Letter 4476
כ"ב סיון, תשט"ז · הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה ברוך שי'
הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה ברוך שי'
נאך א לאנגען איבערריס בין איך געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון יום שני, אין וועלכען איר שרייבט דעם המשך ענין בהנוגע צו דער בית הכנסת בא אייך, און דער עיקר וואס איר האט באווארענט אז אין חדש תשרי הבע"ל זאלען די ענינים זיין דארטען בסדר, און מען דארף האפן אז אויך אויף להבא וועט אויך אזוי זיין, און איך וויל זיין זיכער אז אויך להבא וועט איר ניט אפגעשוואכט ווערען אין דער השתדלות, און עס איז דאך באוואוסט דער מאמר רז"ל הבא לטהר מסייעין לו, ויהי רצון מבורא עולם ומנהיגו אז אויך אייער באזוך באם קאנווענשאן זאל בריינגען געוויסע רעזולטאטען, און ניט נאר אין דער פראגע פון דער בית הכנסת נאר בכלל צו עניני יהדות.
איר דערמאנט ניט וועגען אייערע בני בית און וועגען זיך, נעם איך אן אז אלץ איז בסדר ובשלום.
בברכה לויטן נוסח פון כ"ק מו"ח אדמו"ר צו א געזונטען פרייליכען זומער.
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 13
- Id
- rh-z9ds9hj6
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit