English
ספרייה

לקוטי שיחות

בהר ג

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

297בהר ג

א. ווען אַ איד האָט זיך פאַרקויפט אַלס אַן עבד צו אַ נכרי, זאָגט דער פסוקא: „גאולה תהי' לו אחד מאחיו יגאלנו. או דודו או בן דודו יגאלנו או משאר בשרו גו' או השיגה ידו ונגאל"; און פון דעם סדר אין פסוק — „אחד מאחיו גו' דודו או בן דודו גו' משאר בשרו גו'" — לערנט מען אָפּב, אַז „הקרוב קרוב קודם" — דער קרוב וואָס איז נעענטער, איז ער פריער צו גואל זיין דעם עבד.

דאַרף מען פאַרשטיין:

א) ווען דער נמכר לנכרי אַליין איז אין אַ מצב פון „השיגה ידו", איז ער דאָך כמובן „קודם" פון אַלע קרוביםג; און וויבאַלד דער פסוק רעכנט אויס די קרוביםד לויטן סדר ווער איז קודם לגאולה — האָט דאָך לפ"ז צום אַלעם ערשטן געדאַרפט שטיין „והשיגה ידו ונגאל", און ערשט דערנאָך (אויב לא השיגה ידו) „אחד מאחיו גו' או דודו גו'" — פאַרוואָסה שטייט „השיגה ידו" נאָך גאולת קרובים?

ב) וויבאַלד דער פסוק רעכנט אויס כו"כ קרובים און אין אַ סדר פון „הקרוב קרוב קודם", האָט ער אַלס ערשטן קרוב געדאַרפט זאָגן „אביו", וואָס ער איז מער קרוב אפילו ווי „אחיו" (ווי דער דיןו ביי ירושה, אַז „האב קודם לאחין") — ובפועל ווערט „אביו"ז אינגאַנצן ניט דערמאָנט אין פסוק?

די זעלבע שאלה פרעגט מעןח אין פ' נחלות, וואו דער פסוקט רעכנט דעם סדר פון ירושת הקרובים: „איש כי ימות ובן אין לו והעברתם את נחלתו לבתו . . לאחיו . . לאחי אביו . . לשארו הקרוב אליו" — און לאָזט אויס „אביו", וועלכער קומט לירוש פאַר „אחיו" כנ"ל? און מען פאַרענטפערטח אַז „דרך ברכה ידבר ולא בנכרתים" — דער פסוק רעדט ניט וועגן אַ פאַל פון פורעניותי, אַז דער בן איז מת בחיי אביו.

אָבער [נוסף לזה אַז אויך דאָרט אין פ' נחלות איז עס ניט אינגאַנצן גלאַטיק. וואָרום וויבאַלד אַז דאָס זיינען ענינים וואָס זיינען נוגע להלכה, האָט לכאורה קיין אָרט ניט צו אויסלאָזןיא „אביו" צוליב דעםיב וואָס עס איז ניט „דרך298ברכה"יג, ובפרט אַז דאָס גיט אַן אפשריות לטעות אַז דער אב איז ניט קיין יורשיד — איז]

בנדו"ד וואו עס רעדט זיך ניט וועגן אַ מצב פון „נכרתים"טו, האָט דער פסוק געדאַרפט זאָגן און — גלייך באַם אָנהייב, דעם דין אַז דער אב איז קודם לגאולה?

ב. קען מען דאָס מבאר זיין בהקדם וואָס חז"ל זאָגןטז אַז די פרשיות פון דער סדרה קומען „על הסדר", זיי באַווייזן דעם סדר הירידה ר"ל וואָס קען קומען דורך ניט אָפּהיטן די מצוה (אפילו נאָר — „אבקה"יז) פון שביעית: פריער איז עס גורם אַז ער איז „מוכר את מטלטליו", און נאָכדעם גייט ער מירידה לירידה, ביז צו תכלית הירידה, ר"ל — אַז ער פאַרקויפט זיך צו אַ נכרי, און נאָכמער — „לעקר משפחת גר"יח, וואָס מיינט „לע"א עצמהיט (להיות לה שמשכ)".

ווי פאַרשטאַנדיק אין פשטות, איז דאָס ניט נאָר אַ ירידה אין גשמיות — אַז ער מוז פאַרקויפן אַלע זיינע נכסים כו', ביז צו פאַרקויפן זיך אַליין (און דערצו נאָך) צו אַ נכרי — נאָר עס באַווייזט אויף אַ כסדר'דיקער ירידה און שפל המצב ברוחניותכא.

וואָרום אַז אַ איד זאָל זיך פאַרקויפן צו אַ נכרי, איז דאָס (א) היפך התורה — מען טאָר זיך ניט פאַרקויפן צו אַ נכריכב, און (ב) דאָס איז אַ מצב וואָס עס גיט אַן אָרט אויף אַ קס"ד „הואיל ורבי מגלה עריות . . עובד ע"א . . מחלל שבת אף אני כמותו"כג; ועאכו"כ דער פאַרקויפן זיך „לע"א עצמה", וואָס עבדות לע"א עצמה איז דער היפך ממש פון „ליכד בני ישראל עבדים"כה.

ג. ווי קען אַ איד אַראָפּפאַלן אַזוי נידעריק, ביז צום פאַרקויפן זיך „לע"א עצמה"? הויבט זיך דאָס אָן דערמיט,299וואָס ער האָט זיך אָפּגעריסן און פאַרגעסן, ר"ל, אויף אביו שבשמים (ובמילא אויך אויף אהבת הבן לאביו (שבשמים) ויראתוכו וכו') ובלשון הכתובכז: בן יכבד אב גו' ואם אב אני אי' כבודי גו'.

ובלשון החסידות — ביי אים איז ניטאָ (בגילוי) די בחי' פון זיין „אב" — זיין חכמהכח שבנפש.

ווי דער אַלטער רבי איז מבאר בארוכה אין תניאכט, אַז די סיבה פאַרוואָס אַ איד קען עובר זיין אויפן רצון העליון, איז ווייל זיין חכמה שבנפש — די אמונה בה' וואָס איז העכער פון דעת והשגהל — איז „בבחי' שינה", ובמילא דערהערט ער ניט ווי דורך יעדער עבירה, אפילו אַן עבירה קלה, ווערט ער נפרד „בתכלית הפירוד מיחודו ואחדותו ית'"לא.

וואָלטלא ער דערהערט אַז דורך דער עבירה ווערט מען נפרד פן „יחודו ואחדותו ית'" פּונקט ווי דורך ע"ז, וואָלט ער בייגעשטאַנען דעם נסיון מיטן זעלבן תוקף — ווי ער און יעדער איד (אפילו אַ קל שבקלים ופושעי ישראל) זיינען זיך מוסר נפש על קדושת ה' „בלילב שום דעת והתבוננות, רק כאלו הוא דבר שאי אפשר כלל לכפור בה' אחד".

ועפ"ז איז מובן דער טעם (פנימי) וואָס „אביו" ווערט ניט דערמאָנט דאָ און ניט אין פ' נחלות: דער ענין המיתה ברוחניות — „רשעים שבחייהן קרויין מתים"לג, אָדער בדקות יותר: „מאן דנחית מדרגא . . קארי בי' מיתה"לד — נעמט זיך דערפון וואָס עס פעלט דער געדיינקען דעם אביו שבשמים, (דער גילוי פון) בחי' חכמה שבנפש — „אב"; דאָס איז בבחי' שינה, וואָס „שינה א' מששים למיתה"לה. ווען ביי אים איז דאָ דער זכרון — איז דאָ „כבודי", ווען ס'איז מאיר בחי' חכמה שבנפש, איז — ו"החכמה תחי'"לו: זי דערלאָזט ניט קיין מיתה (רוחנית), אפילו ניט קיין נפילה ממדריגתו, ווייל מצד בחי' חכמה שבנפש איז די עבודה פון אַ אידן מיטן גאַנצן תוקף האמונה, העכער פון שינויים.

ד. כשם ווי דער מצב פון נמכר לנכרי כנ"ל איז (בפנימיות) אַ ירידה רוחנית, איז פאַרשטאַנדיק אַז אַזוי איז בנוגע זיין גאולה

— וואָס תורה זאָגט אָן „גאולה תהי' לו"לז, אַז זיינע קרובים מוזןלח אים גואל זיין, און נאָכמער — „גאולה תהי' לו" (אויך) בלשון הבטחה. אפילו ווען די קרובים זיינען אים ניט גואל איז „ויצא בשנת היובל גו'"לט, און דער פסוק זאָגט300דערויף דעם טעם „כי לי בני ישראל עבדיםמ עבדי הם" („שטרי קודם")מא —

דאָס מיינט (בפנימיות) די גאולה רוחנית פון דעם שפל המצב אין וועלכן ער געפינט זיך: ביי מ"ת איז יעדער איד געוואָרן אַן עבד ה' אויף אייביק — אַן עילוי עצמי וואָס קיינער קען עס ביי אים ניט צונעמעןמב. אויב אפילו ער טוט דערנאָך היפך רצון ה', איז זיין שייכות צו רע (נמכר לע"א) ניט מער ווי אַ צוגעגעבענע זאַך אויף זיין עצם מהות, וואָרום זיין עצם מהות (דאָס וואָס ער איז אַן עבד ה') קען ניט געביטן ווערן. און דערפאַר איז ודאי אַז „גאולה תהי' לו".

[דערמיט איז אויך פאַרשטאַנדיק די שייכות פון סיום הסדרה צו איר התחלה, וואו דער פסוק איז מדגיש „וידבר ה' גו' בהר סיני גו'": דאָס איזמג אַ הקדמה צו כללות הסדרה: מצד דעם וואָס מען קומט פון הר סיני, וואָס דאַןמד האָט זיך אויפגעטאָן דער „שטרי קודם" (לי בנ"י עבדים) — איז אפילו נאָך דעם גאַנצן סדר הירידה ר"ל, איז ודאי אַז „גאולה תהי' לו"].

ה. דערמיט קען מען אויך מסביר זיין דעם טעם (פנימי) אין פרש"י און אין דער הדגשה און אריכות פון רש"ימה, אַז „לעקר (משפחת גר)" מיינט „הנמכר לע"א עצמה להיות לה שמש ולא לאלהות אלא לחטוב עצים ולשאוב מים"

— דלכאורה איז ניט מובן: פון וואַנעט נעמט רש"י אַז דאָס איז „ולא לאלהות"מו? אויב מצד דעם וואָס אַ איד טאָר ניט זיין קיין נמכר לע"א לאלהות — איז דאָך אויך אסור צו פאַרקויפן זיך „להיות לה שמש"מז און אפילו (בלויז) צו זיין אַ נמכר לנכרי, כנ"ל —

נאָר דערמיט באַוואָרנט ער, אַז אפילו אַזאַ איד, וואָס איז אַראָפּגעפאַלן אַזוי נידעריק ביז צו תכלית הירידה ר"ל, בכ"ז איז ניט שייך אַז ער זאָל זיך פאַרקויפן „לע"א . . לאלהות" ווייל דאָס איז אַ „דבר שאי אפשר כלל". וואָרום אויך איידער ער ווערט נגאל, איז ער ניט אין אַ מצב אַז ביי אים איז ח"ו ניטאַ דער זכרון פון אביו שבשמים ער איז נאָר „אָפּגעטראָגן" און „שלאָפט"מח, ס'איז ניט בטל געוואָרן בחי' חכמה שבנפש — עס301איז נאָר (כדיוק לשון התניא) „בבחי' שינה".

און דערפאַרמט, ווען ער קומט צו אַ „נסיון בדבר אמונה בה' אחד", וואָס דאָס רירט אָן זיין פנימיות הנפש, חכמה שבנפש, איז דאָס פועל אַז זי איז „ניעורה משנתה" און דערלאָזט ניט אַז ער זאָל דורכפאַלן אין דעם נסיון; און נאָכמער: זי דערלאָזט ניט אפילו אַ חיצוניות'דיקע מחשבה דיבור אָדער מעשה („בלי אמונה בלב כלל") וואָס איז „נגד אמונת ה' אחד".

און דערפאַר, קען ניט זיין אַז אַ איד זאָל זיך פאַרקויפן „לאלהות" (אפילו צו טאָן דאָס „בלי אמונה בלב כלל"); די נידעריקסטע ירידה, וואָס קען זיין ביי אַ אידן ווען חכמה שבנפש איז בבחי' שינה (לולא ענין הבחירהנ) איז בלויז צו פאַרקויפן זיך „להיות לה שמש . . לחטוב עצים ולשאוב מים".

ו. וויבאַלד אַז בחי' הזכרון, החכמהנא שבנפש פון דעם נמכר לנכרי איז בבחי' שינה, ביז אַז ער איז כאילו געוואָרן אויס בעה"ב אויף זיך — ער איז משועבד צו אַן אדון נכרי, ביז „לע"א עצמה" — אין אַזאַ מצב איז פאַר אים ניט מעגלעך צו זיך אַליין גואל זיין, ווי דער כללנב: „אין חבוש מתיר עצמו מבית האסורים";

זיין גאולה מוז קומען בדרך אתערותא דלעילא (העכער פון זיין מצב), דורך דעם וואָס אַנדערע (וואָס זיינען ניט משועבד צו הנ"ל) זיינען אים גואל. און דערפאַר שטייט צום אַלעם ערשטן דער ענין פון גאולת קרוביםנג — די אתעדל"ע צו אַרויסשלעפּן אים פון זיין שפל המצב.

דער תכלית איז אָבער (ניט אַז ער זאָל כסדר דאַרפן אָנקומען צו דער התעוררות פון אַנדערע, נאָר) צו מגלה זיין זיין פנימיות, וואָס ער איז עבד ה', כנ"ל — וואָס דורכדעם איז זיין גאולה אין אַן אופן אַז ער (מצד עצמו) איז שוין מער ניט שייך צו אַזאַ ירידה,

ע"ד ווי דאָס איז אין גשמיות, אַז די בעסטע אמת'ע הילף וואָס מען קען געבן אַן עני, איז צו אַוועקשטעלן אים אין אַ מצב וואָס ער דאַרף שוין מער ניט אָנקומען צו בריותנד.

און דאָס איז דער טעם (פנימי) וואָס דער סיום הפסוק איז „השיגה ידו ונגאל"נה: דער תכלית פון דער גאולת קרובים איז דער אויפטו אַז ער אַליין זאָל זיך קענען גואל זיין בכח עצמונג.

302[ומהאי טעמא איז דער סדר פון גאולת קרובים אין אַן אופן פון „הקרוב קרוב קודם": וויבאַלד זיי דאַרפן מעורר זיין די פנימית'דיקענו און דערנאָך אויך די חיצונית'דיקע כוחות פון דעם עבד, ביז אַז ער זאָל זיך קענען גואל זיין בכח עצמו, דעריבער, וואָס נעענטער דער „קרוב" איז צום עבד, איז מובן אַז אַלץ פנימית'דיקער וועט זיין די השפעה און ווירקונג אין דער התעוררות פונעם עבד].

ז. די סיבה ואפשריות אויף דער ירידה איז מרומז ומודגש אין דעם אָנהויב פון דער סדרהנז — „כי תבואו אל הארץ":

מצד דעם וואָס אידן גייען אַריין אין אַן ארץ נושבת, וואו מען דאַרף זיך פירן לויט דער הנהגת הטבע, „שש שנים תזרע שדך וגו'"נח —

ניט ווי אין מדבר וואו מ'איז געווען אויסגעטאָן פון עניני עוה"ז: מ'האָט געגעסן דעם לחם מן השמים — מן, געטרונקען פון בארה של מרים, און געטראָגן לבושים וואָס די „ענני הכבוד היו שפים כו' ומגהצים כו' גדל לבושם עמהם כו'"נט —

גיט דאָס אַן אָרט אויף דער ירידה הנ"ל.

דערפאַר ווערט אויך גלייך באַוואָרנט בתחילת הסדרה, אַז וויבאַלד מען קומט מיטן כח פון „הר סיני", איז אַ זיכערע זאַך, אַז (ניט נאָר וועט מען אַליין בלייבן גאַנץ — „גאולה תהי' לו" — נאָר) מ'וועט אויך פועל זיין אַ בירור ועילוי אין דעם „ארץ", אַז מען מאַכט פון ארץ כנען — ארץ ישראלס, און אין ארץ ישראל ביז — „ושבתה הארץ שבת לה'"נז:

תמורת זה וואָס ס'איז געווען אַ מציאות פון ע"ז אין א"י (צו וועלכער אַ איד קען זיך פאַרקויפן ר"ל), ווערט „עקר משפחת גר", כפי' התוס'סא — „שסופהסב ליעקר". עס ווערט נעקר דער גאַנצער ענין פון ע"ז, ואדרבה — „ושבתה הארץ שבת לה'", מען זעט בגילוי ווי ס'איז „לי הארץ"סג.

(משיחת ש"פ בהו"ב תשכ"ג)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-w4tae5jy

עותקים

פעילות אחרונה

#191 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · אושרה
#133 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · נסגרה

מקורות