לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ומכתבים טז
502אמור
ברוקלין, נ. י.
צו אַלע אַנטיילנעמער אין דעם יערלעכן
דינער פון דעם מוסד חינוך „אהלי תורה"
ה' עליהם יחיו
אין ענטפער אויף דער מיטטיילונג, אַז די יערלעכע מסיבה וועט פאָרקומען אי"ה ביום א' פ' אמור, שיק איך דערמיט מיין באַגריסונג און ברכה צו די געערטע געסט און אַלע אַנטיילנעמער אין דער מסיבה. ויהי רצון אַז עס זאָל זיין מיט גרויס הצלחה אין אַלע הינזיכטן.
ס'איז ידוע די הוראה פון אונזערע חכמים ז"ל אין צוזאַמענהאַנג מיט דעם אָנזאָג אין דער פרשה: אמור גו' ואמרת — להזהיר גדולים על הקטנים, וואָס אונטערשטרייכט די גרויסע אחריות פון דערוואַקסענע, בפרט עלטערן, בנוגע צו דער דערציאונג פון אידישע קינדער. און אויב אין אַלע צייטן האָט דער ענין פון חינוך געדאַרפט אַ ספּעציעלע זהירות, על אחת כמה וכמה אין אונזער צייט.
דערביי איז אויך פאַרשטאַנדיג, אַז וויבאַלד דאָס איז אַן אָנזאָג פון דעם אויבערשטן, און טאַקע דערפאַר וואָס דאָס איז פאַרבונדן מיט אַ געוואַלדיגע אחריות, איז זיכער אַז דער אויבערשטער גיט ספּעציעלע כוחות צו דערפילן די דאָזיגע אחריות אין דער פולסטער מאָס. און אפילו ווען מ'נעמט אָן אַ החלטה צו טאָן אין דעם, וואָס איז לכאורה איבער די כוחות, איז דאָ די פאַרזיכערונג, אַז דער אויבערשטער עפנט נייע מעגלעכקייטן דורכצופירן בפועל אויך אַזאַ החלטה. בפרט אַז עס האַנדלט זיך וועגן קטנים וואָס מוזן אָנקומען צו דער הילף פון גדולים, און וועלן מיט דער צייט ווערן גדולים, וואָס עס וועט חל זיין אויף זיי דער אָנזאָג פון להזהיר על הקטנים.
און דאָס איז דאָך די אויפגאַבע און טעטיקייט פון דעם מוסד חינוך „אהלי תורה", וואו די תלמידים באַקומען זייערע תורה חינוך על טהרת הקודש אין איינקלאַנג מיט דער דערמאָנטער אזהרה, אַזוי אַז ווען זיי וועלן ווערן גדולים — אין דעם פולסטן זין, וועלן זיי מקיים זיין דעם אָנזאָג פון להזהיר על הקטנים, און מ'וועט מיט שטאָלץ קענען זאָגן: „ראו גידולים שגדלתי" — בנוגע זיי און זייערע פירות און פיריפירות עד סוף כל הדורות.
איך האָף און וויל זיין זיכער, אַז אַלע פריינד פון „אהלי תורה" — וואָס אַלע זיינען דאָך נכלל אין דעם אָנזאָג להזהיר גדולים על הקטנים — וועלן זיך אָפּרופן503מיט אַ וואַרעם האַרץ און ברייטע האַנד צו געבן די פולסטע שטיצע צו דעם דאָזיגען טייערן מוסד חינוך, ניט נאָר צו דערמעגלעכן אים אָנצוגיין מיט זיין העכסטוויכטיגע אַרבעט, נאָר אויך צו פאַרגרעסערן די מעגלעכקייטן אַריינצונעמען וואָס מער תלמידים — קטנים וואָס וועלן ווערן גדולים, ווי אויבנגעזאָגט. און גרויס איז דער זכות פון אַלע שטיצער און טוער לטובת דעם מוסד, געבענטשט צו ווערן מהשם מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה אין אַלע באַדערפענישן, בגשמיות וברוחניות גם יחד.
בכבוד ובברכה להצלחה
ולבשורות טובות
. . . בענין נתוח הפראסט* . — (א) מעולם תמהתי, מפני מה אין מצריכין שאלת חכם קודם לעשית ניתוח זה, כיון שיש בזה ענין סירוס (עכ"פ חשש קרוב). (ב) אף שעיקר הש"ז מקורה מן הביצים — גם מהפראסטאט נתוספו בה כמה חמרים. וא"כ צ"ע אם בלעדי חמרים אלו — בנתוח הפראסטאט — יש להמשקה היוצא דין ש"ז, ע"פ תורה. (ג) הניתוח הנ"ל שולל הענין דיורה כחץ, במדה גדולה עכ"פ, אבל לא יציאת הש"ז (את"ל, שדין ש"ז ע"ז) — ועפכ"ז, ולאחרי הבירור אצל רופאים (ואיך עושים הניתוח בפועל עתה כי גם בזה יש שינויים) יש לפסוק השאלה . . .
504. . במ"ש בענין הפראסטאטא שהוא סירוס שבא ע"י חולי, הנה חולי הפראסטאטא אופנה אינו נוגע להולדה כלל וכידוע שהחולי הוא הגדלת הפראסטאטא וממילא מתקטן שביל המ"ר, כן בענין זקן ואינו ראוי להוליד הנה פשיטא שע"פ דין יש מציאות זו ונוגע ג"כ לענין מינוי סנהדרין וכן לכמה ענינים אבל צריך עיון למצוא בחינה שתהי' מחלטת ע"פ דין תורה שפלוני אינו ראוי להוליד מפני זקנותו דפשיטא שאין תלוי בשנים, ופשוט . . .
.תמוביותר לפסוק כהפר"ח (סתס"ח) נגד הרדב"ז שהוא דוקא שהובא לפסק הלכה בכל האחרונים: מג"א (סי' תצ"ו), באר היטב, רבנו הזקן, ערוך השולחן, משנה ברורה, נמוקי או"ח (להגה"צ ממונקאטש).
[בפרט בנדו"ד שיצאו להרויח — אפשר גם הפר"ח מודה — עיי"ש. והעובדא תוכיח — שמאריך שהותו בחו"ל יותר על המשוער], ולדעתי פשיטא שינהג יו"ט שני של גלות