נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.
255אמור ג
א.אין דער פרשת המועדות בפרשתנו נאָך דעם וואָס די תורה זאָגט אָן וועגן קרבנות און יו"ט פון שבועות, שטייט אין פסוקא: „ובקוצרכם את קציר ארצכם לא תכלה פאת שדך בקוצרך ולקט קצירך לא תלקט גו'". שטעלן זיך מפרשי התורה און זיינען מסביר דעם טעם וואָס די תורה זאָגט אָן וועגן די מצוות פון פאה ולקט ביי דעם ציוויי אויף מועדות:
א) דער אבן עזרא זאָגטב: וטעם להזכיר ובקוצרכם את קציר ארצכם פעם שניתג בעבור כי חג שבועות בכורי קציר חטים הזהיר שלא תשכח מה שצויתיך לעשות בימים ההם.
ב) דער רמב"ן איז מסביר: כי בקוצרכם את קציר ארצכם רמז לקציר הנזכר בראש הפרשהד יאמר כי כשתבואו אל הארץ וקצרתם את העומר ראשית קצירכם לא תכלה פאת השדה ההוא לצורך העומר ולא תלקט הלקט לומר שלא תדחה המצוה ההיא את הלאוין האלה.
ג) כעין זה זאָגן אַנדערע מפרשיםה, אַז די תורה קומט באַוואָרענען אַז אויך די שדה וואָס מ'האָט פון איר געבראַכט דעם עומר, איז מחוייב אין פאה ולקט — וואָרום עס וואָלט געווען אַ סברא צו זאָגן, אַז היות מ'האָט די „ראשית קצירכם" פון דער שדה — געבראַכט אַ קרבן לה', מ'האָט שוין מקיים געווען אַ מצוה מיט דעם קציר פון דער שדה, וואָלט מען געקענט מיינען אַז מ'איז ניט מחוייב מקיים זיין אין דער שדה אויך די מצוות פון פאה ולקט.
לפ"ז דאַרף מען פאַרשטיין וואָס רש"י בפירושו ברענגט אַראָפּ די דרשה פון תו"כו „אמר רבי אוורדימסז ברבי יוסי מה ראה הכתוב ליתנם באמצע הרגלים פסח ועצרת מכאן וראש השנה ויוהכ"פ וחג מכאן, ללמדך שכל הנותן לקט שכחה ופאה לעני כראוי מעלין עליו כאילו בנה בית המקדש והקריב עליו קרבנותיו בתוכו".
דאָס וואָס רש"י וויל ניט אָננעמען, בפשש"מ, דעם תירוץ פון רמב"ן (און פון אַ טייל פון די אַנדערע מפרשים) קען מען מסביר זיין וויילח לפי תירוץ זה האָט דער פסוק („ובקוצרכם וגו'") געדאַרפט שטיין „בראש הפרשה", גלייך256נאָך דעם ציווי פון קצירת העומר. אָבער דער ביאור פון אבן עזרא איז לכאורה אַ ביאור פשוט ומספיק אין פשוטו של מקרא.
ב. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים כמה דיוקים אין דעם פירוש רש"י:
רש"י שטעלט זיך אויף דעם וואָרט „ובקוצרכם"ט און איז מפרש: „חזר ושנה לעבור עליהם בשני לאוין", און דערנאָך איז ער ממשיך „אמר רבי אוורדימס כו'", כנ"ל
איז ניט פאַרשטאַנדיק: ס'איז ידועי אַז בשעת רש"י זאָגט אַ צווייטן באַזונדערן פירוש אויף דעם זעלבן ענין אָדער וואָרט, שטעלט ער עס אין אַ באַזונדערן דיבור המתחיל —
פון דעם וואָס דאָ נעמט רש"י אַריין ביידע פירושים אין זעלבן ד"ה איז מובן, אַז זיי האָבן אַ שייכות צווישן זיך. ולכאורה זיינען דאָס צוויי לגמרי באַזונדערע ענינים: „חזר ושנה לעבור עליהם בשני לאוין" האָט לכאורה קיין קשר ושייכות ניט מיטן מאמר פון רבי אוורדימס, וואָס איז מסביר פאַרוואָס דאָס שטייט „באמצע הרגלים".
אויך פאָדערט זיך ביאור בדיוק כמה ענינים בפרש"י זה:
א) דער דיוק הידוע, אַז רש"י ברענגט דעם מאמר בשם אומרו נאָר דאַן ווען דערמיט קומט צו אַ הוספת ביאור אין דעם תוכן המאמר (נייטיג — פאַר אַ תלמיד ממולח).
ב) ער איז מפרט ומאריך בהקושיא „פסח ועצרת מכאן ור"ה ויוהכ"פ וחג מכאן"* און באַנוגנט זיך ניט מיטן זאָגן „מה ראה הכתוב ליתנם באמצע הרגלים"?
וואָס דער פסוק „ובקוצרכם וגו'" שטייט דאָ (אין פרשת המועדות בכלל, און ניט אין אַ מקום המיוחד פאַר די מצוות), איז לפי פשש"מ (דרך רש"י בפי') קיין קשיא ניט:
ע"ד הפשט קומט דאָס בהמשך צו די פריער געזאָגטע (בפרשה זו) מצוות, וואָס דער פסוק זאָגט אָן בקשר צו קצירת התבואה: ער הויבט אָן פריערד „כי תבואו אל הארץ וגו' וקצרתם את258קצירה והבאתם את עומר גו'" דערנאָך שטייט דער אָנזאָג פון „מנחה חדשה"כא וואָס מ'ברענגט בחג השבועות מן החדש פון חטים, און בהמשך לזה זאָגט אָן די תורה נאָך מצות וואָס זיינען פאַרבונדן מיט קצירת התבואה.
רש"י בפירושו באַוואָרנט (בעיקר) פאַרוואָס די תורה איז מזהיר אויף די מצות פון לקט ופאה אַ צווייטן מאָל (נאָך דעם ציווי אין פ' קדושים, און ווי דער אבן עזרא איז מדגיש: „וטעם להזכיר וכו' פעם שנית")? און איז מפרש: „חזר ושנה לעבור עליהם וכו'".
[און מהאי טעמא גופא איז מובן דאָס וואָס רש"י לערנט ניט ווי דער אבן עזרא „הזהיר שלא תשכח מה שצויתיך לעשות כו'":
אין פ' קדושים צוזאַמען מיטן ציווי אויף פאה און לקט שטייט אין פסוקכב „וכרמך לא תעולל ופרט כרמך לא תלקט" — ובמילא אויב די תורה דאַרף אָנזאָגן נאָכאַמאָל די מצות בנוגע אַן עני כדי שלא תשכח, האָט די תורה אויך געדאַרפטכג איבערחזר'ן דעם ציווי פון „כרמך לא תעולל ופרט וגו'"כד.
איז פון דעם מוכח אַז מ'האָט ניט מורא פאַר שכחה (וכיו"ב) ביי די מצות — און ווי מ'זעט ביי רוב המצות, אַז די תורה באַוואָרנט ניט אַ צווייטן מאָל (אפילו ניט אַלעמאָל ווען עס קומט זייער זמן), אַז מ'זאָל זיי ניט פאַרגעסן צו מקיים זיין.
דעריבער לערנט רש"י אַז דאָס וואָס „חזר ושנה" איז „לעבור עליהם בשני לאוין". און ס'איז קיין קשיא ניט פאַרוואָס האָט די תורה באַשטימט אַז מ'איז עובר „בשני לאוין" דוקא ביי די מצות און ניט ביי אַנדערעכה — און ווי רש"י איז מפרשכו „הרבהכז מצות בתורה נאמרו ונכפלו כו' לחייב ולענוש על מנין לאוין שבהם" (און אין פשוטו של מקרא האָט קיין אָרט ניט צו פרעגן פאַרוואָס זיינען די מצות אויסגעטיילט אין דעם פון אַנדערעכח)].
ו. דווקא נאָך דעם פירוש שטעלט זיך (בעיקר) די שאלה „מה ראה הכתוב ליתנם באמצע הרגלים" — און די קשיא האָט אַן אָרט דוקא ווען די „אמצע הרגלים" איז באופן פון „פסח ועצרת מכאן ור"ה ויוהכ"פ וחג מכאן". והביאור:
ווען די אזהרה פון „ובקוצרכם וגו'" וואָלט געמיינט אַ נייעם ציווי אויף פאה ולקט, וואָלט מען געקענט מסביר זיין כנ"ל, אַז דער פסוק שטעלט דאָ די מצות פון פאה ולקט כשם ובהמשך וואָס ער זאָגט די אַנדערע ציווים בשייכות צו קצירת התבואה. וויבאַלד ס'איז אַ ציווי ולאו חדש שטעלט עס דער פסוק דאָ, כדי מ'זאָל ניט מיינען אַז מיט די אויבנדערמאָנטע דאַ מצוות וואָס זיינען פאַרבונדן מיט קצירת התבואה ענדיקן זיך די מצוות ביים קציר (ובמילא קען ער שוין ענדיקן שניידן און נעמען די גאַנצע תבואה פאַר זיך — ע"ד פי'259אַנדערע מפרשים בס"א), נאָר „ובקוצרכם את קציר ארצכם" זיינען דאָ נאָך מצוות וואָס מ'דאַרף טאָן איידער מ'קען נעמען און הנאה האָבן דערפון — „לא תכלה פאת שדך כו' ולקט קצירך לא תלקט".
וויבאַלד אָבער אַז די אזהרה איז נאָר „לעבור עליהם בשני לאוין"כט, איז עס נאָר מתאים צו שטייען דאָ (און ניט בפרשה הדומה בתוכנה להפרשה שנאמר בה בפעם הא') אויב דאָס האָט אַ שייכות צום תוכן פון דער פרשה. (וואָרום מ'דאַרף דאָך דאָס ניט באַוואַרענען דאָ, היות מ'ווייס שוין די מצוה פון פריער, כנ"ל) —
אָבער בנדו"ד שטייט דער פסוק צווישן ענינים וואָס (עיקר) תוכנם איז (ניט אַזויפיל די מצות שבקצירה, נאָר) מצות הקרבנותל (פון די רגלים)לא — והא ראי': „פסח ועצרת מכאן ור"ה ויוהכ"פ (וחג) מכאן" (וואָס ר"ה ויוהכ"פ האָט ניט קיין שייכות צו (קצירת ה)תבואה), ומזה משמע, אַז די גאַנצע פרשה איז עיקרה קרבנות המועדותלב. טאָ ווי פּאַסט דאָ אַריין די אזהרה (לעבור בשני לאוין) בנוגע צו „פאה ולקט".
ז. אויף דעם קומט דער תירוץ „ללמדך שכל הנותן לקט שכחה ופאה לעני כראוי מעלין עליו כאילו בנה ביהמ"ק והקריב עליו קרבנותיו בתוכו".
די הסברה פון דעם:
די שייכות און פאַרגלייך פון מתנות עניים צו הקרבת קרבנות איז מובןלג: כשם ווי קרבנות הייבן זיך אָן פון „אדם כי יקריב מכם ולא מן הגזל"לד ער איז מקריב און גיט אַוועק פון זיינע צום (מזבח וכהן — לויט דעם ציווי פון דעם) אויבערשטן, עד"ז איז אויך באַ מתנות עניים וואָס ער איז מקיים דעם ציווי ה' צו געבן (פון זיין תבואה צו די עניים — ער גיט אָפּ) פון זיינע נכסים צו (די עניים לויט דעם ציווי פון) דעם אויבערשטן.
וואָס דערפאַר איז די דרשה פון רבי אוורדימס בתו"כ „מעלין עליו כאילו ביהמ"ק קיים והוא מקריב קרבנותיו לתוכו" שייך בעיקר ביי לקט שכחה ופיאה ומעשר עני און ניט ביי צדקה סתם.
רש"י טייטשט דאָס אָפּ בהדגשה נוספת, אַז די יגיעה אין דער תבואת הארץ וואָס ער גיט אַוועק צום עני — (און דאָס נאָך איידער ער נעמט די תבואה צו זיך און דאַן גיט ער פון איר תרומה, מעשר וכו' און נאָכדעם איז ער נהנה (פונעם לחם וכו' וואָס ער קריגט) פון זיין תבואה) — איז דאָס (ניט נאָר ווי ער וואָלט מקריב געווען קרבנות, נאָר אויך) „כאילו בנה בית המקדש" — בדוגמת העבודה והיגיעה אין בנין ביהמ"ק, וואָס קומט איידער ער איז מקריב קרבנותיו דאָרט.
ח. אין דעם פאַרגלייך — מעלין עליו כאילו ביהמ"ק קיים, אָדער בנה ביהמ"ק, און „הקריב קרבנותיו" — זיינען דאָ צוויי ענינים:
א) דער אַוועק נעמען פון זיך — מצד הציווי פון דעם אויבערשטן אַ זאַך וואָס „יכול לקנות חיי נפשו" און נאָכמער — אַ זאַך וואָס ער קריגט עס דורך יגיעה מיט זיין חיות וכחות נפשו;
ב) דער געבן (מצד הציווי פון דעם אויבערשטן), די זאַך ווערט געגעבן צו אַן ענילח.
די נפק"מ צווישן די צוויי: אויב דער עיקר הדגשה איז דער יוקר הענין וואָס ער נעמט אַוועק פון זיך אַ זאַך וואָס איז געבונדן מיט חיות נפשו — איז ניט (אַזויפיל) נוגע אין וועלכן אופן דאָס קומט אָן צום עני.
אויב אָבער דער עיקר הדגשה איז אין דעם געבן — דעמאַלט איז נוגע דער אופן, די שלימות הנתינה.
און דאָס איז דער חילוק צווישן דעם לשון פון רבי אוורדימס ווי ער שטייט אין תו"כ און ווי ער ווערט געבראַכט אין פירוש רש"י: אין תו"כ איז דער חידוש והשוואה הנ"ל (פון לקט כו' צו קרבנות) אין דעם וואָס ער איז „מוציא" די תבואה פון זיין שדה כו'לט, דעריבער איז ער מוסיף אויך שכחה און מעשר עני, וואָס זיינען לגמרי גלייך צו לקט ופאה אין דעם, וואָס ער איז מוציא פון זיין רשות די תבואה, וואָס קומט דורך יגיעת כפיו;
261משא"כ רש"י, וואָס איז מדגיש דאָס וואָס „נותן . . לענימכראוי", איז ער מוסיף נאָר שכחה, היות אַז נאָר שכחה איז בדומה צו לקט ופאה אין דעם וואָס די נתינה איז באופן הראוי — דהיינו:
די אַלע דריי מצות (לקט שכחה און פאה) זיינען גלייך אין דעם וואָס (ניט נאָר גיט ער אַוועק זאַכן וואָס זיינען פאַרבונדן מיט חיות נפשו, נאָר) די נתינה איז אין אַ שלימות'דיקן אופן, דער נותן האָט ניט דערביי (אפילו) קיין טובת הנאהמא („נותן . . כראוי") ע"י וואָס ער גיט עס לעבדו ולאמתו אָדער צו עניים וואָס זיינען אים נאַָענט וכיו"ב.
רש"י איז אָבער משמיט מעשר עני, היות אַז אין דעם האָט דער נותן אַ טובת הנאהמב — ער קען דאָס געבן צו די עניים וואָס ער קלייבט אויס (וואָס זיינען קרובים וכיו"ב).
ומהאי טעמא איז אויך מער מתאים דער פאַרגלייך פון „כאילו בנה בית המקדש" (ניט נאָר „ביהמ"ק קיים"), וואָרום דער בנין איז דורך אַ יגיעה וואָס איר תכלית איז די הנאה פון יעדן אידן און פון אַלע אידן, פון כלל ישראל — ניט נאָר „כאילו . . הוא מקריב קרבנותיו לתוכו" — פאַר זיך.
ט. עס ווערט אָבער די שאלה: די אַלע פרטים אין לקט שכחה ופאה איז דוגמתם דאָ אויך באַ עוללות ופרט כרמך וואָס די תורה האָט אויף זיי אָנגעזאָגט צוזאַמען מיט די ציווים אויף פאה ולקט צום ערשטן מאָל — פאַרוואָס איז ר' אוורדימס ניט מוסיף אויך עוללות און פרט. און כאָטש זיי שטייען ניט אין פסוק דאָ — איז ער דאָך מוסיף שכחה, הגם זי ווערט ניט דערמאָנט אין פסוקמג?
דעריבער ברענגט רש"י אין דער קשיא די גירסא פון רבי אוורדימס „ר"ה ויוהכ"פ וחג מכאן" — צו מדגיש זיין, אַז דאָ רעדט זיך וועגן דער צייט פון קודם החג — פאַר דעם זמן פון „באספכם את תבואת הארץ"מד (בחג הסוכות). און דערפאַר איז דאָ מתאים צו דערמאָנען נאָר שכחה וואָס זי איז שייך אינעם זמן262פון קציר ארצכםמה, אָבער ניטמו די מצות פון עוללות ופרט כרמך וואָס זייער זמן איז בכלל שפּעטער (בימי חג הסוכות)מז.
און דאָס איז אויך מוסיף ביאור אין דעם וואָס רש"י (בריינגט די גירסא וועלכע) איז משמיט „מעשר עני", וואָרום אויך די נתינת מעשר עני פון תבואת הארץ איז ע"ד הרגיל צוזאַמען מיט נתינת המעשרות פון „יקבך" כו' — אין זמן האסיףמח (אויך קומט דאָס לאחרי די אסיפת התבואה והפירות אין ביתמט), וואָס דאָס איז בזמן החגנ, כנ"ל.
ויש לומר אַז אויך מצד דעם איז מעשר עני ניט לגמרי בדומה צו לקט שכחה ופאה (אין דעם וואָס „כל הנותן וכו' מעלין עליו כאילו בנה ביהמ"ק והקריב עליו קרבנותיו"): וויבאַלד אַז די נתינה פון מעשר עני איז ניט יעדן יאָר (ווי לקט וכו'), נאָר איין מאָל אין דריי יאָרמח, דעריבער דריקט זיך אין דעם ניט אויס (אויף אַזויפיל) אַז ער גיט דערמיט אַוועק זיין חיות נפשו ווי ביי די אַנדערע דערמאָנטע מצות.
ועד"ז בנוגע לכרם, וואָס איז ניט אַ (מזון) הכרח פון דעם מענשן, זאת ועוד — וואָס די טירחא, די נטיעה וכו' בכרם, איז ניט במשך זמן רב יעדן יאָר ווי באַ תבואת השדה.
יו"ד. בהמשך לזה איז רש"י מפרש „תעזוב, הנח לפניהם והם ילקטו ואין לך לסייע לאחד מהם":
ביים ערשטן ציווי אויף די מצות (אין פ' קדושים), וואו עס שטייט „לעני ולגר תעזוב אותם", דאַרף רש"י ניט מפרש זיין, ווייל עס איז מובן בפשטות אַז די תורה קומט דאָרט זאָגן אין וואָס עס באַשטייען די מצות פון פאה ולקט כו': „לא263תכלה פאת שדך גו' ולקט קצירך לא תלקט . . (נאָר) לעני ולגר תעזוב אותם", וואָס דער פירוש פון „תעזוב" איז פשוטו כמשמעו;
משא"כ בפרשתנו וואָס דאָ ווייס מען שוין דעם תוכן ואופן קיומן פון די מצות, אַז די פאה און לקט דאַרף מען איבערלאַָזן פאַר די עניים — און דאָס וואָס דער פסוק זאָגט דאַ נאָכאַמאָל „ובקוצרכם גו' לא תכלה פאת שדך" איז בכדי מוסיף זיין אַז „כל הנותן לקט שכחה ופאה כראוי מעלין עליו כאילו בנה ביהמ"ק והקריב כו'", וכנ"ל צו מדגיש זיין אַז די נתינה איז באופן הראוי ובשלימות, ביז אַז דער בעל השדה האָט אפילו ניט קיין טובת הנאה —
איז מובן אַז אויך די הוספה „לעני ולגר תעזוב אותם" (היות אַז אויך דער ענין ווייס מען שוין פון פ' קדושים), איז בכדי צו מוסיף זיין אין דעם פרט פון שלימות הנתינה (ובמילא — שלילת ההנאה) פון דעם נותן; און דעריבער איז רש"י מפרש „תעזוב הנח לפניהם והם ילקטו ואין לך לסייע לאחד מהם": ניט נאָר האָט ער ניט די טובת הנאה אויסקלייבן וועמען פון די עניים צו געבן, נאָר ער האָט אפילו ניט די הנאה צו מסייע זיין אינעם נעמען, זיי נעמען דאָס אינגאַנצן אַלייןנא.
יא. אַ תלמיד ממולח קען אָבער נאָך אַלץ פרעגן אויף דעם פירוש פון רבי אוורדימס, אַז „כל הנותן לקט שכחה ופאה כראוי מעלין עליו כאילו בנה ביהמ"ק כו'":
אין וואָס באַשטייט פאָרט די גרויסע מעלה פון דעם וואָס ער נעמט צו און גיט אַוועק אַ זאַך, ניט האָבנדיק קיין אייגענע טובת הנאה
[ובפרט אַז ע"ד הרגיל איז עס גאָר ניט אַזויפיל בכמות: איינער אָדער צוויי אַראָפּגעפאַלענע שבלים פון לקט, די פאַר פאַרגעסענע זאַנגען, אָדער די שבלים בפאת השדה (וואָס אין פסוק שטייט ניט קיין שיעורנב, און מדאורייתא איז טאַקע ניטאָ קיין שיעורנג — „אפי' הניח שיבולת אחת יצא ידי חובתו"נד, און אפי' מדרבנן איז עס אַ שיעור פון אחד מששים וכו').
איז אמת טאַקע, וויבאַלד דאָס קומט מיגיע כפיו איז ביי אים טייער אויך דער דבר מועט — לויט פירוש רש"י איז דאָך דער עיקר דער אופן הנתינה, „נותן לקט שכחה ופאה לעני כראוי" — טאָ]
מיט וואָס איז דאָס אַזאַ דבר גדול, ביז אַז „כאילו בנה ביהמ"ק והקריב עליו קרבנותיו בתוכו"?
אויף דעם ברענגט רש"י (אויך) דעם שם בעל המאמר, רבי אוורדימס:
חז"ל דערציילן אין ירושלמינה, אַז יהודא איש הוצי האָט זיך באַהאַלטן דריי264טעג אויף דערגיין „מניין שחיי עיר הזאת קודמין לחיי עיר אחרת אתא לגבי רבי יוסי כו'" און רבי יוסי האָט גערופן זיין זון ר' אבירודימסנו אַז ער זאָל אים זאָגן „הדין טעמא מניין שחיי העיר הזאת קודמין לחיי עיר אחרת א"ל תהיינהנז הערים האלה תהיינה עיר ועיר ואח"כ ומגרשי' סביבותי'"נח.
ולכאורה פאַרוואָס האָט רבי יוסי געדאַרפט רופן זיין זון אבירודימס און אים זאָגן אַז ער זאָל ענטפערן — פאַרוואָס האָט ר' יוסי אַליין ניט געזאָגט יהודא'ן דעם מקור הדין? ובפרט אַז ער (ר' יוסי) איז דער וואָס האָט געזאָגט דעם דין.
דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער ענין איז געווען רבי אבירודימס לימוד מיוחד — (ע"ד ווי מ'זאָגט אויף ר' יהודא אַז כולי תנויי בנזיקין הוהנט, אויף ר' עקיבא — כלך לך אצל נגעים ואהלותס ועוד) — ער האָט זיך באַזונדערס „געקאָכט" אין דער הלכה פון „חיי העיר הזאת קודמין", און דערפאַר האָט ר' יוסי אים גערופן.
ד. ה. תנויי פון רבי אבירודימס איז אין דעם ענין, אַז ע"פ תורה איז די עניים וואָס זיינען נעענטער צו אים (אפילו נאָר אַ קירוב וואָס מ'געפינט זיך אין דער זעלבער שטאָט), האָבן אַ דין קדימה לגבי די עניים וואָס זיינען ווייטער פון אים.
איז לפי שיטתו מובן דער גרויסער חידוש וענין בנדו"ד, אַז „נותן לקט שכחה ופאה לעני כראוי מעלין עליו כאילו בנה ביהמ"ק והקריב כו'" — וואָרום די הנהגה וואָס מאָנט זיך ביי לקט שכחה ופאה, ער זאָל ניט מקדים זיין די וואָס זיינען קרובים אליו (אָדער עניי עירו בכלל)סא פאַר אַנדערע, איז היפך טבעו ווי עס דאַרף זיין ע"פ תורה, וכנ"ל.
יב. ע"פ הנ"ל יש לומר בזה „ענינים מופלאים" ע"ד ההלכה (וואָס מ'קען אַרויסנעמען פון רש"י):
דער „לעני ולגר תעזוב אותם" וואָס שטייט אין פ' קדושים איז מתאר דעם אופן פון קיום הלאו — „לא תכלה פאת שדך לקצור", דורך „לעני ולגר תעזוב265אותם"סה; און דער צווייטער ציוויסו „לעני ולגר תעזוב אותם" שבפרשתנוסז קומטסח, אדרבה, נאָך מוסיף זיין אין דעם העדר ההנאה, כולל צו שולל זיין די הנאה פון נתינהסט.
בסגנון אחר: הנתינה „לעני ולגר" באַ לקט ופאה באופן פון „תעזוב אותם", אַז זיי זאָלן אַליין נעמען און ער האָט ניט די טובת הנאה פון געבן, איז ניט אַ (זייטיקער און) נוספדיקער פרט אין מצות לקט שכחה ופאהע, נאָר דאָס איז גדר המצוה: דער גדר המצוה איז ניט (נאָר) דער ענין פון „מוציא לקט שכחה ופאה"עא נאָר (אויך) דער „נותן (לקט שכחה ופאה) לעני כראוי" — „לעני ולגר תעזוב אותם".
יג. פון דעם נעמט מען אַרויס אויך די הוראה אין יינה של תורה פון פרש"י — אויף וויפל עס איז נוגע אַז אַ קיום מצוה, אפילו אַ מצוה קלה, שבולת אחת פוטרת (כנ"ל סי"א), זאָל געטאָן ווערן מיט אַן אמת אָן קיין פּניות און הנאה.
און אויך, לאידך גיסא, אויף וויפל עס איז נוגע די אייגענע אתכפיא — כופה את יצרו ביז ווי באַ כי תראה חמור שונאך רובץ תחת משאו גו' עזוב תעזוב עמועב, איז „מצוה בשונא כדי לכוף את יצרו"עג — אויף אַזויפיל אַז דוקא מצד דעם וואָס ער איז מקיים די מצוה פון לקט כו' היפך ווי עס טראָגט אויס מצד טבע ע"פ תורה (אַז בצדקה סתם — גיט ער עניים הקרובים פריערעד), מצד דעם דוקא „מעלין עליו כאילו בנה ביהמ"ק והקריב עליו קרבנותיו בתוכו";
און אַז מ'איז עוסק „לשנות מדותיו266הטבעיים", ביז „לשנות טבעי' מדותיו"ה ווערט פוןעו „מעלין עליו כאילו" — *עה, דער בנין בית המקדש כפשוטו, „ושם — נעשה לפניך . . כמצות רצונך" — אין
דעם ביהמ"ק השלישי שיבנה במהרה [ים בימינו ממש.
(משיחת מוצש"ק פ' אמור תשל"ח) את
הצעת תיקוןנשלח לבדיקהדיווח על בעיהבלי חשבוןהטמעה באתר אחר