English
ספרייה

לקוטי שיחות

מצורע ב

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

166מצורע 2

א. אין פּסוקא „וכלי חרש אשר יגע בו הזב ישבר וכל כלי עץ ישטף במים", שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „וכלי חרש אשר יגע בו הזב", און איז מפרש: „יכול אפילו נגע בו מאחוריו וכו' כדאיתא בתו"כ *א עד איזהו מגעו שהוא ככולוב הוי אומר זה היסטו".

דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז דאָ שווער אין פּשש"מ וואָס צוליב דעם איז רש"י מפרש די ווערטער „יגע בו" לויט דרשת חז"ל אין תו"כ — און ניט אַז „יגע בו" איז כפּשוטו, אַז דאָס מיינט נגיעה און יעדע נגיעה, אפילו מאחוריו?

איז די הסברה אין דעם: מ'קען דאָ ניט טייטשן אַז „יגע בו" מיינט נגיעה ממש, וויבאַלד אַז מ'האָט שוין פריער (אין פ' שמיניג ביי טומאת שרץ) אַרויסגעלערנט — ווי רש"י זאָגט דאָרט — אַז „אין כלי חרס מיטמא אלא מאוירו", און דעריבער קען מען שוין דאָ ניט טייטשן אַז „וכלי חרש אשר יגע בו" זאָל טמא ווערן דורך אַ נגיעה „מאחוריו"; היות אָבער אַז מ'קען מחלק זיין: דוקא דאָרטן ביי טומאת שרץ, וואָס איז אַ טומאה קלה, איז „אין כלי חרס מיטמא אלא מאוירו", משא"כ ביי טומאת זב וואָס איז אַ טומאה חמורה (ס'איז מטמא במשכב ובמושב) קען אַ כלי חרש יע טמא ווערן דורך נגיעה „מאחוריו", און יגע בו מיינט דאָ כפּשוטו —

איז דעריבער, כדי צו באַוואָרענען מ'זאָל ניט אָננעמען דעם חילוק (בפרט אַז דאָס איז מער מתאים לפּשש"מ) איז רש"י מעתיק פון פּסוק [ניט נאָר די ווערטער (וועלכע ער איז מפרש) „יגע בו", נאָר אויך די ווערטער וואָס זיינען מבליט דעם חילוק הנ"ל] „וכלי חרש אשר יגע בו הזב", און זאָגט: „יכול אפילו נגע בו מאחוריו (וויבאַלד דאָ רעדט זיך וועגן טומאת זב) וכו' כדאיתא בתו"כ" — [דער המשך אין תו"כ איז: „ודין הוא ומה אם מת החמור לא טימא כלי חרס מאחוריו, הזב הקל אינו דין שלא יטמא כלי חרס מאחוריו. לא אם אמרת במת שאינו עושה משכב ומושב וכו' ת"ל אשר יגע בו ולהלןד הוא אומר אשר תבושל בו מה בו האמור להלן מאוירו אף כאן מאוירו"],

לפי"ז ווערט דאָך די שאלה: אויב נגיעה „מאחוריו" איז ניט מטמא, איז וואָס מיינט „יגע בו"ה ? — אויף דעם בריינגט רש"י דעם סיום פון תו"כ: „איזהו מגעו שהוא ככולו הוי אומר זה היסטו".

ב. מ'דאַרף אָבער פאַרשטיין — ממנ"פ: אָדער רש"י האָט געדאַרפט מעתיק זיין דעם תו"כ אינגאַנצן (אויך די ראי' אַז „יגע בו" קען ניט מיינען „מאחוריו"); און אויב רש"י פאַרלאָזט זיך אַז מ'וועט אַליין נאָכקוקן אין תו"כ — האָט ער אויך ניט געדאַרפט מעתיק167זיין דעם סיום („איזהו מגעו וכו'"), נאָר ענדיקן זיין פּירוש מיט די ווערטער „כדאיתא בתו"כ" [וע"ד פּירושו אין פ' ויקראו: „וא"ת מקרא שלא לצורך הוא כבר נדרש הוא בתו"כ"]?

בפּשטות וואָלט מען געקענט פאַרענטפערן: דאָס וואָס רש"י בריינגט דעם סיום „איזהו מגעו וכו'" איז ווייל דערמיט איז געגעבן דער טייטש פון „יגע בו" (— היסט); משא"כ דער פריערדיקער המשך פון תו"כ, וואָס זיין תוכן איז בלויז אַ לימוד וראי' אַז כלי חרש „אינו מיטמא מאחוריו", דעריבער בריינגט ער עס ניט און פאַרלאָזט זיך אַז מ'וועט אַליין מעיין זיין אין תו"כ.

ס'איז אָבער שווער אַזוי צו זאָגן — וואָרום (ווי גערעט כמה פּעמים) אַלץ וואָס איז מוכרח צו הבנת פּשוטו של מקרא בריינגט רש"י אַרויס קלאָר פאַר אַ בן חמש און מפורש; און וויבאַלד אַז דער פּירוש פון „יגע בו" קען מיינען אויך נגיעה „מאחוריו", האָט דאָך רש"י געדאַרפט שרייבן בפירוש דעם ענין וואָס איז מכריח צו מפרש זיין ניט אַזוי — און ניט פאַרלאָזן זיך אויפן ציון צום תו"כ [ובפרט, אַז דער תו"כ לערנט עס אָפּ פון אַ גז"ש — און ניט פון פּשטות הכתוביםז].

מוז מען זאָגן, אַז לויט פּשוטו של מקרא איז די ראי' (ניט פון דער גז"ש „בו — בו" וואָס ווערט ניט געבראַכט אין פּרש"י, נאָר) פון די ווערטער וואָס רש"י איז מעתיק בפירוש פון תו"כ [און דאָס וואָס ער זאָגט „וכו' כדאיתא בתו"כ" איז נאָר לתוס' ראי' וביאור (כדלקמן), און דערפאַר איז ער זיך מסתפּק מיט'ן רמז „וכו' כדאיתא בתו"כ"].

ג. לכאורה וואָלט מען געקענט זאָגן, אַז מ'לערנט עס אָפּ פון טומאת מת — וואָס איז אויך אַ טומאה חמורה ביותר, און פונדעסטוועגן איז עס ניט מטמא אַ כלי חרס מאחוריו — ווי מ'וועט ווייטער לערנען אין פ' חוקתח — פאַרשטייט מען דערפון אַז אויך אַ זב (וואָס איז ניט אַזוי חמור ווי מת) איז ניט מטמא אַ כלי חרש מאחוריו.

און דאָס איז כוונת רש"י אינעם מציין זיין צום תו"כ: ער מיינט ניט די גז"ש „בו — בו", נאָר דעם ק"ו וואָס בריינגט זיך דאָרטן — „ומה אם מת החמור לא טימא כלי חרס מאחוריו הזב הקל אינו דין שלא יטמא כלי חרס מאחוריו" (וואָס ק"ו — איז אַ סברה פּשוטה, פּשש"מ*8). און הגם אַז דער תו"כ פרעגט אָפּ דעם ק"ו, ווייל אויך ביי זב איז דאָ אַ חומרא („עושה משכב ומושב") וואָס איז ניטאָ ביי מת — מיינט עס נאָר אַז „שקולים הם" (אַז יעדער האָט אַ חומרא לגבי דעם צווייטן), און לויט פשוטו של מקראט איז דאָס אַ טעם אַז זיי זאָלן זיין „שקולים" אויך אין דעם דין פון ניט מטמא זיין אַ כלי חרס מאחוריו.

[און דאָס וואָס רש"י איז מציין צו תו"כ — און ניט צום פּסוק (פּשש"מ) אין168פ' חוקת, ווייל די הוכחה פון פּסוק (א) איז פאַרבונדן מיט אַן אריכות און וואָס (ב) אויך נאָכדעם איז ניט זיכער אַז דער בן חמש וועט פאַרשטיין כדבעי דעם לימוד; אין תו"כ אָבער איז דער לימוד בפירוש ובפירוט].

עס איז אָבער ניט אויסגעהאַלטן — ווייל [לבד זאת וואָס עס בלייבט ניט גלאַטיק: פאַרוואָס שרייבט רש"י ניט דעם הכרח בפירוש, כנ"ל — איז נוסף לזה]:

אַ טמא מת איז דאָך ניט מטמא בהיסטי — איז אויב מ'קען זאָגן אַז דער פּסוק „אשר יגע בו" קומט מחדש זיין אַז אַ זב איז מטמא בהיסט (וואָס איז ניטאָ ביי טומאת מת), פאַרוואָס זאָל מען ניט זאָגן, אַז דער חידוש אין „יגע בו" באַשטייט אין דעם וואָס אַ זב איז מטמא אַ כלי חרס מאחוריו, כאָטש אַז אַ מת קען עס ניט מטמא זיין (און דער פּירוש דאַרף זיין עדיף, ווייל לויט עם דוקא וועט מען טייטשן „יגע בו" כפּשוטו) ?

ד. לכאורה וואָלט מען געקענט ענטפערן, אַז רש"י'ס הכרח איז פון סיום הפּסוק — „וכל כלי עץ ישטף במים":

בשלמא אויב „יגע בו" מיינט היסט, איז מובן דער חידוש אין „וכל כלי עץ" — אַז ביי זב איז אויך כלי עץ טמא בהיסט; אויב אָבער „יגע בו" מיינט כפּשוטו — אפילו „נגיעה מאחוריו", און דער פּסוק איז דאָ מחדש אַז זב איז מטמא אַ כלי חרש דורך נגיעה מאחוריו — ווערט דאָך לפי"ז קשה: וואָס איז דער חידוש אין „וכל כלי עץ"? אַז אַ כלי עץ ווערט טמא בנגיעה מאחוריו איז דאָך ניט קיין חידוש.

אָבער אויך די הסברה איז שווער איינצולערנען אין פּרש"י — ווייל אויב אַזוי, וואָלט דאָך רש"י מעתיק געווען אין דעם דיבור־המתחיל אויך די ווערטער „וכל כלי עץ", אָדער לכה"פּ מרמז זיין זיי מיט'ן וואָרט „וגו'"; און וויבאַלד אַז רש"י טוט עס ניט, איז אַ ראי' אַז ער האַלט עס ניט פאַר אַ הוכחה אַז „יגע בו" מיינט היסט, וכדלקמן, (אָדער אַז די ראי' וואָס ער בריינגט איז אַ בעסערע).

ה. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים התמי': לכאורה וואָס לערנט אונז דער פריערדיקער פּסוק „וכל אשר יגע בו הזב וידיו לא שטף במים וכבס בגדיו ורחץ במים וטמא עד הערב" — עס שטייט דאָך שוין פריעריא „והנוגע בבשר הזב יכבס בגדיו ורחץ במים וטמא עד הערב"?

[און דער דין (ווי רש"י איז מפרש) אַז כל זמן וואָס „לא טבל מטומאתו ואפילו פּסק מזובו וספר שבעה . . מטמא כו'" — איז: (א) קען מען עס אָפּלערנען מיט אַ כל שכן פון דעם דין ביי יולדתיב, וואָס מוז האָבן טבילה (און אפילו נאָך טבילה — „בכל קודש לא תגע", „ואין שמשה מעריב לטהרה עד שקיעת החמה של יום ארבעים שלמחר תביא את כפרת טהרתה"); (ב) ועיקר: צוליב דעם דאַרף די תורה ניט איבער'חזר'ן דעם גאַנצן פּסוק, עס וואָלט געווען גענוג צו אַריינשטעלן די ווערטער „וידיו לא שטף במים" אין פריערדיקן פּסוק „והנוגע בבשר הזב"].

און צוליב דער תמי' לערנט טאַקע די169גמראיג, אַז דאָס וואָס עס שטייט „וכל אשר יגע בו הזב גו'" מיינט ניט נגיעה, נאָר — היסט. רש"י אָבער לערנט ווי דער תו"כ, אַז ערשט דער „יגע" פון אונזער (שפּעטערדיקן) פּסוק מיינט „היסט" — בלייבט דאָך קשה לויט פּרש"י: צוליב וואָס שטייט דער פּסוק „וכל אשר יגע בו הזב גו'" (און מ'זעט ניט אַז רש"י זאָל עס באַוואָרענען) ?

נאָר דער ביאור אין דעם: (אויך) לויט פּשוטו של מקרא קען שטיין אַ גאַנצער פּסוק צוליב איין פּרט וואָס ווערט נתחדש אין אים, ובמכש"כ פון דעם וואָס אַמאָל חזר'ט איבער די תורה אַ גאַנצע פרשה „בשביל דבר שנתחדש בה"יד [און ווי מיר זעהן גלייך אין פ' בראשיתטו: די תורה חזר'ט איבער נאָכאַמאָל דעם סיפּור פון בריאת אדם וחוה צוליב די פּרטים וואָס קומען צו אינעם צווייטן סיפּור. ועודטז].

און דערפאַר איז (בפּשש"מ) קיין קושיא ניט, צוליב וואָס דאַרף שטיין דער פּסוק „וכל אשר יגע בו הזב" — ווייל דאָס שטייט צוליב דעם חידוש פון די צוגעגעבענע ווערטער „וידיו לא שטף במים", וואָס לערנט אונז (ווי רש"ייז איז מסיים בפּירושו — נאָכדעם ווי ער איז מפרש דעם פּשט) „שאין בית הסתרים טעון ביאת מים אלא אבר הגלוי כמו הידים".

ו. ווען רש"י קומט אָבער צו אונזער פּסוק — וואָס אויך דאָ ווערט שווער: וואָס איז דער חידוש אין פּסוק ? אַז אַ כלי ווערט טמא דורך נגיעת הזב קען מען וויסן במכש"כ וק"ו פון די פריערדיקע דינים (אַז אַן אדם ווערט טמא בנגיעת הזב; אַז אַ זב איז מטמא אפילו במשכב ומושב וכו') —

דאַרף דאָ רש"י באַוואָרענען: „יכול אפילו נגע בו מאחוריו" — וויבאַלד אַז דער פּירוש הפּשוט פון „יגע בו" איז אפילו „מאחוריו", קען מען דאָך מפרש זיין, אַז דער חידוש באַשטייט אין דעם וואָס אַ „זב" איז מטמא בנגיעה אַ „כלי חרש" אויך „מאחוריו" (וכנ"ל בארוכה);

— און ס'איז קיין קושיא ניט וואָס אינעם סיום הכתוב „וכל כלי עץ וגו'" איז ניטאָ קיין חידוש, ווייל, ווי געזאָגט, איז גענוג וואָס דער פּסוק טוט אויף אַ . חידוש דין נאָר אין איין פּרט, אַז (אויך) ביי כלי חרש איז אַ זב מטמא בנגיעה „מאחוריו" —

און לתוס' ראי' צום „יכול וכו'" איז רש"י מוסיף „וכו' כדאיתא בתו"כ" — וואָס דאָרט זעט מען טאַקע, אַז מצד דער חומרא פון טומאת זב איז יש מקום לומר אַז ער איז מטמא אַ כלי חרס מאחוריו (כאָטש אַ מת קען עס ניט מטמא זיין). ד. ה. דאָס וואָס רש"י איז מציין צום תו"כ איז עס (ניט צו דער התחלת ההמשך, צום לימוד אַז אַ זב איז ניט מטמא כלי חרס מאחוריו, נאָר פאַרקערט:) צו דעם סיום (— צווייטער סברא אין) המשך התו"כ („עד *יז170(ובסמיכות צויח) איזהו מגעו") אַז עס איז יע דאָ אַ סברא („יכול") אַז „אפילו נגע בו מאחוריו" *יח זאָל עס ווערן טמא (און מהאי טעמא איז ער דערויף נאָר מרמז דורך „וכו'" און בריינגט עס ניט בפירוש).

און דער הכרח אַז מ'קען אַזוי ניט לערנען, איז פון דעם סיום התו"כ — „איזהו מגעו שהוא ככולו הוי אומר זה היסטו", כדלקמן.

ז. די הסברה אין דעם: נוסף אויף דעם וואָס לכאורה איז דער גאַנצער פּסוק איבעריק — זיינען די ווערטער בהתחלת הכתוב „(וכלי חרש) אשר יגע בו הזב" אַ יתור לשון לגמרי: דער פּסוק קומט בהמשך צום פריערדיקן פּסוק וואָס זאָגט „וכל אשר יגע בו הזב" — וואָלט דאָך געווען גענוג עס זאָל שטיין בקיצור „וכלי חרש ישבר" [ע"ד ווי אין סיום הפּסוק „וכל כלי עץ ישטף במים", און עס שטייט ניט (נאָכאַמאָל) „וכל כלי עץ אשר יגע בו הזב ישטף במים"].

איז דעריבער מסתבר צו זאָגן, אַז דער חידוש אין דעם פּסוק ליגט אין די ווערטער, אין „יגע בו": „יגע בו" מיינט דאָ אַ נייער אופן אין נגיעה (ניט ווי די נגיעות וואָס שטייען פריער). דער „יגע" איז „בו"יט — אַ נגיעה אין דער גאַנצער (כללות ה)כלי, און ניט ווי אַ געוויינלעכע נגיעה וואָס איז אין אַ שטח מצומצם פון דער זאַך; ובלשון רש"י: „איזהו מגעו שהוא ככולו הוי אומר זה היסטו", וואָס דורך דעם ווערט „נתנדנד" די גאַנצע כלי.

[משא"כ אויב מ'וועט לערנען אַז דער חידוש פון פּסוק איז אין דעם וואָס אַ כלי חרש איז מיטמא מאחוריו — איז דער חידוש נאָר אין די ווערטער „וכלי חרש", אָדער אויך אין דעם וואָרט „בו" — אָבער ניט אין „יגע בו" צוזאַמען].

ח. די הוראה אין עבודת ה':

אַ כלי חרס, וואָס ווערט געמאַכט פון עפר, איז מרמז אויפן מענטשן וואָס „יסודו מעפר"כ [וכמש"נכא „ויצר ה"א את האדם עפר מן האדמה גו'", „כי עפר אתה גו'"כב]. און אויף דעם זאָגט מען, אַז אַ כלי חרס ווערט ניט טמא מאחוריו: די ענינים פון עוה"ז וואָס ווערן צוגעקלעפּט צום גוף האדם (וואָס דער גוף זיינער ווערט אָנגערופן „אחוריו") קענען ניט מטמא זיין דעם עצם פון אַ אידן;

וואָרום וויבאַלד אַז דער אויבערשטער האָט אים באַשאַפן אַזוי, אַז זיין גוף מוז אָנקומען צו אכילה ושתי' ושאר עניני עוה"זכג, וואָס עפּ"י טבעכד האָט ער הנאה פון זייכה — און די עבודה איז דאָך ניט צו ברעכן דעם גוף, נאָר (כתורת הבעש"טכו) עס דאַרף זיין „עזוב171תעזוב עמו"כז, מאַכן פון זיין גוף וחלקו בעולם אַ דירה לו ית' (בתחתונים) — איז ער ניט שולדיק אין דעם וואָס עס האָבן זיך צו אים צוגעקלעפּט ענינים פון עוה"ז, חאָטש אַז סוף סוף דאַרף ער ריין ווערן פון זיי *כז.

[במה דברים אמורים — אויב ער האַלט זיך ווי דער אויבערשטער האָט אים באַשאַפן — אַ כלי חרס (וואָס ווייזט אויף ביטול); אָבער אויב ער האַלט זיך ווי אַ כלי עץ — ער איז ביי זיך אַ צעוואַקסענע מציאות (ווי אַן עץ וואָס וואַקסט), אָדער ווי אַ כלי מתכת — ער איז האַרט אין זיין ישות ווי אַ מתכת, איז וויבאַלד אַז ער איז שוין ניט אין דעם ציור ווי ער איז באַשאַפן געוואָרן, ווערט ער דעמאָלט טמא אויך „מאחוריו"].

און אויף דעם זאָגט רש"י „יכול אפילו נגע בו מאחוריו": מ'וואָלט געקענט מיינען, אַז אַ טומאה חמורה ווי זב איז מטמא אידן, ח"ו, אפילו „מאחוריו" — וואָרום דער ענין הזיבה איז ניט אַן ענין טבעי ווי דם נדהכח, נאָר אַ חולי הגוף — דם מערער ווי עס דאַרף זיין מצד טבע העולם. ובעבודת האדם: דם נדה איז דער רע וואָס איז דאָ מצד טבע ביי אַ אידן, „כי יצר לב האדם רע מנעוריו"כט; דם זיבה איז דאָס וואָס מגרה יצרו עליו נאָכמער ווי דער יצה"ר איז אים מבלבל מצ"על, ובלשון החינוךלא: „ענין הזיבה יקרה באדם בצאתו מדרך היושר בהתמדה במאכליו וכו'".

און דעריבער וואָלט מען געקענט מיינען אַז אין דעם פאַל ווערט דער מענטש („כלי חרס") טמא אפילו „מאחוריו" — וויבאַלד אַז ער פאַלט דורך אין אַזאַ רע וואָס איז ניט מוכרח מצד טבע האדם.

אויף דעם זאָגט (דער תו"כ ו)רש"י אַז עס איז ניט אַזוי: ווען די נגיעת הזב איז „מגעו שהוא ככולו", עס רירט אָן אין כללות האדם, קען דער „כלי חרס" טמא ווערן (אפילו „מאחוריו"); אָבער סתם אַ נגיעה, אפילו פון אַ זב, קען ניט אָנרירן דעם עצם פון אַ אידן, וכפּסק דין הרמב"םלב, אַז אפילו אַ איד וואָס מ'דאַרף אים כופה זיין צו טאָן אַ מצוה, איז עס (די כפי') נאָר מצד זיין חיצוניות — „יצרו הוא שתקפו"; אָבער אויך דאַן, איז בפּנימיותו „רוצה להיות מישראל ורוצה הוא לעשות כל המצות",

און דורך דער כפי' ווערט אַראָפּגענומען דעם אבק וואָס איז מכסה ומעלים אויף דעם רצון האמיתי פון דעם אידן, עס ווערט נתגלה דער „אמת ה'" (אויך „לעולם"לג), אַז אַ איד זאָגט „רוצה אני" — „להיות מישראל" און „לעשות כל המצות".

(משיחת ש"פ מצורע תשל"ו)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-v4xj6c2t

עותקים

פעילות אחרונה

#191 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · אושרה
#133 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · נסגרה

מקורות