעם צושטאנד צו פארענדיגען דעם בנין פון בית הטבילה מיט די נויטיגע אויסבעסערונגען וועלכעס בריינגט צו באזונדערע געלט שוועריגקייטען און פארלאנגזאמט די פארווירקליכונג פון דעם אזוי וויכטיגער מוסד פאר אידישקייט.

אף על פי וואס די קאסע וועלכעס איז צו מיין דיספאזיציע ווערט אויפגעפאדערט צו בייהילפיג זיין אין א פיל גרעסערער מאס ווי די מעגליכקייטען אירע, און בפרט אז עס האנדעלט זיך וועגען א עיר ואם בישראל ווי מאנטעווידעא, וואס לכאורה איז זיכער דא א גענונגענדע צאל יהודים חרדים וועלכע פארשטייען די לעבענס נויטווענדיקייט פון טהרת המשפחה, און דארפען זיך אנשטריינגען צו פארענדיקען און אויסהאלטען די מקוה.

אבער נעמענדיק אין אכט אז כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האט גענומען א פערזענליכען אינטערעס אין דער מקוה נאך בא די ערשטע שריט פון איר פארווירקליכונג באם קויפען דעם פלאץ פאר דער מקוה, איז מילתא אלבישייהו יקירא, וויל איך אויך באטייליגען זיך אין דער פארזעצונג און פארענדיגונג פון דער מקוה, און בייגעלייגט איז א טשעק אויף דעם נאמען פון ועד טהרת המשפחה.

און השם יתברך זאל העלפען, אז בקרוב זאל מקוים ווערען די הבטחה וזרקתי עליכם מים טהורים, מקוה ישראל ה', און בפרט ווי ערקלערט אין רמב"ם סוף הלכות מקואות, אויך די הבטחה, כי מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים.

בברכה.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 13
Id
rh-t2w75z2m

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit4559