עברית
Library

Letter 4673

א' אלול, תשט"ז · ברוקלין.

ב"ה, א' אלול, תשט"ז

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון כ"א מנחם אב, אין וועלכער איר שרייבט די סיבה און דעם טעם פון אייער ניט באטייליגען זיך אין דער לעצטער צייט אין דער ארבעט פון ארגון נשי ובנות חב"ד און ענליכעס, וואס דאס איז פארבונדען מיט דער מיינונג פון דאקטוירים אין דעם.

חאטש עס איז פארשטענדליך אז מען דארף אויספאלגען די אנווייזונגען פון דאקטאר, ווי חכמנו זכרונם לברכה זאגען, התורה נתנה רשות לרופא לרפאות, פון צווייטען זייט אבער, אזא ארבעט וועלכע בריינגט צוזאמען מיט מענטשן און מען ווייס אז דאס בריינגט נוצען פאר א געוויסען קרייז מענטשן, אין רוחניות אדער אין גשמיות אדער אין ביידע, אז ניט נאר וואס דאס שוואכט ניט אפ דעם מענטשן, נאר אין געגענטייל, דאס קרעפטיגט נאך, און ניט נאר וואס דאס גיט א גייסטיגע באפרידיגונג, נאר דאס בעסערט בוכשטעבליך אויך דעם פיזישען געזונט, וואס אפילו דאקטוירים אנערקענען דאס, און דעריבער ראטען זיי צו זיין אקטיוו יעדערער לויט זיין שטאנד.

און נעמענדיק אין אכט דאס אויבען געזאגטע, איז מיין מיינונג אין אייער פראגע אין דעם.

אז איר זאלט נעמען א אקטיווען טעטיגקען איינטייל אין דער ארבעט פון נשי ובנות חב"ד, און אויך אין זאכען וואס [זיינען] פארבונדען לטובת די ישיבה אחי תמימים אין תל אביב און ענליכעס, און זיכער קען מען איינארדנען אז איר זאלט ניט דארפען גיין אויף טרעפ, וויבאלד עס איז ניט גרינג פאר אייך לויט אייער שרייבען. און איך גלויב אז ווען איר וועט זיך באראטען מיט דעם דאקטער, וועלכער האט אייך צוגעטראפען בעסער פון דעם ערשטען (וואס דערפאר איז ראטזאם צו פירען זיך לויט זיינע אנווייזונגען) וועט ער זיכער צושטימען צו דאס אויבען געזאגטע אין דער פולסטער מאס.

און בפרט אז מיר ווייסן, אז ווען מען טוט גוטע זאכען פאר דעם צווייטען, פארגרעסערט מען דורך דעם די ברכות פון השם יתברך אין דעם וואס עס נויטיגט זיך אט דער וועלכער טוט די טובה מיט זיינע בני בית, און זיכער איז איבעריג אויפמערקזאם מאכען אייך, אויף דער אנווייזונג פון תורת החסידות אז אלץ דארף געטאן ווערען מיט שמחה, און דענסטמאל איז אויך דא מער הצלחה.

בברכה צו גוטע בשורות אין דעם אויבען געזאגטע, וכתיבה וחתימה טובה אייך און אלע בני בית אייערע שיחיו.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 13
Id
rh-vcr2efaa

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit4673