English
ספרייה

לקוטי שיחות

בחוקותי א

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

313בחוקותי

א. אין התחלת פרשתינו איז רש"י מעתיק פון פסוק „אם בחקותי תלכו" און איז מפרש: „יכול זה קיום המצות, כשהוא אומר ואת מצותי תשמרוא הרי קיום המצות אמור, הא מה אני מקיים אם בחקותי תלכו, שתהיו עמלים בתורה".

דער מקור פון דעם פרש"י איז תו"כב — אָבער וויבאַלד אַז רש"י בפירושו (וואָס איז ע"ד הפשט, פשש"מ) בריינגט פון דרשות רז"ל נאָר דאָרט וואו ס'איז דאָ אַ הכרח דערויף אין פשוטן של כתובים (כמדובר כמה פעמים), מוז מען זאָגן אַז אָט דער פירוש פון תו"כ וואָס רש"י בריינגט דאָ איז מוכרח אין פּשטות הבנת הכתוב.

דערמיט איז אויך מובן פאַרוואָס רש"י דאַרף דאָ ברענגען די גאַנצע אריכות „יכול זה קיום המצות כשהוא אומר כו'", און ער איז זיך ניט מסתפק מיט'ן עצם הפירוש אַז „אם בחקותי תלכו" מיינט „עמלים בתורה", וואָרום דעמאָלט וואָלט געווען אַ נתינת מקום צו אָננעמען אַז דאָס איז דער פשוט'ער טייטש פון „בחקותי תלכו" — און דאָס איז ניט אויסגעהאַלטן, ווייל דער טייטש פון בחקותי (בדרך כלל) איז — מצות, דעריבער מוז רש"י מקדים זיין „יכול — די ערשטע סברא איז אַז דאָס מיינט — קיום המצות", נאָר היות אַז קיום המצות שטייט שוין (ווייטער) אין פסוק, איז פון דעם מוכח אַז די (פריערדיקע) ווערטער „אם בחקותי תלכו" מיינען ניט קיום המצות, נאָר „עמלים בתורה".

ס'איז אָבער ניט מובן:

א) רש"י באַוואָרנט אַז דאַ איז „בחוקותי" ניט „מצות" נאָר „תורה", האָט ער געדאַרפט מעתיק זיין פון פסוק „אם בחוקותי" און מפרש זיין „יכול אילו המצות כשהוא אומר ואת מצותי הרי מצות אמורין" — ניט מער.

ב) די קשיא ווערט נאָך שטאַרקער: אין תו"כ (מקור פרש"י) שטייט טאַקע „יכול אילו המצות" און רש"י איז משנה דעם לשון און שרייבט „קיום המצות".

ג) מוז מען זאָגן אַז רש"י באַוואָרנט אויך אַ צווייטע זאַך, אין קיום המצות: עמלים (בתורה) — דאַרפ'ן פאַרשטיין: פון „ואת מצותי תשמרו" האָט מען בלויז די ראי' אַז „בחקותי" מיינט ניט מצות, נאָר תורה — פון וואַנעט איז דער הכרח אַז עס מיינט „עמלים בתורה"ג?

314ד) אויף „ואת מצותי תשמרו" איז רש"י מפרש: „הוו עמלים בתורה ע"מ לשמור ולקיים". ולכאורה, איז דאָך דאָס אין סתירה צו דעם וואָס רש"י זאָגט פריער „כשהוא אומר ואת מצותי תשמרו הרי קיום המצות אמור", אַז „ואת מצותי תשמרו" מיינט קיום המצות (און ניט אַ פרט אין אופן לימוד התורה — ער זאָל זיין „ע"מ כו'")ד?

ב. דער ביאור אין דעם:

תלמוד תורה איז איינע פון די תרי"ג מצות; און ווי דער בן חמש למקרא ווייס דאָס אויך פון דעם וואָס אויף לימוד התורה מאַכט ער יעדער פרימאָרגן די ברכה „אשר קדשנו במצותיו". ולפי"ז איז פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס מ'קען ניט מפרש זיין אַז „בחקותי תלכו" מיינט לימוד התורה, וואָרום לימוד התורה איז אין כלל פון מצות, בלייבט דאָך ווידער די שאלה „הרי קיום המצות אמור, הא מה אני מקיים אם בחקותי תלכו"?

דערפון איז רש"י מכריח אַז „בחקותי תלכו" מוז מיינען (ניט לימוד התורה סתם, נאָר) אַ פרט נוסף אין לימוד התורה, וואָס מ'קען אים ניט וויסן פון „מצותי תשמרו", ווייל אויך אָן דעם פרט איז מען מקיים די מצוה פון תלמוד תורה, און דאָס דריקט אויס דער וואָרט „תלכו" — ניט סתם „תשמרו" (מקיים זיין), לערנען תורה.

אין וואָס פאַר אַן אופן קען מען מוסיף זיין אין לימוד התורה, וואָס אויך אָן דער הוספה פעלט ניט אין דעם „תשמרו", אין קיום מצות תלמוד תורה? אויב אין כמות — אין צוגעבן זמן אין לימוד התורה, איז דאָס אַלס דער זעלבער אופן הקיום, דער זעלבער „תשמרו" — בדוגמת קיום מצות „והי' לך לאות על ידך" — צי דאָס איז אַ קורצער זמן אָדער אַ ליינגער זמן — איז דאָס אַלץ דער זעלבער „והי' לך". מוז מען דעריבער זאָגן, אַז וואָס אונטערשטרייכט „(אם בחקותי) תלכו"ה ניט סתם „תשמרו" — אַ הוספה אין איכות פון דעם קיום לימוד התורה — עמלים בתורה, וואָס דאָס ווערט ניט נכלל אין „מצותי תשמרו", וויבאַלד אַז תשמרו איז מען מקיים אויך דורך לערנען ניט אין אַן אופן פון עמל.

ג. עפי"ז ווערט אָבער שווער דער סדר הענינים אין פסוק: וויבאַלד אַז „מצותי תשמרו" איז כולל דעם קיום פון מצות ת"ת אין אַן אופן פון סתם לימוד, למגרס, האָט עס דאָך געדאַרפט שטיין אין פסוק פריער, פאַר „בחקותי תלכו",315אַזוי איז דאָך דער סדר הלימוד בפשטות: פריער דאַרף זיין דער לימוד למיגרס און ערשט דערנאָך קען זיין דער עמל בתורה — לימוד בעיוןו (מען קען דאָך ניט אָנהייבן מיט פאַרטיפן זיך באַלד בעיון, איידער מ'לערנט ניט פריער אין אַן אופן — למיגרס), היינט פאַרוואָס שטייט פריער „בחקותי תלכו" און דערנאָך „ואת מצותי תשמרו"?

וואָלט מען געלערנט אַז דער טייטש פון „בחקותי תלכו" איז לימוד התורה סתם, און „מצותי תשמרו" איז מעשה המצות, וואָלט געווען מובן פאַרוואָס דאָס שטייט פריער פאַר „ואת מצותי תשמרו", ווייל נאָר „תלמוד מביא לידי מעשה"ז, וכמובן בפשטות אַז כדי צו וויסן וואָס צו טאָן און ווי אַזוי צו טאָן דאַרף מען פריער לערנען, אָבער בשעת מען לערנט אַז „בחקותי תלכו" מיינט „עמל תורה", קען מען שוין לכאורה ניט מסביר זיין אַז דערפאַר שטייט פריער „בחקותי תלכו" ווייל דאָס איז אַ תנאי מוקדם וואָס בריינגט צו „ואת מצותי תשמרו" — (מעשה המצות) —

ווייל „לידע את המעשה אשר יעשון" איז ניט נויטיק דער אופן הלימוד דוקא פון „עמל תורה"; אויף צו וויסן דעם דין הלכה למעשה איז מספיק לימוד למיגרס אין די ספרי הלכה וכו'ח.

דערפון גופא איז רש"י מכריח אַז דאָס איז אַ פּרט אין עמלים בתורה, אַז (ניט בלויז דער לימוד למיגרס דאַרף זיין מיט דער כוונה לשמור ולקיים, נאָר) אויך דער „עמלים בתורה" דאַרף זיין ע"מ לשמור ולקיים.

און אויף דעם בריינגט רש"י „כמו שנאמרט ולמדתם אותם ושמרתם לעשותם", אַז לימוד התורה — בלי חילוק, כולל אויך עמליםי בתורה — דאַרף זיין „ע"מ לשמור ולקיים".

ולפ"ז איז מובן, אַז דאָס וואָס רש"י זאָגט „הוו עמלים בתורה כו'" בנוגע צו „מצותי תשמרו" איז קיין סתירה ניט צו דעם וואָס ער זאָגט פריער אַז „מצותי תשמרו" מיינט קיום המצות — ווייל רש"י'ס פירוש דאָ איז (ניט אויף די ווערטער „ואת מצותי תשמרו", נאָר) אויף „אם בחקותי תלכו"יא: פריער פאַרטייטשט רש"י די ווערטער אַליין, אַז זיי מיינען „שתהיו עמלים בתורה", און דערנאָך — דעם טעם פאַרוואָס זיי שטייען פאַר „ואת מצותי תשמרו", ווייל דער עמלים בתורה דאַרף זיין „ע"מ לשמור ולקיים"יב.

316ד. מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין:

פון לשון רש"י „יכול זה קיום המצות" איז מוכח, אַז בפשטות וואָלט מען געדאַרפט לערנען אַז „בחקותי תלכו" מיינט קיום המצות, נאָר מצד דעם הכרח פון („הרי קיום המצות אמור" אין) די ווייטערדיקע ווערטער „ואת מצותי תשמרו", מוז מען לערנען אַז דער פירוש פון „אם בחקותי תלכו" איז — עמלים בתורה.

איז ניט מובן:

עס איז דאָך ידוע, אַז אין מצות זיינען דאָ כמה סוגים (עדות, חוקים און משפטים) און דער סוג חוקים איז די מצות וועלכע זיינען גזירת המלך, ווי רש"י האָט שוין פריער מפרש געווען אין פרשת אחרייג — און וויבאַלד אַזוי שטעלט זיך די שאלה: מען קען דאָך דאָ לערנען בפשטות, „בחקותי" מיינט די מצות אין סוג פון „חוקים"יד, וואָס זיינען העכער פון שכל (אַזוי ווי חוקים ווערט געטייטשט בכו"כ מקומות שבתורה), און „מצותי תשמרו" איז כולל די מצות שע"פ שכל (משפטים).

בפשטות קען מען ענטפערן, אַז אויב מיט'ן וואָרט מצותי איז דער פסוק אויסן נאָר איין סוג פון מצות — משפטים — וואָלט ער ניט באַנוצט דעם לשון „מצותי" (אַ שם כולל פאַר אַלע מצות) נאָר דעם לשון „משפטי", אַזוי ווי מען געפינט עס אין פסוקטו „אלה החוקים והמשפטים והתורות", אַז בשעת ער וויל מפרט זיין באַזונדערע סוגים פון מצות, רופט ער אָן דעם סוג מצות (שפּעטער) מיט'ן שם פרטי „משפטים", און ניט מיט'ן נאָמען „מצות" סתם — און וויבאַלד דאָ זאָגט דער פסוק דעם לשון „מצותי" איז אַ ראי' אַז ער מיינט אַלע מצותטז;

איז עס אָבער לכאורה ניט קיין תירוץ מספיק, וואָרום מען געפינט אין אַ פריערדיקן אָרט וואו דער פסוק טיילט פאַנאַנדער די מצות לסוגיהם: „עקב אשר שמע אברהם בקולי וישמור משמרתי מצותי חקותי ותורתי"יז

— און רש"י איז דאָרט מפרש: „מצותי — דברים שאילו לא נכתבו ראויין הן להצטוות", וואָס דאָס מיינט משפטים „חקותי — דברים שיצה"ר ואוה"ע משיבין עליהם". „ותורותי — להביא תורה שבע"פ" (אַז „ותורותי" לשון רבים מיינט תורה שבכתב און תורה שבעל פה) —

זעט מען דאָך פון דעם, אַז אפילו ווען דער פסוק זאָגט לשון „מצות" סתם, וויבאַלד ער רעכנט דערביי אויך „חוקים", מיינט ער מיט ביידע לשונות צוויי סוגי מצות — האָט מען דאָך אַזוי געקענט איינלערנען אויך בנדו"דיח?

ה. איז דער ביאור אין דעם: דער וואָרט „מצות" איז מלשון ציווי — זיי זיינען ציוויים פון דעם אויבערשטן. איז מובן אַז דער נאָמען דאָ איז מתאים בלויז בנוגע די מצות פון נאָך מ"ת *יח,317וואָס דעמאָלט האָט דער אויבערשטער אָנגעזאָגט אַלע מצות. אָבער פאַר דעם ציווי פון אויבערשטן ביי מתן תורה, איז דאָך באַם סוג מצוות אויף וועלכען מען זאָגט „אשר שמע אברהם גו'" — ניט געווען די מציאות פון דעם ציווייט. קומט דאָך אויס אַז דער לשון „מצותי" וואָס שטייט ביי אברהם אבינו, פאַר מ"ת, קען ניט מיינען מלשון ציווי הקב"ה, וויבאַלד כנ"ל, ס'איז נאָך געווען פאַר דעם זמן הציווי.

דעריבער מוז מען דאָרטן לערנען אַז „מצותי" מיינט די ענינים וועלכע זיינען „ראויין להצטוות" דאַמאָלט שוין עפ"י שכלכ; און זיי ווערן אָנגערופן מיט'ן נאָמען מצות, דערפאַר וואָס שכל איז שוין מצוה אויף זייכא.

משא"כ דער לשון מצותי בנדו"ד, וואָס שטייט נאָך מ"ת, וויבאַלד אַז דער לשון „מצות" לייגט זיך אויף אַלע מצות, וויילע זיי זיינען אַלע ציוויים פון דעם אויבערשטןכב, איז דעריבער שווער צו איינטייטשן אַז דערמיט איז ער שולל318„בחוקותי" — וואָס שטייט אין זעלבן פסוק — וועלכע זיינען אויך ציווי השם, און ווערט געמיינט בלויז דער סוג פון משפטים — נאָר מ'דאַרף לערנען אַז „מצותי תשמרו" גייט אויף אַלע מצות, ובדרך ממילא דאַרף מען אָננעמען אַז „בחקותי תלכו" מיינט עמלים בתורה.

ו. דער ביאור בכל הנ"ל בפנימיות הענינים:

הגם אַז רש"י'ס הכרח — אַז „אם בחקותי תלכו" מיינט „עמלים בתורה" — איז ניט פון לשון בחקותי גופא, נאָר פון ווייטער: „כשהוא אומר ואת מצותי תשמרו הרי קיום המצות אמור", פונדעסטוועגן דאַרף מען זאָגן, אַז דער ענין פון „עמלים בתורה" איז מרומז אויך אין דעם לשון „בחקותי תלכו".

[וואָרום „ותורה אור"כג: אַלע ענינים פון תורה זיינען אין אַ ליכטיקן אופן און זיי באַלייכטן יעדער זאַך, און דאָס מיינט כמובן, אַז תורה (ועאכו"כ תורה שבכתבכד) איז געשריבן געוואָרן אין אַן אופן אַז דער תוכן הכתוב זאָל זיין ליכטיק; אויב דער וואָרט „בחקותי" וואָלט כלל ניט געוויזן אויף תורה (נאָר — אויף מצות), וואָלט דאַן אַנשטאָט דעם לשון „בחקותי" געשטאַנען „בתורתי" אָדער „בתורותי", וואָס דריקט אויס קלאָר דעם מכוון תורה. וויבאַלד אָבער אַז תורה האָט אויסגעקליבן דוקא דעם לשון „בחקותי", איז מוכרח אַז דוקא אין דעם לשון איז מודגש דער ענין פון עמלים בתורה].

ז. צו פאַרשטיין ווי אַזוי דער לשון בחקותי (ווען עס ווערט באַנוצט אויף לימוד התורה) דריקט אויס דעם ענין פון עמל תורה, דאַרף מען פריער מסביר זיין אַ פרט אין דעם תוכן פונעם תואר „חוקים" וואָס ווערט באַנוצט בשייכות צו מצות.

ס'איז ידוע, אַז חוץ דעם נאָמען מצות, וואָס איז אַ שם כללי פאַר אַלע מצות, כנ"ל, האָט יעדער סוג פון מצות אַ באַזונדער נאָמען: עדות, משפטים און חוקיםכה. „עדות" איז דער סוג מצות וואָס זאָגן עדות אויף געוויסע ענינים — אויף בריאת שמים וארץ, אויף יצי"מ, (אַזוי ווי שבת, תפלין) וכדומה. „משפטים" זיינען כולל די מצות וואָס „אלמלא ניתנה תורה" וואָלט מען זיי אַליין פאַרשטאַנען דורך משפט שכלי; און „חוקים" זיינען די מצות וועלכע זיינען דורכאויס גזירת המלך: זיי האָבן ניט קיין אָרט אין שכל ניט אַלס משפטים און אויך ניט אַלס עדות, נאָר ענינם איז „גזירה גזרתי חוקה חקקתי".

אין לשון הקודש — וואָס איז ניט קיין לשון הסכמי — זיינען אַלע ענינים בדיוק, איז וויבאַלד די מצות וועלכע האָבן ניט קיין אָרט אין שכל הייסן מיט'ן נאָמען חוקים, וואָס לשון „חוקה" האָט אויך דעם אָפּטייטש פון חקיקה (ווי ער איז מבאר אין לקו"תכו אין דעם וואָרט „בחקותי"), דאַרף מען זאָגן אַז ס'איז דאָ אַ תוכן'דיקע שייכות צווישן דעם ענין פון חוקה למעלה מהשכל און ענין החקיקה.

די הסברה בזה:

כללות'דיקער

צווישן מלאכת החקיקה און כתיבה איז319אין דעם, וואָס ביי חקיקה פאָדערט זיך מער כח און אָנשטריינגונג ווי ביי כתיבה. דיבור איז בלויז מעשה זוטאכז, כתיבה איז שוין אַ מעשה שלם, אָבער דאָך דאַרף מען ביי כתיבה ניט האָבן אַזוי פיל כח און אָנשטריינגונג ווי ביי חקיקה. דערמיט איז מובן וואָס די מצות וואָס זיינען בלויז גזירות המלך ווערן אָנגערופן חוקים מלשון חקיקה, וויילע דער קיום פון אַ זאַך וואָס לייגט זיך ניט אין שכל, ביז צו — היפך השכל, איז אַן עבודה קשה, אַ סאַך שווערער ווי דער קיום פון אַ זאַך וואָס איז עפ"י שכלכח.

ועפ"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק אַז דער לשון „בחקותי", ווען ער ווערט באַנוצט אויף תורה מיינט (ניט לימוד התורה סתם, נאָר) עמל תורה, וויילע חוקה מלשון חקיקה ווייזט אויף אַ שווערער אַרבעט, עמל

און בשעת ער לערנט תורה מיט אַ האָרעוואַניע — מיט דער עבודה קשה פון „חקיקה" — פּועל'ט עס אַ חקיקהכט אין האַרץ פון דעם לומד התורה, אַז אפילו ווען לבו כלב האָבן, איז אויב ער האָרעוועט אין תורה, ווערט זיין פאַרשטיינערט האַרץ דורכגעקריצט און דורכגעריבן דורך דעם עמל בתורה — אבנים שחקו מיםל.

ח. אין תורה זיינען דאָך אַלע ענינים מכוון ומדוייק בתכלית, איז וויבאַלד אַז עמל תורה הייסט מיט'ן לשון חוקה, דער זעלבער לשון וועלכער עס ווערט באַנוצט אויף מצות שלמעלה מהשכל, איז דאָס גופא אַ הוכחה, אַז דער טעם וואָס עמל תורה הייסט חוקה, איז (ניט בלויז מצד דעם וואָס זי איז אַ עבודה קשה כנ"ל, נאָר אויך) מצד דעם וואָס דער עמל תורה איז פאַרבונדן מיט למעלה מהשכללא:

אע"פ אַז דער לימוד פון תושבע"פ מוז זיין אין הבנה והשגה דוקאלב, און אויב מען פאַרשטייט ניט וואָס מען לערנט, קען מען אויף דעם קיין ברכת התורה ניט מאַכןלג — אעפ"כ איז דער עמל תורה פאַרבונדן מיט למעלה מהשכל. ואדרבה: דוקא אין „בחקותי" — שלמעלה מהשכל — דריקט זיך אויס דער „עמלים בתורה".

און דאָס איז אין צוויי עניניםלד:

א) דער „עמל בתורה" דאַרף זיין מערער ווי עס לייגט זיך בשכלו; בשעת מ'לערנט בלויז אויף וויפל עס פאָדערט דער שכל, הייסט עס ניט קיין ריכטיגער עמל. ב) דער עמל בתורה בריינגט320אים צו דער הנחה והשגה אַז אויך די ענינים וועלכע ער פאַרשטייט יאָ בשכלו, זיינען אין אמת'ן העכער פון השגה (וכמאמרלה תכלית הידיעה שלא נדעך, וואָס אַזוי ווי דאָס איז בנוגע דעם אויבערשטן, עד"ז איז עס אויך בנוגע תורה — חכמתו ית', וואָס הוא וחכמתו אחד. וכמש"כ הרמב"םלו, ובמילא „כשםלז שאין ביכולת שום שכל נברא להשיג בוראולח כך אינו יכול להשיג" חכמתו, וכמש"נלט: ונעלמה מעיני כל חי —

איז אויב ער מיינט אַז ער האָט תכלית הידיעה אין תורה, איז עס אַ באַווייז אַז ביי אים פעלט דער עמל בתורה), וכמאמר כ"ק מו"ח אדמו"רמ, אַז אויך די ענינים מושגים זיינען אַזוי ווי חוקים.

וואָס עפ"ז וועט ווערן רעכט וואָס ער זאָגט אויף לימוד התורה דעם לשון „בחקותי תלכו", כאָטש אַז ער מיינט דאָך דאָ דעם לימוד פון יעדער ענין שבתורה, ניט בלויז דעם לימוד פון חוקים נאָר אויך פון עדות און משפטיםמא — וויילע דורכן עמל בתורה קומט מען צו דער הכרה אַז אויך משפטים זיינען חוקים.

(משיחת ש"פ בחקותי תשכ"ה)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-0kpqe1jp

עותקים

פעילות אחרונה

#191 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · אושרה
#133 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · נסגרה

מקורות