נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.
193אחרי ג
א.בנוגע דעם וידוי פון כהן גדול אויפן שעיר המשתלח זאָגט דער פסוקא „והתודה עליו את כל עונות בנ"י ואת כל פשעיהם לכל חטאתם". און פון דעם לערנט אָפּ רבי מאירב אַז דער סדר פון וידוי איז „(כיצד מתודה) עויתי פשעתי וחטאתי". די חכמיםב אָבער האַלטן ניט ווי ר"מ — ווייל „עונות אלו הזדונות", „פשעים אלו המרדים" און „חטאתם אלו השגגות", און „מאחר שהתודה על הזדונות ועל המרדים חוזר ומתודה על השגגות (בתמי')"; נאָר דער סדר איז „חטאתי ועויתי ופשעתי".
בשייכות דעם וידוי וואָס יעדער איז מחוייב צו זאָגן ווען ער טוט תשובה, פּסק'נט דער רמב"םג: כיצד מתודין אומר אנא השם חטאתי עויתי פשעתי לפניך ועשיתי כך וכך והרי נחמתי ובושתי במעשי ולעולם איני חוזר לדבר זה וזהו עיקרו של וידוי.
ווייטערד אָבער ברענגט אַראָפּ דער רמב"ם (וועגן דעם וידוי וואָס יעדערער איז מחוייב צו זאָגן ביוהכ"פ) „הוידוי שנהגו בו כל ישראל אבל אנחנו חטאנו (כולנו) והוא עיקר הוידוי". און אַזוי ווערט גע'פּסק'נט אין טורה און רמ"או, ובלשון פון אַלטן רבי'ן אין שו"עז: אם . . אמר סתם חטאתי יצא ידי מצות וידוי.
דאַרף מען פאַרשטיין: פון סתימת לשון הנ"ל איז משמע אַז דער וידוי בלשון „חטאתי" אַליין (ניט זאָגנדיק „עויתי ופשעתי") איז גענוג אויף אַלע עבירות, אפילו אויף „זדונות" ו"מרדים"ח — ולכאורה: פאַרוואָס זאָל דער וידוי פון „חטאתי" (אַז ער האָט עובר געווען בשוגג) מספיק זיין אויך אויף מרדים וזדונותט?
ב. אע"פ אַז „עיקר הוידוי" איז דאָס זאָגן „חטאתי" און ער איז יוצא דערמיט „מצות וידוי" — לכתחילה אָבער, צוליב שלימות מצות הוידוי, דאַרף מען זאָגן (ווי דערמאָנט פריער פון רמב"ם) „אנא השם חטאתי עויתי פשעתי כו' והרי נחמתי ובושתי במעשי ולעולם איני חוזר לדבר זה". נאָכמער: אין ספר המצותי194זאָגט דער רמב"ם, אַז אין וידוי איז מען אויך כולל בקשת כפרה („ויבקש כפרה"יא).
קומט אויס, אַז אין וידוי זיינען דאָ צוויי ענינים: א) „עיקר הוידוי" (אָדער „מצות הוידוי") וואָס אויף דעם איז גענוג צו זאָגן סתם „חטאתי". ב) שלימות הוידוי, וואָס איז כולל נאָך כמה פרטים (כנ"ל).
עד"ז געפינט מען בנוגע צו כללות מצות התשובה: עס איז דאָ די מצוה פון תשובה, און די שלימות פון מצות התשובה (כדלקמן סעיף ה' ואילך בארוכה);
וי"ל, אַז וויבאַלד דער ענין פון וידוי איז (ניט אַ זייטיקע זאַך אין ענין התשובה, נאָר) דאָס וואָס די תשובה שבלב דאַרף אַרויסגעזאָגט ווערן אין דיבוריב — דעריבער מוזען אויך אין וידוי זיין די צוויי ענינים: א) דער „עיקר הוידוי" וואָס דריקט אויס דעם עיקר פון תשובה (אָדער בלשון פון אַלטן רבי'ן אין אגרת התשובהיג: מצות התשובה) — און אויף דעם איז גענוג „חטאתי"; ב) די שלימותיד פון וידוי, וואו עס זאָגט זיך אויס די שלימותיד פון תשובה — און אויף דעם זיינען נויטיק די אַלע פרטים הנ"ל אין וידוי.
ג. צו פאַרשטיין דאָס, דאַרף מען פריער מבאר זיין די פלוגתא פון תנאיםטו וועגן „חלוקי כפרה":
„שאל ר' מתיא בן חרש את ר' אלעזר בן עזרי' ברומי שמעת ארבעה חלוקי כפרה שהי' רבי ישמעאל דורש. אמר שלשה הן ותשובה עם כל אחד ואחד. עבר על עשה ושב אינו זז משם עד שמוחלין לו כו' עבר על ל"ת ועשה תשובה תשובה תולה ויוהכ"פ מכפר כו' עבר על כריתות ומיתות ב"ד ועשה תשובה תשובה ויוהכ"פ תולין ויסורין ממרקין כו' אבל מי שיש חילול השם בידו אין כח לא בתשובה לתלות ולא ביוהכ"פ לכפר ולא ביסורין למרק אלא כולן תולין ומיתה ממרקת כו'".
א) דער פירוש פון מהרש"אטז (און אַזוי שטייט בפירוש אין ירושלמייז, ווי ער ברענגט דאָרט אַראָפּ), אַז תשובה, וויבאַלד זי דאַרף זיין „עם כל אחד ואחד", ווערט זי דערפאַר ניט אַריינגערעכנט צווישן די חלוקים אין כפרהיח; די „חלוקי כפרה" זיינען בלויז דריי: יו"כ, יסורים און מיתה.
ב) דער פירוש פון עקידהיט — אַז אין די „חלוקי כפרה" ווערן גערעכנט נאָר די וואָס „האדם יתכפר בהם בחייו" (ווייל „אין המתים נכנסים למנין חלוקי כפרה אלא בע"ת שהם חיים"כ); און דעריבער ווערט חילול השם ניט אַריינגענומען אין חשבון פון די „חלוקי כפרה"כא, היות אַז חילול השם איז אַ זאַך וואָס „לא יכופר עד ימותון".
איינע פון די שוועריקייטןכב אין פירוש המהרש"א איז: לויט זיין פירוש קומט אויס, אַז דער שינוי און אויפטו פון ראב"ע (אַז „שלשה הן" — ניט „ארבעה חלוקי כפרה") איז ניט קיין ענין וואָס איז נוגע להלכה, און ניט קיין חידוש אין דעם ענין הכפרה — ווייל196סיי דער שואל רמב"ח און סיי דער עונה ראב"ע זיינען בשיטה אחת, אַז ביי „עבר על עשה" איז גענוג תשובה אַליין — דער אונטערשייד צווישן זיי איז ניט מער ווי בנוגע צו חשבון בעלמא, צי אויך תשובה איז צווישן די חלוקי כפרה אָדער ניטכג;
אויך דאַרפ'ן פאַרשטיין: אין וואָס באַשטייט די סברא פון דער פלוגתא צווישן רמב"ח (און אַזוי שטייט אין תוספתאכד) וואָס האַלט אַז „ארבעה חלוקי כפרה" וואָרעם תשובה איז בכללם, און ראב"ע וואָס האַלט אַז „שלשה הן"?
אָבער אויך אין דעם פאָדערט זיך ביאור: וויבאַלד אַז אויך ביי חילול השם איז נאָר „לא יכופר עד ימותון", ד. ה. אַז דורך מיתה איז דאָ (אויך לויט ראב"ע) אַ כפרה פאַר דער נשמה (עכ"פ)כו און „אין מזכירין לו דבר כו' לענשו ע"ז ח"ו בעוה"ב"*26 — היינט וואָס איז פאָרט די נפק"מכז (אויך לפי פי' העקידה) צווישן רמב"ח און ראב"ע ?
ד. דער אַלטער רבי אין אָנהויב אגרת התשובה זאָגט: „תניא בסוף יומא שלשה חלוקי כפרה הם ותשובה עם כל אחד", און ברענגט דערנאָך די דריי בבות — „עבר על מ"ע כו' עבר על מל"ת כו' עבר על כריתות ומיתות ב"ד כו'" — און איז דערנאָך מסיים „עכ"ל הברייתא" — און ברענגט בכלל ניט אַראָפּ די בבא וועגן חילול השם (און איז עס אפילו ניט מרמז דורך מוסיף זיין „וכו'" נאָך דער בבא „עבר על כריתות ומיתות ב"ד").
דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער אַלטער רבי לערנט, אַז דאָס וואָס ראב"ע זאָגט „שלשה הן" מיינט ער צו שולל זיין (ניט „עבר על מ"ע כו'", כפירוש המהרש"א, נאָר) חילול השם (כפירוש העקידה).
לכאורה: וואָס איז נוגע אין „אגרת התשובה" — וואו דער אַלטער רבי איז מבאר „מצות התשובה" און עבודת התשובה ע"ד הנגלה וע"ד הסוד כו' — צו מקדים זיין אַז נאָר „ג' חלוקי כפרה הם" און מיט דער הדגשה אַז חילול השם איז ניט בכלל?
קען מען זאָגן, אַז היא הנותנת: דורך ברענגען די „חלוקי כפרה" גלייך אין197התחלת אגרת התשובה איז דער אַלטער רבי מדגיש, אַז די שלימות פון תשובה איז דאָס וואָס זי ברענגט די כפרה [וואָס דערפאַר ברענגט ער אין אגרת התשובהכח אויך וועגן די תענית'ים וכו' וואָס פאָדערן זיך לגמר כפרה — ווייל דאָס אַלץ גייט אַריין אין תכלית און שלימות פון תשובה], וכדלקמן סעיף ז'.
און דערמיט וואָס ער איז מדגיש, אַז עס זיינען בלויז דאָ „שלשה חלוקי כפרה" און חילול השם איז ניט פון זיי — איז ער מסביר, אַז דער ענין הכפרה ווי עס איז אַ טייל פון (שלימות) מצות התשובה (און דערפאַר דאַרפ'ן עס מבאר זיין אין „אגרת התשובה") — ד. ה. דאָס וואָס כפרה איז דער תכלית פון תשובה — איז נאָר אָט די כפרה וואָס טוט זיך אויף מחיים (און ניט די כפרה אויף חילול השם וואָס קומט לאחרי מיתה), ווייל איינער פון די עיקרים פון מצות התשובה איז דאָס וואָס ענינה איז מחיים דוקא, כדלקמן סעיף ח'.
ה. דער ביאור בכל זה:
גלייך נאָכן ברענגען די ברייתא פון סוף יומא, זאָגט דער אַלטער רבי (אין אגרת התשובה): והנה מצות התשובה מן התורה היא עזיבת החטא בלבד . . שיגמור בלבו בלב שלם לבל ישוב עוד לכסלה כו' ולא יעבור עוד מצות המלך כו'.
אָבער פון דעם וואָס דער אַלטער רבי זאָגט אַז מצות התשובה איז „עזיבת החטא בלבד" איז מוכח, אַז דער אַלטער רבי נעמט אָן: הגם חרטה און וידוי זיינען פון „גדרי התשובה" און „יסודות התשובה", זיינען זיי אָבער ניט עצם *לב התשובה. עצם התשובה איז „עזיבת החטא בלבד"לג, און דעריבער איז מען מיט עזיבת החטא אַליין יוצא מצות התשובה.
ו. דער טעם פאַרוואָס מצות התשובה איז בעיקר (ניט די חרטה על העבר כו', נאָר) די החלטה גמורה בלב על להבא, ניט צו באַגיין מער קיין זינד — איז ווייל מצות התשובה באַשטייט אין דעם וואָס זי דאַרף אויפטאָן אין מענטשן מכאן ולהבא: ער זאָל ווערן אויס רשע און ווערן אַ צדיק גמור; אָבער ניט בנוגע דעם עבר, אַז אים זאָל198נמחל ווערן און נתכפר ווערן דער חטא וואָס ער האָט געטאָן פריער.
ד. ה. בפועל קומט דורך תשובה (אויך) די כפרה אויפן עבר, אָבער עס איז ניט קיין חלק פון עצם התשובה. ויתרה מזו י"ל: עס איז נאָר וואָס רצה הקב"ה אַז בשעת דער מענטש וועט טאָן תשובה וועט ער עם מכפר זיין.
[און דעריבער, אפילו רבינו יונה, וואָס לפי שיטתו איז חרטה על העבר און וידוי פון „יסודות התשובה" (כנ"ל ס"ה), רעכנט ערלד אָבער ניט אין דעם די בקשת כפרה. בקשת כפרה איז אַן ענין פון תפלה, ביים תשובה טאָן בעט מען אויך ביים אויבערשטן ער זאָל מכפר זיין די חטאיםלה; דאָס איז אָבער ניט מגדרי התשובה].
נאָכמער: ס'איז אפילו ניט קיין תוצאה הכרחית פון תשובה — ועאכו"כ אַז ס'איז לגמרי ניט מעכב בתשובהלו; ווי ס'איז מוכח פון דעם, אַז ס'זיינען דאָ אַזוינע עבירות ביז ווי „בא על הערוה והוליד ממנה ממזר" — וואָס ווערן ניט נתכפר אפילו דורך יו"כ און יסורים כו'לז, און אעפ"כ, גלייך ווי ער טוט תשובה ווערט ער אויס רשע, ער איז „עושה מעשה עמך" *לז.
ז. אעפ"כ ברענגט דער אַלטער רבי אין „אגרת התשובה" אויך ענינים וועגן כפרה (כנ"ל ס"ד). וואָס פון דעם איז פאַרשטאַנדיק, אַז אויך כפרה איז נוגע אין מצות התשובה.
איז דער ענין אין דעם: אין תשובה זיינען פאַראַן צוויי ענינים: א) די תשובה עצמה, וואָס דער מענטש טוט, און ענינה איז — מכאן ולהבא כנ"ל. ב) דער תכליתלח און מבוקש (ומסובבלט) פון תשובה, אַז דער אויבערשטער זאָל אים מכפר זיין אויף זיינע עבירות, ביז ער זאָל ווערן „מרוצה וחביב לפניו ית' כקודם החטא"*26. און מצד דעם דאַרפן זיין (צוזאַמען מיט „עזיבת החטא") אויך די אַנדערע „גדרי התשובה" — חרטה על העבר, וידוי וכו'*39.
[אָבער אע"פ אַז דער מבוקש פון תשובה איז כפרה (על העבר), פונדעסטוועגן, כאמור לעיל, אויך ווען די תשובה ברענגט ניט די כפרה, איז עס ניט מעכב די מצות התשובה אפילו ניט די פעולה עיקרית שלהמ (וואָס איז מכאן ולהבא)].
199ח. כידוע, איז קיום המצות דוקא בעוה"ז נשמות בגופים, און ניט בג"ע לאחרי צאתם מהגוף, וכדרשת רז"ל עה"פמא במתים חפשי. איז כשם ווי קיום המצות איז ווען די נשמה איז אין גוף, אַזוי דאַרף אויך זיין דער אויפטו העיקרי פון קיום המצות (ניט דער שכר הבא לאחרי הקיום — לנשמה בג"ע, נאָר) אַז ער איז מקיים תכלית בריאתו — אני נבראתי לשמש את קונימב, ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדושמג — בלשון החסידות ווערן בצוותא (מצוה ל' צוותאמד) וחיבור מיט השם מצווה המצות, ממשיך זיין אור אין דער נשמה ווי זי איז אָנגעטאָן אין גוף, ביז צו מזכך זיין דעם גוף אַלייןמה, אַז ער זאָל ווערן אַ כלי לאלקות.
פון דעם איז מובן בנוגע צו „מצות התשובה", אַז דאָס וואָס איר מבוקש און תכלית איז „כפרה" — איז (עיקרה) די כפרה וואָס טוט זיך אויף אין דער נשמה ווי זי איז אָנגעטאָן אין גוף און אין דעם גוף אַלייןמו, משא"כ די כפרה וואָס „מיתה ממרקת" (כאָטש אַז אויך דער ענין, אַז עס זאָל זיין די כפרה ע"י מיתה, טוט זיך אויף דורך תשובה).
ראב"עמז אָבער רעדט וועגן דעם ענין הכפרה בשייכות צו מצות תשובה *מז (או יתרה מזו: ער רעדט וועגן דעם ענין פון תשובה, ווי דורך תשובה ווערט דער „ונקה" — „מנקה הוא לשבין"מח),*200רעכנט ער דעריבער בלויז ג' חלוקי כפרה — אָט די וואָס זייער כפרה איז מחיים, ווייל אין דעם באַשטייט דער אויפטו (העיקרי) פון (אַלע מצות כולל — מצות) תשובהמט, כנ"ל.
און דעריבער, איז אין „אגרת התשובה", וואו דער אַלטער רבי רעדט וועגן ענין הכפרה מצד איר שייכות צו תשובה, ברענגט ער „שלשה חלוקי כפרה" און חילול השם גייט ניט אַריין אין דעם.
ט. כשם ווי אין תשובה זיינען פאַראַן די צוויי ענינים — (א) תשובה עצמה, וואָס עיקרה איז מכאן ולהבא. (ב) שלימות התשובה, וואָס ברענגט דעם תיקון וכפרה אויפן עבר — אַזוי איז עס בנוגע דער מצוה פון וידוי (וואָס דאָס איז ווי די תשובה שבלב קומט אַראָפּ אין דיבור, כנ"ל סעיף ב') אַז אויך אין איר זיינען פאַראַן די צוויי ענינים:
(א) דער עיקר („מצות") הוידוי איז דאָס זאָגן „חטאתי", ווייל דאָס דריקט אויס די „מצות התשובה"נ — קבלה על להבאנא: היות ער אַנערקענט אַז דאָס וואָס ער האָט געטאָן איז אַ חטא, מיינט עס במילא אַז ער באַשליסט ניט צו טאָן דאָס נאָכאַמאָל.
עס הערט זיך אָבער ניט אין דעם די ריכטיקע חרטה על העבר, וואָרום מיט201זאָגן „חטאתי" — וואָס בעיקר מיינט עס „שוגג" — אַנערקענט ער ניט אַז ער האָט עובר עבירה געווען ברצון ובידיעה, אַז ער איז באמת שולדיק אין דעם (מער ניט וואָס דורך אים — אָבער בלי ידיעתו — איז געווען אַ תקלה בעולם, עבירה והעברה אויף מצות המלך מלכו של עולם, און אויך אויף דעם קען ער האָבען פאַרשידענע תירוצים); און בשעת ער פילט זיך ניט שולדיק אין דעם, רופט עס דאָך באַ אים ניט אַרויס קיין חרטה־געפיל.
(ב) שלימות פון מצות וידוי — אַז ער דריקט אויס אין דיבור זיין (שלימות התשובה —) חרטה על העבר, ביז (לדעת כמהנב) צו בעטן מחילה ע"ז ביים אויבערשטן.
און דערמיט איז מובן פאַרוואָס מיט זאָגן „חטאתי" אַליין איז מען יוצא מצות וידוי אויך אויף זדונות — ווייל דערמיט דריקט ער אויס די „מצות התשובה מן התורה (ש)היא עזיבת החטא בלבד".
יו"ד. אַלע ענינים פון נגלה דתורה, גופי תורה — זיינען פאַרבונדן מיט נשמתא דאורייתאנג, און נאָכמער, זיי ווערן נשתלשל פון ענינם בפנימיות (בנשמת) התורה. איז דערפון מובן, אַז די צוויי שיטות אין ברייתא — ג' און ד' חלוקי כפרה — איז דוגמתם בפנימיות התורה — ע"פ קבלה וחסידות.
וועגן די צוויי מספרים — ג' און ד'נד — זאָגט דער צ"צנה, אַז אין „כלים" זיינען פאַראַן ג' בחינות, און אין „אורות" — ד' בחינות (דריי בחי' אורות וואָס זיינען זיך מתלבש אין כלים, און די פערטע דרגא — אורות וואָס זיינען העכער פון התלבשות בכלים).
דערפאַר ווערן עולמות געטיילט, בכללות, אין דריי דרגות: בריאה יצירה ועשי' — ווייל עולמות איז ענינם כלים (און אצילות וואָס עיקרו איז אורות, גייט ניט אַריין אין דעם מנין).
ועפ"ז וועלן זיין פאַרשטאַנדיק די צוויי שיטות פון רמב"ח און ראב"ע:
עס שטייט אין קבלהנו אַז די ד' חלוקי כפרה זיינען כנגד די ד' עולמות אבי"ע: מ"ע — עשי', מל"ת — יצירה, כריתות ומיתות ב"ד — בריאה, חילול השם — אצילות.
רמב"ח רעדט וועגן אור וואָס אין דעם זיינען פאַראַן ד' בחינות, דעריבער רעכנט ער ד' חלוקי כפרה; און ראב"ע רעדט וועגן כלים, דעריבער רעכנט ער נאָר ג' חלוקי כפרה (און רעכענט ניט חילול השם וואָס איז כנגד אצילותנז).
און דאָס איז מתאים מיטן אויבנגעזאָגטן הסבר אין נגלה אין דעת ראב"ע — אַז ער רעכנט ניט חילול השם ווייל זיין מירוק איז דורך מיתה — וואָרום נשמה און גוף ווערן נמשךנח (און זיינען אין דער דוגמאנט) פון אורות202און כלים (נשמה — אורות, און גוף — כלים);
דאָס וואָס ער רעכנט ניט חילול השם צוליב דעם וואָס זיין מירוק איז דורך מיתה — יציאת הנשמה מהגוף, איז בהתאם מיטן הסבר שע"פ קבלה, אַז חילול השם איז כנגד אצילות, וואָס איז בחי' אור שלמעלה מהתלבשות בכלים.
יא. ס'האָט זיך גערעדט פריער, אַז אין ירושלמי [און לויטן מהרש"א איז אַזוי אויך דער פשט אין בבלי], איז ראב"ע מונה יו"כ יסורים און מיתה, און ניט תשובה.
איז דער ביאור אין דעם: די מספרים ג' און ד' איז מען אַמאָל אויך מבאר (דלא כדלעיל ס"י) — אַז דער סכום ג' ווייזט אויף אורות, און ד' — אויף כליםסא:
כידוע, טיילן זיך די עשר ספירות אין ד' בחינות: חכמה בינה ז"א און מלכותסב; די ערשטע דריי בחינות זיינען בבחי' „משפיע" און מלכות איז בחי' „מקבל" (וואָס דערפאַר איז עיקר הכלים אין מלכות).
לפ"ז ווייזן די ג' ערשטע בחינות (חכמה בינה ז"א) אויף אורות (משפיע)סג, און די בחי' הרביעית — ד'סד (מלכות) אויף כלים (מקבל)סג. און אַזוי אויך איז עס אין עולמות [וואָס די ד' בחינות הנ"ל זיינען כנגד די ד' עולמותסה]: דער מספר ג' ווייזט אויף אצילות בריאה ויצירה, און דער מספר ד' — אויף אַלע פיר עולמות, אויך עשי'.
קומט אויס, אַז אויך דער מספר פון ג' חלוקי כפרה שבירושלמי (וואו מ"ע — כנגד עשי' — ווערט ניט גערעכנט) איז מתאים ע"פ קבלה*65 — ווייל די ג' בחי' ווייזן (לפי' זה) אויף אצילות בריאה ויצירה, וואָס כנגדם זיינען: חילול השם, כריתות ומיתות ב"ד און מצות לא תעשהסו.
יב. אַלע פירושים פון תורה וועלכע זיינען בענין אחד זיינען שייך זל"זסז —203איז עפ"ז די צוויי פירושים הנ"ל [צי מיטן „שלשה הן" איז ראב"ע שולל חילול השם (אצילות), אָדער מ"ע (עשי')], אע"פ אַז זיי זעען אויס ווי סתירה'דיקע פירושים, זיינען זיי אָבער שייך איינער מיטן צווייטן:
אויפן פסוקסח „ולכבודי בראתיו יצרתיו אף עשיתיו" שטייט אין לקו"תסט, אַז מיטן וואָרט „אף" (לשון ריבוי) איז דער פסוק מרבה נאָך אַן ענין וואָס איז העכער פון „בראתיו גו'" — בחי' אצילותע; און דער ריבוי פון „אף" שטייט ביי „עשיתיו" דוקא, ווייל דער גילוי פון אצילותע קומט דורך דער עבודה אין עשי' דוקא.
און דאָס איז די שייכות פון די ביידע פירושים הנ"ל — ווייל דווקא עשי' איז פאַרבונדן מיט אצילות.
יג. ויתרה מזה י"ל: די שייכות פון די ביידע פירושים איז (ניט נאָר אין דעם פערטן סוג וועלכן ראב"ע איז שולל — אצילות אָדער עשי' — נאָר) אויך אין די ג' סוגים וואָס ער רעכנט יאָ; ד. ה. די ג' בחי' וואָס ווייזן אויף כלים (כפירוש אדה"ז אין בבלי) זיינען פאַרבונדן מיט די ג' בחי' וואָס זיינען מרמז אויף אורות (ווי אין ירושלמי).
דער ביאור אין דעם: וועגן דעם מספר פון י"ג (מדות הרחמים) ברענגט ער אין פרדסעא צוויי פירושים: א) דער מספר פון יו"ד ווייזט אויף די עשר ספירות דאצילות, און דער מנין ג' אויף תלת ראשי ראשין שלמעלה מאצילות. ב) יו"ד — די עשר ספירות, און ג' — די ג' עולמות בי"ע שלמטה מאצילות.
[און די צוויי פירושים זיינען מתאים צו די צוויי ביאורים הנ"ל אין ג' און ד': די עשר ספירות דאצילות טיילן זיך אין ד' בחינות כנ"ל; איז לויטן ערשטן פירוש אַז מיט ג' ווערט געמיינט די תלת ראשי ראשין שלמעלה מאצילות, קומט אויס, אַז ג' איז העכער פון ד'; און לויטן צווייטן פירוש איז ג' (עולמות בי"ע) נידעריקער פון ד'].
שטייט אויף דעם ענין בחסידותעב, אַז „לא פליגי כלל כי שרש ג' עולמות בי"ע הם מג' ראשי ראשים דוקא שהם למעלה מאצי'".
ועפ"ז קומט אויס, אַז די ביידע פירושים שבבחי' ג' [ג' וואָס ווייזט אויף כלים און ג' וואָס ווייזט אויף אורות] זיינען שייך זל"ז, ואדרבה: אמיתית ענין האור, וואָס איז אינגאַנצן העכער פון כלים, זיינען די תלת ראשי ראשין שלמעלה מאצילות, און דעם אור נעמט מען דוקא דורך בחי' ג' שמורה על הכלים שלמטה מאצילותעג.
יד. כשם ווי די ג' עולמות בי"ע זיינען פאַרבונדן מיט די תלת ראשי ראשין שלמעלה מאצילות, אַזוי איז אויך ביי די ג' חלוקי כפרה — וואָס ענינם איז כפרה צו אַ נשמה בגוף דוקא (וואָס דעריבער איז ראב"ע ניט כולל בזה חילול השם כנ"ל) — אַז זיי זיינען פאַרבונדן מיט אַ דרגא וואָס איז העכער פון די ד' בחי' הנשמה נרנ"ח — נאָר ווי זי204איז מופשטת מהגוף, מקיף הרחוק, יחידה — ביז ווי זי איז איינס מיט יחיד, ניצוץ נברא מיט ניצוץ בורא, כביכולעד,
וואָרום דוקא דורך דער עבודה פון אַ נשמה למטה אין אַ גוף און קיום התומ"צ בגשמיות דוקא — וכנ"ל (ס"ח) אַז אויך מצות התשובה דאַרף געטאָן ווערן (ווי אַלע מצות) נשמה בגוף דוקא — ווערט אויפגעטאָן אַן עלי' אין דער נשמה העכער ווי זי איז געווען פאַר איר ירידה, העכער פון בחי' „טהורה היא" (אצילותעה).
(משיחות י"ט כסלו
והתועדויות שלאח"ז תשכ"ט)
הצעת תיקוןנשלח לבדיקהדיווח על בעיהבלי חשבוןהטמעה באתר אחר