עברית
Library

Letter 4329

פסח שני, ה'תשט"ז · ד' עליהם יחיו

ב"ה, פסח שני, ה'תשט"ז

ברוקלין, נ.י.

צו אלע חובבי תורה ומצוה

און שטיצער פון מוסדות חינוך הכשר

ד' עליהם יחיו

שלום וברכה!

דער הילפס-רוף פון די בית-רבקה סקולס פון בראנזוויל און איסט-ניו-יארק, דארף ארויסרופן א באלדיגען אפקלאנג אין יעדער אידישער הארץ.

דער מוסד וואס איז געגרינדעט געווארען דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע מיט פופצן יאר צוריק, וואו עס לערנען זיך אידישע טעכטער, און וואס האט שוין ב"ה ארויסגעגעבען פיל הונדערטע תלמידות, דערצויגען אין תורה גייסט מיט יראת שמים, צו פארנעמען זייער ארט אלס עקרת-הבית - דער דאזיגער מוסד שטעהט היינט אין אן ערנסטע לאגע, צוליב שוועריקייטן וועלכע זיינען פארבונדן מיט דעם בנין פון דער סקול, וואס מוז פארריכט און אויסגעברייטערט ווערן, כדי צו באקומען די נויטיקע באשטעטיקונג פון דער שטאט פארוואלטונג.

עס איז זיכער איבעריג מאריך צו זיין וועגן דער וויכטיקייט פון חינוך הבנות על טהרת הקדש בכלל, און בפרט וועגן דער לעבנס-וויכטיקייט פון די דערמאנטע בית-רבקה סקולס, וועלכע זיינען גוט באקאנט דער ברייטן אידישן עולם.

איך ווענדע זיך דעריבער צו יעדן איינעם, בא וועמען תורה און תורה-אידישקייט איז טייער און הייליק, אפצורופן זיך ברייטהערציק אויף דעם ערנסטן הילפס-רוף פון די בית-רבקה סקולס פון בראנזוויל און איסט-ניו-יארק, סיי מיט דער גרעסטער אייגענער שטיצע, סיי דורך פערזענלעכער באמיאונג צוציען און מזכה זיין אויך אנדערע מיט דער גרויסער מצוה פון העלפן אין דעם חינוך הכשר פון אידישע טעכטער על טהרת הקדש.

והשם יתברך, וואס מדתו איז מדה כנגד מדה, און נאך כמה פעמים ככה, וועט בענטשן די אלע שטיצער און עסקנים מיט אידישן נחת פון קינדער שיחיו און פון זיך אליין - מתוך הרחבה, בגשמיות וברוחניות.

בברכת כל טוב,

מ. שניאורסאהן

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 13
Id
rh-wvzmh3yb

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit4329